די הלכה'דיגע פסקים אויף דעם אינטערנעט

באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1549 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4316 מאל

שליחה דורך יואליש »

לעמיל האט געשריבן:די האלסט נישט אז הרב וואזנער איז איינס??? אויב האלסטו אז נישט איז א שאד זיך צו טענען אינז וועמער במילא נישט אונקימען אין ערגעץ


אלישב איז צוויי, שטיינמאן דריי, קניבסקי פיר, יוסעף פינעף, איבראן פון וומ'ס זעקס. שבעה מי יודע? ר' משה פיינשטיין'ס פסקים זענען בינדענד פאר דיר?

און ווי יודל האט געפרעגט, וויאזוי ווערט מען פוסק הדור? ווי אין הלכה איז דא אזא באגריף?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4717 מאל

שליחה דורך יידל »

יא, רב וואזנער איז פוסק הדור. לעמיל, ביטע שיינע זאג מיר וואס מיינט פוסק הדור?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1011 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 746 מאל

שליחה דורך לעמיל »

פוסק הדור מיינט א איד וואס פסקנ'ט שוין שאלות פאר אזויפיל יארען און גאנץ כלל ישראל רעכענט זיך מיט זיין פסק ( חוץ אפאר חברה פין קאווע שטיבל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16553
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19046 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לעמיל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר האלט איינער אז הרב וואזנער איז נישט די פוסק הדור???? מיינט איינער אז ער רעדט זאכען אין די וועלט אריין???


יא, אסאך עסקנים האלטן אזוי. פון אינסייד סארסעס הערט מען אז זיי זענען היבש אנטוישט פון זיין שטרענגן פסק, וואס איז געווען העכער ווי ערווארטעט ביי רוב עסקנים. אנדערש ווי אפגעשמועסט לכתחילה. און מ'ארבעט אויף אים צוריקצוציען. און ער וויל נאך נישט....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1549 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4316 מאל

שליחה דורך יואליש »

לעמיל האט געשריבן:פוסק הדור מיינט אי איד וואס פסקנט שוין שאלות פאר אזויפיל יארען אין גאנץ כלל ישראל רעכענט זיך מיט זיין פסק ( חוץ אפאר חברה פין קאווע שטיבל)


וועם רעכענסטו אריין אין דיין "גאנץ" כלל ישראל? און ווען מיין גאנצע בילדונג נעמט אן זיין פסק, בין איך מחיוב? (כ'וואוין אין די פראזשעקס...)

ווען הרב וואזנער האט צוריקגעצויגן פון זיין איסור אויף בעלז האט עס איינעם געקיצעלט? ווען הרב וואזער (אן עקסעלענט פאליטיקאנט, דרך אגב) צייגט אומגעהויערטע חביבות צו ר' אהרן פון סאטמאר, צוקראצט עס די חסידים פון ר' זלמן? איינער האט שוין געפרעגט פריער, ווען ער הייסט די צוויי ברודער פון סאטמאר ארויסגיין פון ערכאות, פאלגן זיי? פארוואס הייסט ער נישט, ער איז דאך דער פוסק הדור?
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

שליחה דורך איינער »

יואליש האט געשריבן:הרב וואזער'ס פסק איז מיר נוגע גענוי ווי אלע אנדערע אינטערענט פסקים אין א"י פון די לעצטע צען יאר, ס'איז מיר בערך אין די קאטאגאריע פון די תשובות היתרים להלכה פאר פרויען-הויזן: ס'איז נישט מיין סטאנדארד און ס'אינטערעסירט מיך נישט.


די פסק אויב ס'איז דיר יעצט נישט נוגע, דאן געב עס א פאר טעג/וואכן און עס וועט דיר שוין איינמאל נוגע זיין, די זעלבסטגעקרוינטע אפוטרופוסים פון כלל ישראל ארבייטן זייער שווער אז עס זאל דיר שוין איינמאל נוגע זיין, און ביזדערווייל מיט גרויס סוסקעס. דאס איז נישט סתם א פסק נאר אן אטאם באמבע (קרעדיט:משכיל).
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

שליחה דורך דבילה »

משכיל האט געשריבן:אזא פנים האט אונזער עולם, מען שלאפט א זיסן שלאף און מען לאזט די עסקנים רודערען און מען מאכט זיך נישט וויסענדיג, זיי פארשלעפען אן אסיפה געצוונגען מיט טעראר און אויך מיט דעם כח פון אדווערטייזמענט פון שווערע געלטער, פלוצלונג דערזעהט מען זיך מיט אן אטאמישע עקספלאשען,

עס איז געגליכען צו די אלטע מייז כאפערס וואס מען האט געלייגט א שטיקל קעז אדער סאלאמי אינטער א ספרינג און ווען דער מייזל האט אריינגערוקט זיין קאפ צו עסען פלוצלונג האט דער אייזן געגעבן א שפרינג און איהם געגבען אין קאפ אריין,


א בילד פונ'ם הייליקן ר' ישעי'לע קען אפשר העלפן?

reb-shayeleh-kerestirer-150x114.jpg
reb-shayeleh-kerestirer-150x114.jpg (4.96 KiB) געזען געווארן 2558 מאל
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1822 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

דער אמת איז, די פאקט אז גאטלוב האט נישט ציגעשטעלט אן היכן דנתנוי קינטרס ווייזט פינקטלך וואספרא עם חכם ונבון מיר זענען.
לאמיר זיך נישט נארן די סיבה פארוואס די מהיכן דנתנו עקזיסטירט נישט, איז ווייל די עסקנים פארשטיין אז 'דער עולם' דארף עס נישט. ווען דאס וואלט גאהאלפן פאר די מערכה וואלט עס געהאנגן איוף אלע גאסן. זיי האבן נישט קיין פראבלעם מיט א בריאה יש מאין. אזוי ווי ויואל משה לויט די לאנד ליבהאברס, אדער די ספרים פרא איזריעל לויט די סאטמרע.
וויכטיג איז געווען צי האבן יעדע וואך א נייע קאלערפאל פיקטשיר מיט דינרן בליצן אין ריזגע טעקסט 'ובאו כולם'
'עמלק' וכו, דאס האט גשלעפט 'דעםעולם' . מהיכן דנתוני בירור איז א שאד די געלט. ספאלט מיטאמאל ביי פאר'ן עולם עס צי פארלאנגן.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

שליחה דורך שרייבער »

לאמיר פרעגן א שאלה
זענט איר מודה אז אינטערנעט איז א פראבלעם? (בגשמיות וברוחניות)
יא

האלט איר אז מען דארף עפעס טון דערצו?
יא

די שאלה ווערט נאר וואס מען דארף טון, טענה'ט איר אז מען גייט צו עקסטרעם, נו קום איך צוריק צו אויבן, טרעף א רב א תלמיד חכם וואס האלט גרינגער, נעם אן זיין פסק
און איך טראכט יעצט אזוי, וועסט דאך פרעגן פארוואס א רב? שתי תשובות בדבר, איינס ווייל ער האט א דעת תורה, און צווייטנס ווייל א רב האלט מיט מער פראבלעמען וואס דער אינטערנעט ברענגט ווי סתם א עמך איד
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6779 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שרייבער האט געשריבן:לאמיר פרעגן א שאלה
זענט איר מודה אז אינטערנעט איז א פראבלעם? (בגשמיות וברוחניות)
יא

האלט איר אז מען דארף עפעס טון דערצו?
יא

די שאלה ווערט נאר וואס מען דארף טון, טענה'ט איר אז מען גייט צו עקסטרעם, נו קום איך צוריק צו אויבן, טרעף א רב א תלמיד חכם וואס האלט גרינגער, נעם אן זיין פסק
און איך טראכט יעצט אזוי, וועסט דאך פרעגן פארוואס א רב? שתי תשובות בדבר, איינס ווייל ער האט א דעת תורה, און צווייטנס ווייל א רב האלט מיט מער פראבלעמען וואס דער אינטערנעט ברענגט ווי סתם א עמך איד

ווי שוין אויסגעשמועסט דא מערערע מאל, די אינטערנעט פער סעי איז נישט שלעכט, נישט בגשמיות, און נישט ברוחניות, פונקט ווי יעדע כלי וואס קען ווערן גענוצט אויף גוט און אויף שלעכט.
און אפילו לשיטתך, אז די אינטערנעט איז בעצם שלעכט, וואס הייסט מ'דארף עפעס טוהן? אונז זעמער ערוואקסענע עדאלטס, וואב ווילן בעצם זיין גוט, והא ראי' די צענדליגע טויזענטע וואס האבן זיך באטייליגט ביים כינוס, סא לאז אונז אויספיגורען ווי אזוי צו זיין גוט! וואסארא מין ארויף צווינגאכטס איז דאס?

טרעפן א רב? קודם כל, גלייב איך נישט אז האבן א רב וואס איז מיט מתיר צו האבן אינטערנעט אינדערהיים גייט עפעס העלפן מיט די קינדער אין די מוסדות, און צווייטענס,
קענסט מיר צווינגען צו טרעפן א רב? טאמער וויל איך עסען א געוויסע הכשר אינדערהיים דארף איך פרעגען רשות? טאמער וויל איך אנהייבן באקן בילקעס פאר חתונות, וואס טראכטן פון בילקעס קען צוברענגען צום ארגסטען כידוע ליודעי חן, ברויך איך אויך האבן פערמישאן?
רבי, איך דארף גיין אין טוילעט.
ניין! פארוואס ביסטו נישט געגאנגען ביי ריסעס?
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך chasid »

שרייבער האט געשריבן:לאמיר פרעגן א שאלה
זענט איר מודה אז אינטערנעט אן א פילטער איז א פראבלעם? (בגשמיות וברוחניות)
יא

ל'יידער זענען נישט אלע אונזערע קאלעגעס דא אין קאווע שטיבל מודה צו דעם יא

געפילט פיש האקט, אה דא האסטו...
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

אלע קלוגערע רבנים זיינען געווען קעגען די אסיפה, אז עס וועט גארנישט אויפטועהן, אסאך האבען געהאלטען אז עס וועט קאליע מאכען, יעצט איז שולט א גרויסע ערבוביא, מען דארף נאך ווארטען וואס די תוצאות וועלן זיין, למעשה איז דאס א ריכטיגע גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה , לעמוד בה מיינט אנהאלטען נאכען טאמעל, דאס הייסט אז אפילו אויב א טייל האבען לעת עתה געמאכט שינוים, במשך הזמן וועט נאר זיין גאר א קליינער טייל וואס וועט אנהאלטען די שינוים,
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1549 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4316 מאל

שליחה דורך יואליש »

געפילטע פיש האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:לאמיר פרעגן א שאלה
זענט איר מודה אז אינטערנעט איז א פראבלעם? (בגשמיות וברוחניות)
יא

האלט איר אז מען דארף עפעס טון דערצו?
יא

די שאלה ווערט נאר וואס מען דארף טון, טענה'ט איר אז מען גייט צו עקסטרעם, נו קום איך צוריק צו אויבן, טרעף א רב א תלמיד חכם וואס האלט גרינגער, נעם אן זיין פסק
און איך טראכט יעצט אזוי, וועסט דאך פרעגן פארוואס א רב? שתי תשובות בדבר, איינס ווייל ער האט א דעת תורה, און צווייטנס ווייל א רב האלט מיט מער פראבלעמען וואס דער אינטערנעט ברענגט ווי סתם א עמך איד

ווי שוין אויסגעשמועסט דא מערערע מאל, די אינטערנעט פער סעי איז נישט שלעכט, נישט בגשמיות, און נישט ברוחניות, פונקט ווי יעדע כלי וואס קען ווערן גענוצט אויף גוט און אויף שלעכט.
און אפילו לשיטתך, אז די אינטערנעט איז בעצם שלעכט, וואס הייסט מ'דארף עפעס טוהן? אונז זעמער ערוואקסענע עדאלטס, וואב ווילן בעצם זיין גוט, והא ראי' די צענדליגע טויזענטע וואס האבן זיך באטייליגט ביים כינוס, סא לאז אונז אויספיגורען ווי אזוי צו זיין גוט! וואסארא מין ארויף צווינגאכטס איז דאס?

טרעפן א רב? קודם כל, גלייב איך נישט אז האבן א רב וואס איז מיט מתיר צו האבן אינטערנעט אינדערהיים גייט עפעס העלפן מיט די קינדער אין די מוסדות, און צווייטענס,
קענסט מיר צווינגען צו טרעפן א רב? טאמער וויל איך עסען א געוויסע הכשר אינדערהיים דארף איך פרעגען רשות? טאמער וויל איך אנהייבן באקן בילקעס פאר חתונות, וואס טראכטן פון בילקעס קען צוברענגען צום ארגסטען כידוע ליודעי חן, ברויך איך אויך האבן פערמישאן?
רבי, איך דארף גיין אין טוילעט.
ניין! פארוואס ביסטו נישט געגאנגען ביי ריסעס?


אשפג!!!

אונזער עולם, בדרך כלל, גלייכט צו זיין אונטערטעניג. מ'דארף נישט טראכטן, מ'וויל נישט טראכטן. מ'וועט טוהן וואס די פלאקאטן זאגן. אויב איז נישט דא פלאקאטן וועט מען טרעפען א רב, א שיינע איד, וואס זאל הייסן וואס צו טוהן. ס'פארנעמט אומזונסטיגע ענערגיע צו טראכטן פאר זיך.

די ערשטע זאך וואס פאסירט ווען ס'עפענט זיך א ביהמ"ד אין א געגענט איז א געשריי "שימה לנו מלך לשופטנו". בעיני ראיתי ווי מענטשן זענען נישט באקוועם צו דאווענען אפי' איין שבת אן האבן א שיינע איד אונטער וועם מ'קען זיך שטעלן, גיבן כיבודים און זיך "שואל עצה" זיין. דאס איז א טראדיציע וואס מיר האבן נאך למעלה בקודש ביזן עגל: קום עשה לנו אלהים אשר ילכו לפנינו, כי זה משה האיש אשר העלנו מארץ מצרים, לא ידענו מה-היה לו.
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך chasid »

יואליש האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:לאמיר פרעגן א שאלה
זענט איר מודה אז אינטערנעט איז א פראבלעם? (בגשמיות וברוחניות)
יא

האלט איר אז מען דארף עפעס טון דערצו?
יא

די שאלה ווערט נאר וואס מען דארף טון, טענה'ט איר אז מען גייט צו עקסטרעם, נו קום איך צוריק צו אויבן, טרעף א רב א תלמיד חכם וואס האלט גרינגער, נעם אן זיין פסק
און איך טראכט יעצט אזוי, וועסט דאך פרעגן פארוואס א רב? שתי תשובות בדבר, איינס ווייל ער האט א דעת תורה, און צווייטנס ווייל א רב האלט מיט מער פראבלעמען וואס דער אינטערנעט ברענגט ווי סתם א עמך איד

ווי שוין אויסגעשמועסט דא מערערע מאל, די אינטערנעט פער סעי איז נישט שלעכט, נישט בגשמיות, און נישט ברוחניות, פונקט ווי יעדע כלי וואס קען ווערן גענוצט אויף גוט און אויף שלעכט.
און אפילו לשיטתך, אז די אינטערנעט איז בעצם שלעכט, וואס הייסט מ'דארף עפעס טוהן? אונז זעמער ערוואקסענע עדאלטס, וואב ווילן בעצם זיין גוט, והא ראי' די צענדליגע טויזענטע וואס האבן זיך באטייליגט ביים כינוס, סא לאז אונז אויספיגורען ווי אזוי צו זיין גוט! וואסארא מין ארויף צווינגאכטס איז דאס?

טרעפן א רב? קודם כל, גלייב איך נישט אז האבן א רב וואס איז מיט מתיר צו האבן אינטערנעט אינדערהיים גייט עפעס העלפן מיט די קינדער אין די מוסדות, און צווייטענס,
קענסט מיר צווינגען צו טרעפן א רב? טאמער וויל איך עסען א געוויסע הכשר אינדערהיים דארף איך פרעגען רשות? טאמער וויל איך אנהייבן באקן בילקעס פאר חתונות, וואס טראכטן פון בילקעס קען צוברענגען צום ארגסטען כידוע ליודעי חן, ברויך איך אויך האבן פערמישאן?
רבי, איך דארף גיין אין טוילעט.
ניין! פארוואס ביסטו נישט געגאנגען ביי ריסעס?


אשפג!!!

אונזער עולם, בדרך כלל, גלייכט צו זיין אונטערטעניג. מ'דארף נישט טראכטן, מ'וויל נישט טראכטן. מ'וועט טוהן וואס די פלאקאטן זאגן. אויב איז נישט דא פלאקאטן וועט מען טרעפען א רב, א שיינע איד, וואס זאל הייסן וואס צו טוהן. ס'פארנעמט אומזונסטיגע ענערגיע צו טראכטן פאר זיך.

די ערשטע זאך וואס פאסירט ווען ס'עפענט זיך א ביהמ"ד אין א געגענט איז א געשריי "שימה לנו מלך לשופטנו". בעיני ראיתי ווי מענטשן זענען נישט באקוועם צו דאווענען אפי' איין שבת אן האבן א שיינע איד אונטער וועם מ'קען זיך שטעלן, גיבן כיבודים און זיך "שואל עצה" זיין. דאס איז א טראדיציע וואס מיר האבן נאך למעלה בקודש ביז משה רבינו "ויאמינו בד' ובמשה עבדו"
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1549 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4316 מאל

שליחה דורך יואליש »

חסיד, נעם ביטע ארויס די רויטע ווערטער פון די ציטאט'ס גענזען פיסלעך און לייג עס אלס נופח משלך. ס'איז דא געזעצן וואס גאווערען עטישע ציטאטן אויפירונג.
רעאגיר