די הלכה'דיגע פסקים אויף דעם אינטערנעט

איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

די הלכה'דיגע פסקים אויף דעם אינטערנעט

שליחה דורך איינער »

מיט עטליכע וואכן צוריק איז פארגעקומען א ריזיגער כינוס, ביים כינוס האט מען זייער פראמינענט פארגעשטעלט אן הלכה'דיגן איסור אויף דעם אינטערנעט פון הרב וואזנער. נאך דעם כינוס האט מען פארשפרייט די פסק און די ציייטונגען און אויף די ווענט פון אלע שולן.

שטעלט זיך די פראגע פון וואו שטאמט די הלכה, קען איינער ארויס שיסן אן א הלכה, און ווייל ער איז דער אזויגערופענער פוסק הדור, איז דאס איז עס!

די היפאקריטישקייט איז נאך אסאך מער פון די וואס ניצן די "עפ"י הלכה", די וואס פארפירן אז נחמיה וועבערמאן איז א צדיק ווייל עס איז נישט קיין "צוויי כשר'ע עדות" און די אייוועלטניקעס, וואס האבן געשריבן אז עפ"י תורה טאר מען נישט גלייבן די מעשה אויף דעם מערדער פון לייבי קלעצקי ווייל עס נישט דא קיין צוויי עדות, וואו זענען די חברה פארשלאפן? קיינער פרעגט נישט פון וואו נעמט רב וואזנער אזא הלכה? איז דער אינטערנעט בכלל א כלי וואס קען חל זיין אן איסור? האט סאפטווער בכלל א ממשות? פאר ווער עס ווייסט נישט, אינטערנעט איז נישט מער ווי א סאפטווער פראטאקאל, וואס ערמעגליכט די קאמוניקאציע פון קאמפיוטערס.

און אנדערן אשכול שרייבט "געפילטע פיש"

געפילטע פיש האט געשריבן:לאמיר איבערגיין די גמרא און פארשטיין די סוגיא אביסל.
די גמרא איז אין חזקת הבתים (בבא בתרא נז ע"ב): ועוצם עיניו מראות ברע, א"ר חייא בר אבא זה שאין מסתכל בנשים בשעה שעומדות על הכביסה, היכי דמי? אי דאיכא דרכא אחריתא רשע הוא ,אי דליכא דרכא אחריתא אנוס הוא, לעולם דליכא דרכא אחריתא ואפ"ה מיבעי ליה למינס נפשיה.
רש"י: שאין מסתכל - כשהוא הולך על שפת הנהר:
היכי דמי - דמשתבח ביה קרא אם עוצם עיניו דמשמע שאם לא יעצים עיניו אינו לא צדיק ולא רשע:
אי דאיכא דרכא אחרינא - ואזיל בהך:
רשע הוא - ואף על פי שעוצם עיניו שלא היה לו לקרב אלא להרחיק מן העבירה דקיימא לן חולין (דף מד:) הרחק מן הכיעור:
אנוס הוא - אם מסתכל דרך הליכתו ואונס רחמנא פטריה ולמה מזקיקו הכתוב להעצים עיניו דמדמשתבח ביה קרא שמעינן דצריך לעצום עיניו:
למינס נפשיה - להטות עיניו לצד אחר והיינו דמשתבח ביה קרא דאי אניס נפשיה חסיד הוא:

קודם כל זאלסטו וויסן אז די אי איכא דרכא אחריתא ווערט נישט געפסקן'ט להלכה, די רמב"ם (הלכות איסורי ביאה כא) שרייבט: "וכן אסור לאדם להסתכל בנשים בשעה שהן עומדות על הכביסה" ער שרייבט אבער נישט אז מ'טאר נישט גיין אויף אזא גאס אפילו באיכא דרכא אחריתא.

וואס קען מען יא ארויס נעמען פון דעם גמרא, אז אי ליכא דרכא אחרינא דארף ער מעיקר הדין נישט אוועק קוקן און ער וועט נישט הייסן קיין רשע, טאמער קוקט ער יא אוועק, איז משמע פון רש"י ד"ה היכי דמי הייסט ער א צדיק, און די פסוק וועט מעיד זיין אויף עם אז ועוצם עיניו מראות ברע, אבער קיין חיוב איז זיכער נישט דא.

יעצט לעניננו, לאמיר איינזעצען אז בנשים בשעה שעומדות על הכביסה מיינט שמוציגע וועבזייטלעך, זאגט די גמרא עוצם עיניו מראות ברע א"ר חייא בר אבא זה שאין מסתכל אין שמוץ אויפן אינטערנעט, פרעגט די גמרא היכי דמי? אי דאיכא דרכא אחריתא רשע הוא, טאמער קען ער גיין אויף א ריינעם וועבזייטל און באקומען די זעלבע אינפארמאציע דארט, רשע הוא, ,אי דליכא דרכא אחריתא אנוס הוא, טאמער איז דאס די איינציגע וועג אנצוקומען צו די אינפארמאציע איז ער דאך אן אונס, זאגט רש"י אנוס הוא - אם מסתכל דרך הליכתו ואונס רחמנא פטריה ולמה מזקיקו הכתוב להעצים עיניו דמדמשתבח ביה קרא שמעינן דצריך לעצום עיניו, ענטפערט די גמרא לעולם דליכא דרכא אחריתא ואפ"ה מיבעי ליה למינס נפשיה אז טאמער האט מען נישט קיין ברירה איז נאך אלץ א שיינע זאך אוועקצוקוקן און ער וועט הייסן א צדיק טאמער קוקט ער אוועק.
איך מיין אז פשט איז אז איינער וואס אינסטולירט א פילטער זאגט אויף עם די פסוק ועוצם עיניו מראות ברע און רש"י רופט עם א צדיק, אבער קיין חיוב איז נישט דא, כנלענ"ד.

געפילטע פיש האט עס זייער פיין ארויסגעברענגט, איך וועל נאר ניצן אביסל אנדערע ווערטער.

א קאמפיוטער וואס איז פארבינדן מיט די אינטערנעט, איז אנגעקינפט אין אזא הייוועי נעץ מיט פארשידענע וועגן, מען ניצט דעם בראוזער (אזוי ווי די קאר) אנצוקומען צו וועלכען קאמפיוטער/סערווער דו ווילסט. קיינער גייט נישט אסרן דעם גאנצן הייוועי סיסטעם (אדער א קאר) ווייל עס איז דא טמא'נע הייוועיס. מען וועט זאגן אז מען טאר נישט גיין צו די הייוועי וואס איז טמא, די זעלבע מיט די אינטערנעט די סייטס וואס זענען טמא טאר מען נישט גיין.

איך ווארט אויף א הלכה'דיגן ביאור ביז דאן איז "אין כאן לא איסור.."
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

די שאלה איז אויב ווען א מענטש ווייסט אז ווען ער וועט גיין אויף א געוויסע מקום וועט ער זיין א אונס עובר זיין אויף סיי וועלכע עבירה, צו ער מעג גיין.
און לגבי די אינטערנעט, א איד וואס ווייסט ער וועט זינדיגן טאמער האט ער אינטערנעט, מעג ער האבן אינטערנעט?
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6314
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 9060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2890 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ביסט גערעכט עס איז באמת נישט שיין מצד הרב וואזנער אז ער האט זיך נישט אדורכגערעדט מיט דיר פארן ארויסגעבן זיין פסק.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

עס איז נישט שיין ארויסצוגעבן א פסק אן פארשטיין די מהות פון אינטערנעט און אן מסביר זיין אויף וואס די פסק איז געבויט.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6314
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 9060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2890 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ווי זאגט מען נאך פון א גדול? ער האט נישט קיין קשיות ער זיכט תירוצים (איך זאג נישט קיין מוסר פאר קיינעם און איך בין מיט גארנישט בעסער אבער רעד מיך נישט איין אז אויב קומט רב וואזנער ארויס מיט א תשובה פון פופציג בלעטער פול מיט מראה מקומות וועט עס עם מאכען א נפק"מ כהוא זה מיט וויפיל און ווי ער דרייט זיך אויפן נעט סאו פליז קאט די קרעפ.)
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

רב וואזנער מעג פסק'ענען וואס ער וויל, און ווער ס'וויל מעג אים פאלגן.
די שאלה איז נאר צי זיין פסק איז מחייב גאנץ כלל ישראל ווייל מען רופט אים פוסק הדור,
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6314
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 9060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2890 מאל

שליחה דורך איך אויך »

לאדיך אפ האט געשריבן:עס איז נישט שיין ארויסצוגעבן א פסק אן פארשטיין די מהות פון אינטערנעט און אן מסביר זיין אויף וואס די פסק איז געבויט.

נו איך זאג דאך אויך אז עס איז טאקע נישט שיין פון רב וואזנער.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

שליחה דורך יאנקל »

אויך אינטערעסאנט אז הרב וואזנער האט געזאגט אז "דעתינו דעת תורה" אז מ'טאר בכלל נישט האבן קיין קאמפיוטער אין שטוב, אבער דער צעטל וואס דער "איחוד הקהילות" האט מפרסם געווען מיט הרב וואזנער'ס חתימה שטייט נאר אז "יש למנוע" פון האבן א קאמפיוטער אין שטוב...
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

שליחה דורך יאנקל »

הרב וואזנער האט גע'פסק'נט אז מ'טאר נישט אריינגיין אין א שטוב וואס פארמאגט אינטערנעט אן א פילטער, אויפ'ן סמך פון דער גמרא בבא-קמא דף פ, וואו מ'זעט אז חכמים האבן נישט געוואלט אריינגיין אין שטוב פון א חסיד וויבאלד יענער איז געווען א "פורץ גדר" זייענדיג עובר געווען אויף דעם איסור פון האלטן בהמה דקה אין ארץ-ישראל.

די שאלה איז וויאזוי קען מען דען פארגלייכן די צוויי זאכן. דאס צי אינטערנעט איז געפילטערט צי נישט איז נישט אזא בפרהסיא'דיגע זאך ווי האבן צוגעבינדן א בהמה דקה צו די כרעי המטה. ועוד, די מפרשים דארטן האבן דאך די שאלה וואס דער חסיד האט שלעכט געטון. לויט דער גמרא איז ער געווען קראנק און האט געמוזט צוקומען צו מילך פון דער בהמה, טא, פארוואס האבן זיינע חברים געמאכט אן עסק? האט ער דען נישט געמעגט פאר געזונט אורזאכן עובר זיין אויף דער תקנה פון מגדל זיין בהמה דקה?

דער מהרש"א ענטפערט אז עס איז נישט געווען קיין שאלה פון פיקוח נפש, דעריבער האט ער נישט געטארט עובר זיין אויף מצות חכמים, לויט דעם קומט אויס אז ער איז טאקע געווען א פורץ גדר. דער מאירי האלט אבער אז עס איז יא געווען א שאלה פון פיקוח נפש, אויב אזוי איז דאך פיקוח נפש דוחה כל התורה כולה, טא, פאר פארוואס האבן זיינע חברים אים באטראכט ווי א פורץ גדר און נישט געוואלט אריינגיין אין זיין שטוב? אויף דעם ענטפערט דער מאירי אז דער טעם פון דער תקנה קעגן גידול בהמה דקה איז אז די סארט בהמות מאכן א חורבן פון די פעלדער ווי זיי דרייען זיך, און דאס טוט שעדיגן די פעלדער פון אנדערע מענטשן. און, "אעפ"י שבמקום פקוח נפש הותרו האסורין להתרפא בהם דבר שנאסר מכח תקנה," אבער "מחשש פסידת אחרים ראוי להחמיר בה ביותר"!

לויט דעם קומט אויס אז די הארבקייט פון דער תקנה איז דווקא וויבאלד עס איז באזירט אויף אן ענין פון בין אדם לחבירו, פון חשש הפסד פון א צווייטן. ווי נורא איז דאס אז פון דער גמרא קומט ארויס ווי הארב עס איז צו מפסיד זיין א צווייטן, און ווי די חכמים האבן געהאלטן אז אפילו אין פאל פון פיקוח נפש איז א פראבלעם פון עובר זיין אויף א תקנה פון בין אדם לחבירו.

אין פאל פון דעם אינטערנעט, נישט נאר וואס מען קען נישט ברענגען קיין ראיה פון דער גמרא אויף א תקנה וואס בלויז א קליין טייל פון די תלמידי חכמים ביי כלל ישראל האבן געמאכט לגבי אן ענין פון בין אדם למקום, נאר מען באנוצט זיך מיט טאקטיקן צו טשעפען מיט מענטשן בגופם ובממונם כדי איינצופעדעמען אט די "תקנה", און פון דער גמרא אין ב"ק זעען מיר ווי הארב עס איז דער ענין פון בין אדם לחבירו.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

שליחה דורך איינער »

איחוד פעלד האט געשריבן:די שאלה איז אויב ווען א מענטש ווייסט אז ווען ער וועט גיין אויף א געוויסע מקום וועט ער זיין א אונס עובר זיין אויף סיי וועלכע עבירה, צו ער מעג גיין.
און לגבי די אינטערנעט, א איד וואס ווייסט ער וועט זינדיגן טאמער האט ער אינטערנעט, מעג ער האבן אינטערנעט?


די אינטערנעט מאכט קיינעם נישט זינדיגן. עס זענען דא סייטס וואס מען קען אנקומען דורך די אינטערנעט וואס טייל מענטשן זאגן אז עס מאכט זינדיגן.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6314
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 9060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2890 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יאנקל האט געשריבן:הרב וואזנער האט גע'פסק'נט אז מ'טאר נישט אריינגיין אין א שטוב וואס פארמאגט אינטערנעט אן א פילטער, אויפ'ן סמך פון דער גמרא בבא-קמא דף פ, וואו מ'זעט אז חכמים האבן נישט געוואלט אריינגיין אין שטוב פון א חסיד וויבאלד יענער איז געווען א "פורץ גדר" זייענדיג עובר געווען אויף דעם איסור פון האלטן בהמה דקה אין ארץ-ישראל.

די שאלה איז וויאזוי קען מען דען פארגלייכן די צוויי זאכן. דאס צי אינטערנעט איז געפילטערט צי נישט איז נישט אזא בפרהסיא'דיגע זאך ווי האבן צוגעבינדן א בהמה דקה צו די כרעי המטה. ועוד, די מפרשים דארטן האבן דאך די שאלה וואס דער חסיד האט שלעכט געטון. לויט דער גמרא איז ער געווען קראנק און האט געמוזט צוקומען צו מילך פון דער בהמה, טא, פארוואס האבן זיינע חברים געמאכט אן עסק? האט ער דען נישט געמעגט פאר געזונט אורזאכן עובר זיין אויף דער תקנה פון מגדל זיין בהמה דקה?

דער מהרש"א ענטפערט אז עס איז נישט געווען קיין שאלה פון פיקוח נפש, דעריבער האט ער נישט געטארט עובר זיין אויף מצות חכמים, לויט דעם קומט אויס אז ער איז טאקע געווען א פורץ גדר. דער מאירי האלט אבער אז עס איז יא געווען א שאלה פון פיקוח נפש, אויב אזוי איז דאך פיקוח נפש דוחה כל התורה כולה, טא, פאר פארוואס האבן זיינע חברים אים באטראכט ווי א פורץ גדר און נישט געוואלט אריינגיין אין זיין שטוב? אויף דעם ענטפערט דער מאירי אז דער טעם פון דער תקנה קעגן גידול בהמה דקה איז אז די סארט בהמות מאכן א חורבן פון די פעלדער ווי זיי דרייען זיך, און דאס טוט שעדיגן די פעלדער פון אנדערע מענטשן. און, "אעפ"י שבמקום פקוח נפש הותרו האסורין להתרפא בהם דבר שנאסר מכח תקנה," אבער "מחשש פסידת אחרים ראוי להחמיר בה ביותר"!

לויט דעם קומט אויס אז די הארבקייט פון דער תקנה איז דווקא וויבאלד עס איז באזירט אויף אן ענין פון בין אדם לחבירו, פון חשש הפסד פון א צווייטן. ווי נורא איז דאס אז פון דער גמרא קומט ארויס ווי הארב עס איז צו מפסיד זיין א צווייטן, און ווי די חכמים האבן געהאלטן אז אפילו אין פאל פון פיקוח נפש איז א פראבלעם פון עובר זיין אויף א תקנה פון בין אדם לחבירו.

אין פאל פון דעם אינטערנעט, נישט נאר וואס מען קען נישט ברענגען קיין ראיה פון דער גמרא אויף א תקנה וואס בלויז א קליין טייל פון די תלמידי חכמים ביי כלל ישראל האבן געמאכט לגבי אן ענין פון בין אדם למקום, נאר מען באנוצט זיך מיט טאקטיקן צו טשעפען מיט מענטשן בגופם ובממונם כדי איינצופעדעמען אט די "תקנה", און פון דער גמרא אין ב"ק זעען מיר ווי הארב עס איז דער ענין פון בין אדם לחבירו.


הייסט עס אז רב וואזנער (וואס איז באקאנט איבעראל אלס זעלטענר איידעלער איד) דארף זיך ביי דיר קומען לערנען א מוסר שמועס אויף הלכות בין אדם לחבירו, שיין דערלעבט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

שליחה דורך איינער »

איך אויך האט געשריבן:ביסט גערעכט עס איז באמת נישט שיין מצד רב וואזנער אז ער האט זיך נישט אדורכגערעדט מיט דיר פארען ארויסגעבן זיין פסק.


איך אויך האט געשריבן:הייסט עס רב וואזנער (וואס איז באקאנט איבעראל אלס זעלטענר איידעלער איד) דארף זיך ביי דיר קומען לערנען א מוסר שמועס אויף הלכות בין אדם לחבירו, שיין דערלעבט.


העלאו, רב וואזנער איז נישט גאט. און אונז זעמיר נישט זיינע באשעפנישען.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6314
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 9060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2890 מאל

שליחה דורך איך אויך »

העלאו, דער גאט פון וועם דו רעדסט האט אמאל געגעבן פאר דאס אידישע פאלק אזא מין זאך וואס רופט זיך די תורה (יו קנאו וואט איי מיען, די בייבעל ענד די טאלמוד עטכ.) האסט אמאל געהערט פון דעם? און דו ווייסט אז אין אט די תורה שטייט אז מען דארף פאלגן די חכמים שבדור?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

שליחה דורך איינער »

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:רב וואזנער מעג פסקענען וואס ער וויל, אין ווער ס'וויל מעג אים פאלגען, די שאלה איז נאר צי זיין פסק איז מחייב גאנץ כלל ישראל ווייל מען ריפט אים פוסק הדור,


אויפן סמך פון רב וואזנער פסק איז פארגעקומן ווילדע אויסברויכן אין בתי מדרשים די לעצטע וואך צוויי, און א טייל מוסדות גרייטן זיך ארויס צו ווארפן קינדער. איז עס נישט מער ווי רעכט, מען זאל קענען זען פון ווי זיין פסק שטאמט און האבן א וויכוח וועגן דעם?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

שליחה דורך זר זהב »

נישט דו, אפשר קען זיך קארלסבורגער רב מתווכח זיין מיט אים.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

שליחה דורך יאנקל »

איך וואלט פארגעשלאגן אז די אלע וועלכע ווילן רעדן צי מען מעג בכלל דן זיין אין פסקים פון פוסקים זאלן מאכן אויף דעם א באזונדערן אשכול. דא טוט מען דורך די פסקים אויף דעם אינטערנעט.
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

איך אויך, איך וויל ח"ו נישט זיין קיין מבזה ת"ח אבער יו אר פושינג טו הארד. הרב וואזנער איז אלעס וואס דו זאגסט, אבער עפטער אלל האב איך מיין דיין און מיין רב, און איך גלייב שווער אז איך בין מחוייב צו פאלגן רב וואזנער אשטאט מיין רב אדער דיין. די חילוק פון פופציג בלעטער מיט מקורות און איין בלאט מיט "תקנות הדור" איז אז די פופציג בלעטער וואלט געוויזן אז רב וואזנער רעדט פון וואס ער ווייסט, מה שאין כן א פעידזש מיט תקנות שרייט ארויס אז דאס האט אים אן עסקן ערקלערט. נאכדערצו ווען מ'זעט אז ס'גאר א מחלוקת העסקנים צו לדעת הרב וואזנער מעג מען בדיעבד האבן אינדערהיים לצורך עבודה און צו מ'מעג אריינגיין אין א הויז ווי מ'איז עובר אויף די תקנות. ביי דע וועי, אויב קענסטו מער ווי פינף מענטשן וואס גייען נישט אריין מער אין שטובער פון מענטשן וועלכע האבן סמארטפאונס וועל איך זיין זייער שאקד.
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

די גרעסטע ראיה אז די המון עם האט נישט אנגענומען די פסק פון הרב וואזנער איז די גרויסע עולם גאטפארכטיגע אידן וועלכע זענען נאך אלץ אויף אייוועלט, טוויטער, עמעזאן וכו' בזמן וואס הרב וואזנער האט געזאגט אז מ'מעג אך ורק לצרכי פרנסה.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך ידען »

Amazon איז פרנסה.

וואס מיינט אז א ״גרויסע עולם״ האט נישט אנגענומען זיין פסק? סע מאכט די פסק פאר ווערטלאז?

אז מע איז צוגעבינדען און פארקניפט צו די אינטערנעט מיינט גארנישט אז סע ווערט מותר.

איך זאג נישט אז מותר אדער אסור אבער דעס איז נישט קיין ראי׳.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

שליחה דורך שרייבער »

הרב איינער
איך ווייס נישט וואס דיין אויסברויך איז, האט דיר איינער עפעס געצווינגען לכבוד הרב וואזנער'ס פסק?
דו טו וואס דיין רב הייסט דיר, אויב דיין רב נעמט אן וואס הרב וואזנער זאגט גיי זיך דיך מתווכח מיט דיין רב

בעיני איז כבוד הרב וואזנער גדול עד מאד, ועכ"ז האב איך נישט גענומען די מי דורכצוקוקן וואס ער האט געשריבן, ווייל איך האב שוין א פסק הלכה פון מיין רבין, ממילא איז מיר כלל נישט נוגע וואס ער שרייבט (כבודו הגדול במקומו מונח) אויב איז ער מיקל, גיי איך נישט מער מיקל זיין פון וואס מיין רבי זאגט, און אויב איז ער מחמיר גיי איך נישט מער מחמיר זיין וואס מיין רבי זאגט

ממילא איך פארשטיי כלל נישט וואס די מאלער דא איז

ונשובה אל הראשונות, דאס איז געווען איינע פון די יסודות'דיגע טענות בנוגע דעם כינוס, יעדער האט זיך זיין רב און זיין מורה הוראה, וואס גייט א צווייטער רב מיך מחייב זיין ווען איך פאלג נישט מיין אייגענעם רב, צו מיין אייגענער רב זאגט נישט אזוי
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

ידען האט געשריבן:Amazon איז פרנסה.

וואס מיינט אז א ״גרויסע עולם״ האט נישט אנגענומען זיין פסק? סע מאכט די פסק פאר ווערטלאז?

אז מע איז צוגעבינדען און פארקניפט צו די אינטערנעט מיינט גארנישט אז סע ווערט מותר.

איך זאג נישט אז מותר אדער אסור אבער דעס איז נישט קיין ראי׳.

עמעזאן איז נישט פרנסה! אויב יא, דאן האבן די כולל יונגעלייט די זעלבע רעכט צום אינטערנעט ווי בעלי בתים, און דאס איז קלאר אין די ווערטער פון הרב וואזנער אז כולל יונגעלייט טארן נישט האבן קיין אינטערנעט צוטריט בשו"א! עמעזאן איז פריוואטע שאפינג, דיין פרנסה איז נישט תלוי אין דעם (חוץ אז דו האסט א עמעזאן סטאר). דו קומסט מיר שוין פאר ווי די אייוועלט חברה וואס טענה'ן אז אייוועלט איז לצורך פרנסה ווייל אן א סייט ווי מקען זיך אויסגעבן קען מען נישט האבן א קלארן קאפ צום ארבעט... אויך מיר א צורך פרנסה.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך ידען »

איך פארשטיי טאקע נישט פארוואס כולל יונגעלייט זאלן נישט טארן האבן קיין אינטערנעט פונקט ווי אנדערע. מסתבר אז ווייל ווייניג כולל יונגערלייט מאכן די פרנסה אויפן טאשן קאמפיוטער, אפי׳ אויב זיי האבן יא א ביזנעס אויף אינטערנעהעט.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

שליחה דורך gehlungen »

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:רב וואזנער מעג פסקענען וואס ער וויל, אין ווער ס'וויל מעג אים פאלגען, די שאלה איז נאר צי זיין פסק איז מחייב גאנץ כלל ישראל ווייל מען ריפט אים פוסק הדור,

Wow you are 100% rite. :דיסלייק:
רעאגיר