מנהיג טרעט ארויס שארף קעגן אינטערנעט

מנהיג טרעט ארויס שארף קעגן אינטערנעט

הודעהדורך יאיר » מאנטאג אקטאבער 06, 2014 5:09 pm

איינער פון די גרויסע מנהיגים האט ענדליך ארויסגעטראטן שארף קעגן די אינטערנעט. אין א ספעציעלער אסיפה וואס דער געערטער מנהיג האט אפגעהאלטן מיט עסקנים האט דער מנהיג דערקלערט מיט אפענע ווערטער: "איך ווער מער און מער אקעגן די אינטערנעט, יעדן טאג." די ווערטער האט ער ארויסגעזאגט מיט א שארפער געזיכט, בשעת ער גלעט זיך פאמעליך די געדיכטע וואנצעס העכער זיינע ליפן.
די אסיפה איז געווארן אפגעהאלטן נאכדעם וואס דער בית דין וואס שטייט אונטער די אויפזיכט פון דעם מנהיג האט ארויסגעגעבן א שארפער פסק אין וועלכן די דיינים האבן באשטעטיגט אז די קהילה וועט אנהייבן צו איינשטעלן פילטערס אין די טעלעפאנען און קאמפיוטערס פון דעם עולם. דער מנהיג האט פארטיידיגט דעם פסק דין, זאגנדיג אז עס זענען שוין געווען מערערע פעלער אין וועלכן שלעכטע עלעמענטן האבן אויסגענוצט די אינטערנעט פאר פינסטערע צוועקן.
בעיקר איז דער מנהיג אנטשלאסן צו באקעמפן די סאציאלע וועבזייטלעך, וואו מען קען זיך צוזאמקומען אין איין רגע מיט אלע סארטן עלעמענטן פון די גאנצע וועלט, ווי פייסבוק און יו טוב.
זאך קענער זאגן אז אין די פארגאנגענהייט האבן די מתנגדים פון דעם מנהיג און זיינע מענטשן פארשפרייט מעסעזשעס אויף די סאציאלע וועב וועלכע ווייזן אן אויף קארופציע אינערהאלב זיין הנהגה, און דאס איז די אומאפציעלע סיבה פארוואס דער מנהיג שליט"א איז אזוי דערקעגן די אינטערנעט.
אנדערע קהילה פירער טענה'ן אז דער מנהיג נוצט אויס די הלכות וואס פארפליכטן אלע קהילה מיטגלידער פאר זיינע אייגענע אינטערעסן.
דער טענה האט א שטארקער באזיס, נעמענדיג אין באטראכט אז אין דער פארגאנגענהייט האט שוין דער מנהיג און זיינע מענטשן זיכער געמאכט אוועקצורוימען פון וועג אלע שרייבערס וואס קריטיקירן זיין הנהגה, און מענטשן האבן געקריגן א שטארקער פחד צו ארויסטרעטן אפן קעגן דעם וועג ווי אזוי דער מנהיג פירט זיין קהילה.
עס בלייבט איבער צו זען אויב די מענטשן וועלכע זענען אונטערגעווארפן אונטער זיין הנהגה וועלן זיך ברעכן פון די שרעק אנווארפנדע ווערטער פון דעם מנהיג, אדער זיי וועלן דאס דערקלערן אלס אומזיסטיגע טעראר און אים באקעמפן.
דא קענט איר זען מער איבער די אויסגעבראכענע נייעס.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4757
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7210 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7583 מאל

הודעהדורך שטאפענע קאפעליטש » מאנטאג אקטאבער 06, 2014 5:13 pm

ער גייט נישט אריין לאזן מיינע קינדער אין זיינע מוסדות?
איי מין וואס איז זיין שטעקן?
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 156 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

הודעהדורך יענער פויגעל » זונטאג מאי 31, 2015 12:55 pm

נעוואדע איז ער אקעגן די אינטערנעט. דארט איז דאך די ערשטע פלאץ ווי סקען געשעהן ערענסטע פראבלעמען פאר אים בבחינת רעוועלוציע
טראכט גוט וועט זיין גוט
יענער פויגעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2015 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל


גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט