בלאט 1 פון 2

ארונים אנטשלאסן אויסצורייסן טעכנאלאגיע

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:06 pm
דורך נח בער
די וואך האט דער בלאט מיט פרייד טראמפייטערט איבער אן אסיפת הדיינים וואס דארט איז אויסגעשמועסט געווארן די תכסיסי המלחמה איבער ווי אזוי מען וועט צורייסן דעם מלאך המשחית וואס ווערט גערופן "טעכנאלאגישע פארשריט".

עס איז דערווייל נישט ארויסגעגעבן געווארן די רעזאלוציעס פון דער אסיפה און בלויז געציילטע פראזן און ליידיגע ווערטער זענען ארויפגעשמירט געווארן אין די שפאלטענס פון זייער צייטונג בייגעלייגט מיט עטליכע בילדער וואס אויסער די דיינים איז אויך געווען פארשטייער פון זייער צייטונג וואס ער זאל קענען געהעריג אויסארבעטן ווי אזוי מען וועט וואשן און ארומפירן דעם עולם גולם.

"גדר" איז זייערס אן אלטערנאטיווע צום "משומר" ארגאניזאציע וואס די זאלונים האבן אויפגעשטעלט און גייט אן מיט א געוויסער פראצענט סוקסעס ווען זיי האבן ארויפגעצוואונגען זייערע מעמבערס זיך אונטערצואווארפן דייקא דער פילטער וואס זיי האבן אויפגעשטעלט ערגעץ נאך דער היסטארישער כינוס כלל ישראל מיט עטליכע יאר צוריק.

וואס און ווי אזוי עס וועט זיך אויספארעמען בלייבט איבער צו זען אבער עס איז א וואונדער ווען דער ארונישער פארטיי האט נישט געשפורט פאר וויכטיג זיך צו באטייליגן אין דער כינוס נגד האינטערנעט "ווייל זיי האבן שוין לאנג ארויסגעשניטן דער פראבלעם" הייבן הערשט איצט אן זיך אריינצוטאן אין צוריקדרייען דעם זייגער.

פרטים יבואו.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:36 pm
דורך יעדער לאכט
ס'גייט מיר פשוט נישט אין קאפ פארוואס איינער זאל דארפן ליגענט זאגן כדי צו מאכן א פוינט..
די סיבה פון זייער אפוועזענהייט האט גארנישט געהאט צוליב די "וויכטיגקייט" פונעם מערכה! קיינער האט דאס נישט געזאגט אדער געשריבן!
זיי האבן געהאט גאר אנדערע סיבות פארן נישט גיין ווי ס'איז שוין באקאנט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 2:36 pm
דורך יאיר
אין אנדערע נייעס האט טים קוק ימ"ש, לערי פעיזש, און מארק צוקערבערג, פארארדנט א דרינגנדע מיטינג מיט האדמו"ר מסאטמאר, זאגנדיג אז זיי זענען גרייט זיך אויסצוקומען הינטער פארמאכטע טירן אז דער רבי זאל נישט אויסרייסן זייער מקור הפרנסה. דער רבי האט, כדרכו, זיך נישט דערשראקן פון די חיצים ובליסטראות, און האט אנטשלאסענערהייט זיך אויסגעדרוקט כהאי לישנא: "איך, איך, וועל גיין, איך וועל צאמרופן, מיינע מענטשן. מ'וועט זאגן. ס'וועט נישט זיין. אזא זאך! - איך האב נישט מורא, פון קיינעם, איך וועל עס, אויסרייסן! (דא האט זיך דער רבי צוקאכט), עוקר מן השורש זיין! דאס גאנצע, זאך... סיי די פייסבוק. סיי די גוגל. און די עפלעך אויכעט! אונז האמער שוין דורכגעלעבט אן אינקוויזיציע, מ'האמער שוין איבערגעלעבט א האלאקאסט, מ'וועלמער אויך דאס איבערלעבן!"

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 2:42 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
יא, טים קאוק האט גערופן זיינע גרויסע באמטע אין געמאכט אן עמערזענסי מיטינג וואס מ'קען טוען אז עפל זאך נישט גיין אין די ערד.
ער איז זייער פארוויטאגט היתכן די רבי האט נישט געקענט לאזן וויסען אז מ'גייט מאכן א מערכה איידער זיי האבן אריין געלייגט אזויפיהל געלט אין די אייפאון 6. נאר דווקא גלייך נאך ס'איז ארויס געקומען
זיי שטיין יעצט צו פארלירען מיליאנע מיליאנע דאללערען, די מבינים זאגן אז ס'דא א ברירה זיי גיין אראפ גיין צו 300 דולר, נישט צו פארלירען די הויזן. נזכה ונחיה ונראה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 4:38 pm
דורך נח בער
יעדער לאכט האט געשריבן:ס'גייט מיר פשוט נישט אין קאפ פארוואס איינער זאל דארפן ליגענט זאגן כדי צו מאכן א פוינט..
די סיבה פון זייער אפוועזענהייט האט גארנישט געהאט צוליב די "וויכטיגקייט" פונעם מערכה! קיינער האט דאס נישט געזאגט אדער געשריבן!
זיי האבן געהאט גאר אנדערע סיבות פארן נישט גיין ווי ס'איז שוין באקאנט.

איך געדענק יא אז, אוודאי האבן זיי געוואלט מחזק זיין דער ענין וואס אלע גדולים פון דער היינטיגער רעליגיע וואס דאמינירט געוויסע חלקים פונעם אמאליגן אידנטום ווילן אויסרייסן אבער צוליב אנדערע נארישע תירוצים ובעיקר אז "וואס דער ברודער טוט, וועל איך טון פארקערט" האבן מכריע געווען אז מען זאל זיך חלילה נישט באטייליגן.

אויסער אויב איך לייד אויף א שטארקער זכרון חולשה געדענק איך גאנץ קלאר אז מען האט זיך פיין געפאטשט די בייכער אז זיי זענען געווען פון די ערשטע וואס האבן פארשטאנען צום חורבן פון טעכנאלאגיע און אירע ווייען און האבן געפירט א העפטיגע און לויט זיי א סוקסעספולע מלחמה דערקעגן איז דעריבער גאר מאדנע ווי זיי האבן געלאזט זייערע שונאים פארלויפן דעם וועג.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 5:07 pm
דורך יעדער לאכט
נח בער האט געשריבן:איך געדענק יא אז, אוודאי האבן זיי געוואלט מחזק זיין דער ענין וואס אלע גדולים פון דער היינטיגער רעליגיע וואס דאמינירט געוויסע חלקים פונעם אמאליגן אידנטום ווילן אויסרייסן אבער צוליב אנדערע נארישע תירוצים ובעיקר אז "וואס דער ברודער טוט, וועל איך טון פארקערט" האבן מכריע געווען אז מען זאל זיך חלילה נישט באטייליגן.

אויסער אויב איך לייד אויף א שטארקער זכרון חולשה געדענק איך גאנץ קלאר אז מען האט זיך פיין געפאטשט די בייכער אז זיי זענען געווען פון די ערשטע וואס האבן פארשטאנען צום חורבן פון טעכנאלאגיע און אירע ווייען און האבן געפירט א העפטיגע און לויט זיי א סוקסעספולע מלחמה דערקעגן איז דעריבער גאר מאדנע ווי זיי האבן געלאזט זייערע שונאים פארלויפן דעם וועג.


יאפ דו ליידסט (ליידער) אויף א שטארקער זכרון חולשה. קודם כל ווייל מהר"א האט אפגעמאכט אז ער גייט נישט איידער מהרז"ל האט אפגעמאכט אז ער גייט יא! סאו, איטס די אדער וועי אראונד...
און דו געדענקסט עפעס אז מ'האט געזאגט אז מהר"א איז געווען די ערשטע צו פארפירן וועגן דעם חורבן, דאס איז געווען בלויז א תירוץ צו די קריטיק אז צד מהר"א גייט נישט אן די מערכה האבן זיי געענטפערט אז לא הוא, די מערכה איז זייער וויכטיג און אז זיי אליינס פארפירן שוין דערוועגן אסאך יארן אפילו ווען אנדערע האבן נאכנישט איינגעזעהן דעם פראבלעם, אבער דא קענען זיי נישט גיין צוליב די תקנה פון קדושת יו"ט זי"ע וואס איז א זיידע פאר מהר"א און מהרז"ל. אבער קיינער האט נישט געזאגט אז דער פראבלעם מיינט נישט זיי!
ביטע געט יור פעקטס סטרעיט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 7:23 pm
דורך שרייבער
איינער דא ווייסט אויב משומר לאזט דורך קאווע שטיבל?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 7:30 pm
דורך לעמיל
עס לאזט נישט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:16 pm
דורך נהורא נפישא
ורוח הקדש אומרת: טעכנאלאגיע אנטשלאסן אויסצורייסן ארוינים/ זאלונים.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:24 pm
דורך יואליש
שרייבער האט געשריבן:איינער דא ווייסט אויב משומר לאזט דורך קאווע שטיבל?


וואס טיט זיך מיט אייוועלט און "וואס איז נייעס"? זענען זיי פארשפארט פאר משומר באניצער?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 1:53 am
דורך שמעקעדיג
אייוועלט ווערט געעפנט upon request

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 6:59 am
דורך ידען
שמעקעדיג האט געשריבן:אייוועלט ווערט געעפנט upon request

קאווע שטיבל נישט??

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 9:17 am
דורך שמעקעדיג
ניין, אזוי ווי דו הערסט. וקל להבין...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:13 pm
דורך שמעקעדיג
די וואך גייען זיי א טריט ווייטער, און מעלדן די רעזאלוציעס פון די נייע פראגראם.
יעדע איינצייגע כלי וועט מוזן האבן א חותם, א שטעמפל פונעם וועד!

דא האט איר א טיילווייזע קאפיע פונעם ארטיקל, אונטערגעשטראכן אפאר גרייזן.....

.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:42 am
דורך ידען
די בלאט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:44 am
דורך ידען
פאר אידישע קינדער איז גענוג די הוראהאון וויי געשריי....

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:45 am
דורך ישמעאל הכהן
וואוו ווי, אזוי פאלקסיש צו זיין, מ'שרייבט ארויס ''וואטסעפפ'' אין גרויס, עפעס וואס א נארמאלע אידישע צייטונג פאסט נישט צו טון.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:49 am
דורך פליקער
איך בין כמעט זיכער אז סטיוו דזשאבס האט ג'געינעצט אין זיין קבר, נאך וואס ער האט געהערט וועיגן דעים נייעם גדר.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:55 am
דורך המלוכה והממשלה
ידען האט געשריבן:די בלאט

פארשטייטס זיך אז ס'איז גראבע ליגענט כדרכם הקודש.
ליינט'ס אליינס די רעפארט
http://www.engadget.com/2014/12/03/what ... -divorces/

לויט די קלעים איז וואטסעפפ באניצט אין 40 פראסענט זנות קעיסעס ווי עווידענס. נישט אז וואטסעפ איז עני גורם צו די גט. דאס ווייזט נאר ווי פאפעלער וואטעפפ איז און גארנישט מער.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 1:01 am
דורך ידען
קומט אויס אז מן הסתם 80% גיטין קומט פון רעדען אויף א טעלעפאן

און 100% גיטין קומט דורעך חתונה האבען....

נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:32 pm
דורך נח בער
גרויסער חכם ר' אהרן, מען איז געקומען רעדן צו אים וועגן דעם אינטערנעט עצירות, זאגט ער, ס'איז נישט שייך פאר אונז ווייל ביי אונז איז דא א תקנה אז מען טאר נישט האבן קיין קאמפיוטער אין שטוב.

דאס איז בעיסיקלי די סיבה פארוואס די רבנים פארלירן זייערע מערכות היינט. זיי זענען קללות (clueless).

האלב פון זיינע בחורים האבן שוין דאן געהאט סעלפאנס (אדער ווי ער האט עס שפעטער אנגערופן טאשן קאמפיוטערס) אבער ער ווייסט איין זאך, זלאטשובער רבי האט אויסגעריסן דעם פלאג פון טעלוויזיע אין גאנץ קרית יואל, און קיין טייפרייטערס קען מען אויך נישט טרעפן אין קיין שום הויז אין קרית יואל פאר א רפואה. ווידעראום אלע עיר קאנדישאנס אין קרית יואל האבן א שטארקן פילטער.

בראווא, קרית יואל האט פיינעלי אוטסמארטעד דעם שטן.

C/P

וזאת למודעי:

איך קאפיר שטיקלעך בלויז אויב כ'האב עס באקומען פונעם אריגינעלער שרייבער און עס מיינט נישט אז איך טראג דער זעלבער מיינונג ווי דעם שטיקל וואס כ'האב קאפירט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:37 pm
דורך שעפטל
פארוואס פארצימעסן אזא אינהאלטסרייכע אשכול..???

זאג נאר ווען האט דאס ר' אהרן געזאגט? ביזסט שוין געפרעגט געוארן איבער דעם און שוין דעמאלטס נישט גענטפערט...

נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:55 pm
דורך נח בער
עס האט נישט מיט צימעס. זיי זענען פשוט'ע פאקטן וואס יעדער אין גאס האט דאן געוואוסט.

דיין צווייטער פאראגראף פארשטיי איך נישט. ביטע ערקלער.