די הלכה'דיגע פסקים אויף דעם אינטערנעט

באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך chasid »

שרייבער האט געשריבן:לאמיר פרעגן א שאלה
זענט איר מודה אז אינטערנעט אן א פילטער איז א פראבלעם? (בגשמיות וברוחניות)
יא

ל'יידער זענען נישט אלע אונזערע קאלעגעס דא אין קאווע שטיבל מודה צו דעם יא

געפילט פיש האקט, אה דא האסטו...
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

אלע קלוגערע רבנים זיינען געווען קעגען די אסיפה, אז עס וועט גארנישט אויפטועהן, אסאך האבען געהאלטען אז עס וועט קאליע מאכען, יעצט איז שולט א גרויסע ערבוביא, מען דארף נאך ווארטען וואס די תוצאות וועלן זיין, למעשה איז דאס א ריכטיגע גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה , לעמוד בה מיינט אנהאלטען נאכען טאמעל, דאס הייסט אז אפילו אויב א טייל האבען לעת עתה געמאכט שינוים, במשך הזמן וועט נאר זיין גאר א קליינער טייל וואס וועט אנהאלטען די שינוים,
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1549 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4315 מאל

שליחה דורך יואליש »

געפילטע פיש האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:לאמיר פרעגן א שאלה
זענט איר מודה אז אינטערנעט איז א פראבלעם? (בגשמיות וברוחניות)
יא

האלט איר אז מען דארף עפעס טון דערצו?
יא

די שאלה ווערט נאר וואס מען דארף טון, טענה'ט איר אז מען גייט צו עקסטרעם, נו קום איך צוריק צו אויבן, טרעף א רב א תלמיד חכם וואס האלט גרינגער, נעם אן זיין פסק
און איך טראכט יעצט אזוי, וועסט דאך פרעגן פארוואס א רב? שתי תשובות בדבר, איינס ווייל ער האט א דעת תורה, און צווייטנס ווייל א רב האלט מיט מער פראבלעמען וואס דער אינטערנעט ברענגט ווי סתם א עמך איד

ווי שוין אויסגעשמועסט דא מערערע מאל, די אינטערנעט פער סעי איז נישט שלעכט, נישט בגשמיות, און נישט ברוחניות, פונקט ווי יעדע כלי וואס קען ווערן גענוצט אויף גוט און אויף שלעכט.
און אפילו לשיטתך, אז די אינטערנעט איז בעצם שלעכט, וואס הייסט מ'דארף עפעס טוהן? אונז זעמער ערוואקסענע עדאלטס, וואב ווילן בעצם זיין גוט, והא ראי' די צענדליגע טויזענטע וואס האבן זיך באטייליגט ביים כינוס, סא לאז אונז אויספיגורען ווי אזוי צו זיין גוט! וואסארא מין ארויף צווינגאכטס איז דאס?

טרעפן א רב? קודם כל, גלייב איך נישט אז האבן א רב וואס איז מיט מתיר צו האבן אינטערנעט אינדערהיים גייט עפעס העלפן מיט די קינדער אין די מוסדות, און צווייטענס,
קענסט מיר צווינגען צו טרעפן א רב? טאמער וויל איך עסען א געוויסע הכשר אינדערהיים דארף איך פרעגען רשות? טאמער וויל איך אנהייבן באקן בילקעס פאר חתונות, וואס טראכטן פון בילקעס קען צוברענגען צום ארגסטען כידוע ליודעי חן, ברויך איך אויך האבן פערמישאן?
רבי, איך דארף גיין אין טוילעט.
ניין! פארוואס ביסטו נישט געגאנגען ביי ריסעס?


אשפג!!!

אונזער עולם, בדרך כלל, גלייכט צו זיין אונטערטעניג. מ'דארף נישט טראכטן, מ'וויל נישט טראכטן. מ'וועט טוהן וואס די פלאקאטן זאגן. אויב איז נישט דא פלאקאטן וועט מען טרעפען א רב, א שיינע איד, וואס זאל הייסן וואס צו טוהן. ס'פארנעמט אומזונסטיגע ענערגיע צו טראכטן פאר זיך.

די ערשטע זאך וואס פאסירט ווען ס'עפענט זיך א ביהמ"ד אין א געגענט איז א געשריי "שימה לנו מלך לשופטנו". בעיני ראיתי ווי מענטשן זענען נישט באקוועם צו דאווענען אפי' איין שבת אן האבן א שיינע איד אונטער וועם מ'קען זיך שטעלן, גיבן כיבודים און זיך "שואל עצה" זיין. דאס איז א טראדיציע וואס מיר האבן נאך למעלה בקודש ביזן עגל: קום עשה לנו אלהים אשר ילכו לפנינו, כי זה משה האיש אשר העלנו מארץ מצרים, לא ידענו מה-היה לו.
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך chasid »

יואליש האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:לאמיר פרעגן א שאלה
זענט איר מודה אז אינטערנעט איז א פראבלעם? (בגשמיות וברוחניות)
יא

האלט איר אז מען דארף עפעס טון דערצו?
יא

די שאלה ווערט נאר וואס מען דארף טון, טענה'ט איר אז מען גייט צו עקסטרעם, נו קום איך צוריק צו אויבן, טרעף א רב א תלמיד חכם וואס האלט גרינגער, נעם אן זיין פסק
און איך טראכט יעצט אזוי, וועסט דאך פרעגן פארוואס א רב? שתי תשובות בדבר, איינס ווייל ער האט א דעת תורה, און צווייטנס ווייל א רב האלט מיט מער פראבלעמען וואס דער אינטערנעט ברענגט ווי סתם א עמך איד

ווי שוין אויסגעשמועסט דא מערערע מאל, די אינטערנעט פער סעי איז נישט שלעכט, נישט בגשמיות, און נישט ברוחניות, פונקט ווי יעדע כלי וואס קען ווערן גענוצט אויף גוט און אויף שלעכט.
און אפילו לשיטתך, אז די אינטערנעט איז בעצם שלעכט, וואס הייסט מ'דארף עפעס טוהן? אונז זעמער ערוואקסענע עדאלטס, וואב ווילן בעצם זיין גוט, והא ראי' די צענדליגע טויזענטע וואס האבן זיך באטייליגט ביים כינוס, סא לאז אונז אויספיגורען ווי אזוי צו זיין גוט! וואסארא מין ארויף צווינגאכטס איז דאס?

טרעפן א רב? קודם כל, גלייב איך נישט אז האבן א רב וואס איז מיט מתיר צו האבן אינטערנעט אינדערהיים גייט עפעס העלפן מיט די קינדער אין די מוסדות, און צווייטענס,
קענסט מיר צווינגען צו טרעפן א רב? טאמער וויל איך עסען א געוויסע הכשר אינדערהיים דארף איך פרעגען רשות? טאמער וויל איך אנהייבן באקן בילקעס פאר חתונות, וואס טראכטן פון בילקעס קען צוברענגען צום ארגסטען כידוע ליודעי חן, ברויך איך אויך האבן פערמישאן?
רבי, איך דארף גיין אין טוילעט.
ניין! פארוואס ביסטו נישט געגאנגען ביי ריסעס?


אשפג!!!

אונזער עולם, בדרך כלל, גלייכט צו זיין אונטערטעניג. מ'דארף נישט טראכטן, מ'וויל נישט טראכטן. מ'וועט טוהן וואס די פלאקאטן זאגן. אויב איז נישט דא פלאקאטן וועט מען טרעפען א רב, א שיינע איד, וואס זאל הייסן וואס צו טוהן. ס'פארנעמט אומזונסטיגע ענערגיע צו טראכטן פאר זיך.

די ערשטע זאך וואס פאסירט ווען ס'עפענט זיך א ביהמ"ד אין א געגענט איז א געשריי "שימה לנו מלך לשופטנו". בעיני ראיתי ווי מענטשן זענען נישט באקוועם צו דאווענען אפי' איין שבת אן האבן א שיינע איד אונטער וועם מ'קען זיך שטעלן, גיבן כיבודים און זיך "שואל עצה" זיין. דאס איז א טראדיציע וואס מיר האבן נאך למעלה בקודש ביז משה רבינו "ויאמינו בד' ובמשה עבדו"
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1549 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4315 מאל

שליחה דורך יואליש »

חסיד, נעם ביטע ארויס די רויטע ווערטער פון די ציטאט'ס גענזען פיסלעך און לייג עס אלס נופח משלך. ס'איז דא געזעצן וואס גאווערען עטישע ציטאטן אויפירונג.
רעאגיר