א אידישע פעיסבוק

באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6283 מאל
קאנטאקט:

א אידישע פעיסבוק

שליחה דורך לעיקוואד »

הרב יוסף מזרחי
בילד
איז אזא קירוב רב מיט פארשידענע קוריאזע דעות וואס האלט ער ווייסט פונקטליך אלעס וואס טוהט זיך אויף דער הימל און אויף דער ערד און פארוואס מיט אויסגעשפראכענע ווידיאוס איבער פארשידענע נושאים. על כל פנים. לעצטנס האט פעיסבוק פארמאכט זיין פעידזש, וויבאלד ער האט געשריבען קעגן אראבער, און כדרכו האלט ער דאס איז נישט ווייניגער ווי דער שטן אליינס און דער אנטי סעמיטישער צוקערבערג וואס איז לוחם מיט די כוחות הקדושה, ווי ער איז מסביר אויף דער ווידיאו [youtube]http://www.youtube.com/watch?v=4ZiSbFnY_VU[/youtube]
ממילא אי ער מכריז אז ער וועט אליינס עפענען אן אייגענע אידישע פעיסבוק סייט ווי אלעס וועט זיין גענצליך על טהרת הקודש הביגאטרי והקליינקעפיגקייט. דער סייט געפינט זיך דא http://zlaz.net/ און זעהט אויס ווי אן אמעטארוישער קאפי פון אביסעל פעיסבוק גראפיקס מיט פארשידענע צובראכענע זאכען.
דער עולם ווערט געבעטן זיך ווארים אנצורופען און ווייזען ווי אפאר אידען קענען אונטערברענגען די מעכטיגע מאלטי מיליאן דאלארדירע פעיסבוק.
I have a dream
Martin Luther King ~
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

שליחה דורך כוכב »

גייט זיין א ר' משה'ס מחיצה אדער א סאטמארער מחיצה?
מוז מען דארט בודק זיין צומת הגידין?
און וואס טוט זיך אויב איינער איז געבוירן געווארן פון הזרעה מלאכתית, מעג ער דארט עפענען א זייטל?
סיריעסלי, וואס מיינט א כשרע פעיסבוק, אז יעדע זאך וואס גריטשעט דיך און מאכט דיך נערוועז וועסטו פארמעקן?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יוי איז ער קיוט! אויב איז נאכנישט דא קיין אשכול וועגן עם וואלט געווען א לייטישע זאך אהער צו ברענגען זיינע זאפטיגע ווידיאו'ס, ווי ער האלט פון זיך עולם ומלואו, משל'ט אויס די עוונות הדור, און די נאיווע פרויען זענען זיך שואל עצה ביים חכם הדור. אויב בין איך מקבל מרות פון סיי וועלכע רב וועט עס זיין אדער עם, אדער זכרי' וואלערשטיין. כ'האב נאכנישט מחליט געווען.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6283 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

פרעגסט גוט כוכב. מסתם גייט עס זיין בהשגחת הרב מזרחי שליט"א. איין זאך זעה איך עס איז דא א מעגליכקייט צו רעפארטען א פאוסט וועגן עס איז "פגיעה דתית".

Capture.PNG
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5131 מאל

שליחה דורך ראשעקאל »

וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19580
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14872 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לעיקוואוד: איך ווייס נישט וואס דיין פראבלעם מיט הרב יוסף מזרחי איז. אדער מיט זיין מעטאד פון פארשפרייטן אידישקייט. ער זאגט אייביג זייער תוכנ'דיגע זאכן און ער האט שטארקע נקודות אויף וואס ער שטעלט זיך. די ערגסטע זאך וואס דו קענסט זאגן אויף איהם איז אז ער מיינט צו מאכן געלט. אז ער איז א דורש דמים. ווייס איך אויך נישט ווי ווייט דאס איז ריכטיג. ווייל כ'בין זיכער אז ווען ער וואלט אינוועסטעד אין עפעס א קנאקעדיגן ריעל עסטעיט אדער פובליסיטי דיעל וואלט ער געמאכט א סאך מער געלט פאר די ארבעט וואס ער לייגט (אריין. סק'ען זיין איך בין נאאיוו. (רש"י אין אנהייב פרשת תולדות רעדט שוין פון אט די סארט מענטשן... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 979 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

שליחה דורך דענקער »

[tag]געפילטע פיש[/tag], עס איז שוין דא אן אשכול איבער דעם חכם הרזים דא.
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
אויליגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

שליחה דורך אויליגער »

איך האב אויסגעטשעקט די סייט סאיז זייער צומישט. כהאב געדריקט ביי די אפציע פון sign in with Facebook און ער האט מיר געפענט אן אקאוינט מיט א נאמען וואס איך האב נישט אויף פעיסבוק.
לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1343
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 974 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

שליחה דורך petergrifin »

אל כבוד הרב @לעיקוואד לגבי דעם װאס ער זאגט אז פעיסבוק איז אנטיסמיטיש גלײב איך נישט כאטש ער זאגט פארװאס ער
האלט אזוי און ער האט פוינט. צװײטענס ער רעדט כסדר כאילו ער װײסט אלעס פון בײדע װעלטן אבער װער נאך רעדט אזוי
פלעין ענד סימפעל װעגן כל מיני ענינים װאס איך קען אסאך אינגעלײט און אפילו בחורים װאס ער עפנט א נײע װעלט װאס מען
האט מיט זײ קײנמאל נישט געלערנט אפשר אביסל מרמז געװען אבער נישט גערעדט אפענהײט וד׳ל.

איך פערזענליך בין זײער נתפעל געװארן פון איהם װען מײן װײב האט מיר עפעס נאך געזאגט װאס ער האט געזאגט בײ זײן
שיעור. בקיצור איך האב עפעס געזאגט און זי האט איהם איבער געזאגט אויף פעיסבוק. אנשטאט איגנארירן אדער עס אװעק
מאכן האט ער גענטפערט װי א מענטש עפעס װאס קײן אײן רבי אדער ראש ישיבה (כמעט) טוט נישט. נו אװדאי פאר אײנע
װאס קען לערנען און איז צו ג–ט אין צו לײט מיט ידיעות אין װיסנשאפט מיט נאך צו איהם רעדט ער דאך נישט. אװעק צו מאכן
אײנע װאס האט שוין פיל אויף געטוהן איז נישט קײן קונץ.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
רעאגיר