ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס

הודעהדורך chusid » מאנטאג יאנואר 12, 2015 12:52 pm

דריידל האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:דאס זיך אפהיטן די אויגן איז לכאורה א סייג אז מ'זאל נישט צוקומען צו געפערליכע עבירות....יא? איז דע מאדערענע יודן און אלע סעקולארע מענטשן וואס קוקן איבעראל און געבן זעך אפילו די האנט... קומען זיי טאקע צו אזוי אפט לידי המעשה עבירה?


ניין.
אין די הקדמה צו דרך פקודך פרעגט ער פארוואס מ'איז נישט מקפיד אויף "אל תראה שיחה עם אשה"? אויף וואס ער שרייבט אז וויבאלד מ'איז רגיל צו רעדן מיט פרויען רייצט עס נישט אזוי אן.

א"כ מה הועילו חכמים בתקנתם?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך א איד » מאנטאג יאנואר 12, 2015 6:11 pm

ביודעי ובמכירי קאמינא אז ביי די סעקולארע מענטשן קומט מען יא צו לידי עבירה.
מער ווי ביי די היימישע
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל

הודעהדורך ביבער » מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:52 pm

chusid האט געשריבן:דאס זיך אפהיטן די אויגן איז לכאורה א סייג אז מ'זאל נישט צוקומען צו געפערליכע עבירות....יא? איז דע מאדערענע יודן און אלע סעקולארע מענטשן וואס קוקן איבעראל און געבן זעך אפילו די האנט... קומען זיי טאקע צו אזוי אפט לידי המעשה עבירה?

אזוי ווי חז"ל דערציילן אויף אביי, וואס האט נישט געקענט גלייבן אז א פשוטער איד איז נישט דורכגעפאלן מיט א ניסיון ער וואלט זיכער נישט געקענט, ביז מ'האט אים בארואיגט כל הגדול מחבירו...
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 809 מאל

הודעהדורך smart » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 9:59 am

--
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 623
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 244 מאל

הודעהדורך שמן זית » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 2:34 pm

האב איך געהאט די זכי' ב"ה נאכאמאל צו הערן די דברות קודש יוצא בקול חוצב להבת אש פון הרב ראבינאוויטש'ן.

גראדע איז מיין פערזענליכע מיינונג אויף אים אז ער זאגט באמת זייער גוטע זאכן, און ער האט באמת די מעגליכקייט ארויבצוסרענגען די פראבלעמען פונעם אינטערנעט.

אבער - און דא קומט א גרויסע אבער - איך האלט אז ער מאכט זיך קאליע מיט זיין האקן אויף מידערוויכטיגע זאכן ווי טעקסט און דאס גלייכן, עס מאכט די גאנצע זאך ווי איין גרויסע שטיק ליצנות, ווען ער האלט זיך ווען צום אינטערנעט אליין, אן די זייטיגע זאכן, וואלט ער ווען היבש אסאך געקענט אויפטון.

ווער עס וויל קען זיין מחולק, אבער דעס איז מיין הייליגע חוות דעת...
שמן זית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 4:39 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 2:39 pm

שמן זית האט געשריבן:האב איך געהאט די זכי' ב"ה נאכאמאל צו הערן די דברות קודש יוצא בקול חוצב להבת אש פון הרב ראבינאוויטש'ן.

גראדע איז מיין פערזענליכע מיינונג אויף אים אז ער זאגט באמת זייער גוטע זאכן, און ער האט באמת די מעגליכקייט ארויבצוסרענגען די פראבלעמען פונעם אינטערנעט.

אבער - און דא קומט א גרויסע אבער - איך האלט אז ער מאכט זיך קאליע מיט זיין האקן אויף מידערוויכטיגע זאכן ווי טעקסט און דאס גלייכן, עס מאכט די גאנצע זאך ווי איין גרויסע שטיק ליצנות, ווען ער האלט זיך ווען צום אינטערנעט אליין, אן די זייטיגע זאכן, וואלט ער ווען היבש אסאך געקענט אויפטון.

ווער עס וויל קען זיין מחולק, אבער דעס איז מיין הייליגע חוות דעת...

האסטו איהם מעיר געווען? פון שרייבן דא אין ק"ש וועט ער גארנישט וויסן, ער טרעט קיינמאל נישט אריין ביי אונז אין שטיבל.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 690 מאל

הודעהדורך שמן זית » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 3:03 pm

קודם, ווער זאגט דיר אז ער טרעט נישט אריין דא ביי אונז? עס איז דא מאנכע וואס טענה'ן אז ער איז א אפטע באזוכער דא.... (הער אויס, ער מוז דאך וויסן די מצב הדור כדי צו קענען מוחה זיין.... א שטייגער ווי די אנדערע עסקנים מעגן ארומקריכן אין כל מיני סיידס צו טרעפן די פארברעכער...)

והשנית, די זעלבע סיבה פארוואס ער טרעט נישט אריין דא, פאר די זעלבע סיבה וועט נישט העלפען אפילו די רבי זכרונעליבראכע אליין וועט אים קומען זאגן ער זאל אויפהערן מיט די זינלאזע אטאקעס אויף טעקסט מעסעזדשעס..

ער מיינט עס נעבעך - אזוי האלט איך עכ"פ - מיט אזא תמימות, אז גארנישט וועט אים נישט אפהאלטן, קענסט רעדן צו א וואנט.
שמן זית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 4:39 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 3:10 pm

שמן זית האט געשריבן:קודם, ווער זאגט דיר אז ער טרעט נישט אריין דא ביי אונז? עס איז דא מאנכע וואס טענה'ן אז ער איז א אפטע באזוכער דא....

ווי אזוי האסטו געוואוסט ווער איך בין? :lol:
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 690 מאל

הודעהדורך סלינקי » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 4:16 pm

איינער האט א בילד פונעם סאבדזשעקט?
באניצער אוואטאר
סלינקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 215
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:09 pm
האט שוין געלייקט: 954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

הודעהדורך גנדי » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 5:09 pm

סלינקי האט געשריבן:איינער האט א בילד פונעם סאבדזשעקט?
בייגעלייגטע פיילס
Rabinovits.jpg
Rabinovits.jpg (80.25 KiB) געזען געווארן 2904 מאל
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1450 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 6:24 pm

עס דרייט זיך א קליפ ווי דער זיסער בערקאוויטש מבודאפעסט שטייט מיטן קוטשמע און פארט גוט אריין פאר דעם ראבינאוויטש. אפשר קען עס איינער אהערברענגן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5768
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8037 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2625 מאל

הודעהדורך גנדי » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 6:30 pm

דא א בילד
בייגעלייגטע פיילס
Rabinovits.jpg
Rabinovits.jpg (79.29 KiB) געזען געווארן 2872 מאל
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1450 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 6:32 pm

און דער הארני ראבינאוויטש אנשטאט זיך אפווישן די נאז און גיין ווייטער ענטפערט ער צוריק ווי כיתה א בעבי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5768
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8037 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2625 מאל

הודעהדורך smart » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 7:12 pm

שמן זית האט געשריבן:
אבער - און דא קומט א גרויסע אבער - איך האלט אז ער מאכט זיך קאליע מיט זיין האקן אויף מידערוויכטיגע זאכן ווי טעקסט און דאס גלייכן, עס מאכט די גאנצע זאך ווי איין גרויסע שטיק ליצנות, ווען ער האלט זיך ווען צום אינטערנעט אליין, אן די זייטיגע זאכן, וואלט ער ווען היבש אסאך געקענט אויפטון.

איך האלט פינקט וואו דיר!

ער זאגט גיטע זאכעין אין ער קען טאקע זיין א גיטע שליח אויפצוקלערן דעם עולם

אבר דעעס אז ער מישט אריין טעקסט מעדיש אין אנדערע זייטע שטיסים אין ער מאכט עס פאר איין גרויסע קיגעל אז די אינטערנעט - סמארט פאון - וואטס אפ - טעקסט מעסעדש - פיקשער מעיל וכו וכו' אין אלעז איז דער זעלע פראבלעים ברענגט אראפ זיין גאנצע קאמפיין.

עס איז באמת א שאד
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 623
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 244 מאל

הודעהדורך פלעין יודיש » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 7:38 pm

איך אויך האט געשריבן:עס דרייט זיך א קליפ ווי דער זיסער בערקאוויטש מבודאפעסט שטייט מיטן קוטשמע און פארט גוט אריין פאר דעם ראבינאוויטש. אפשר קען עס איינער אהערברענגן.

https://www.facebook.com/video.php?v=418836414947771
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 912 מאל

הודעהדורך עזריאל » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 9:57 pm

איך ווייס נישט פארוואס מרייסט אים אזוי אראפ, איך האלט טאקע נישט ווי אים אבער איך love צו הערן זיינע דרשות, א טאג וואס ער איז און בית מדרש קום איך אן צום ארבער שפעט ער איז מתוק מדבש, ווען ער נעמט ווען אן צו רעדן ביי שמחות וואלט איך אים געדונגען יעדע נאכט ביי מיינע שמחות.
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » פרייטאג יאנואר 16, 2015 3:25 pm

Kool man האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:דאס זיך אפהיטן די אויגן איז לכאורה א סייג אז מ'זאל נישט צוקומען צו געפערליכע עבירות....יא? איז דע מאדערענע יודן און אלע סעקולארע מענטשן וואס קוקן איבעראל און געבן זעך אפילו די האנט... קומען זיי טאקע צו אזוי אפט לידי המעשה עבירה?


נישט רעכטיג, ס'איז א לאו אין די תורה ולא תתורו וגו', ס'ווערט גע'פסקענט אין שו"ע און רמב"ם, אסור להסתכל אפילו על זקינה ועכורה, אויסער דעהם איז דא די פראבלעם פון עין רואה, הלב חומד, וכלי המעשה וכו'

לא תתרו לבבכם איז נישט די מקור, אדרבה עס איז באקאנט די קשיא פארוואס שטייט ״אשר אתם זונים״ און נישט ״אם אתם זונים״? זאגן צדיקים: אשר אתם זונים איז א פאקט. די תורה זאגט: דיינע אויגן איז מזנה, געב נאר אכט דיינע אויגן זאלן זיך נישט אנקערן נאך דיין הארץ. למעשה שטייט נישט אין ערגעץ אין די תורה: אסור לצופה בנשים. אין הקבה בא בטרוניא עם בריותיו, די אויגן קוקן, די תורה זאגט דיר נאר קער דיך נישט אן נאך דיין הארץ.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1626
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2029 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » פרייטאג יאנואר 16, 2015 3:48 pm

עזריאל האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס מרייסט אים אזוי אראפ, איך האלט טאקע נישט ווי אים אבער איך love צו הערן זיינע דרשות, א טאג וואס ער איז און בית מדרש קום איך אן צום ארבער שפעט ער איז מתוק מדבש, ווען ער נעמט ווען אן צו רעדן ביי שמחות וואלט איך אים געדונגען יעדע נאכט ביי מיינע שמחות.


אפשר איז כדאי ער זאל ווערען א בדחן אויף שמחות וועט אויפהערען מיט זיין צואה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1647 מאל

אוי איז דאס גיט

הודעהדורך פלעין יודיש » זונטאג יאנואר 18, 2015 6:31 pm

באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 912 מאל

הודעהדורך יתרו » זונטאג יאנואר 18, 2015 7:21 pm

איינער קען אפשר מסביר זיין וואס דער בערקאוויטש זאגט ווייל איך פארשטיי נישטץ. עפעס רעדט ער וועגן יצר טוב און יצר הרע אבער איך כאפ נישט זיין פוינט.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 773
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל

הודעהדורך פלעין יודיש » זונטאג יאנואר 18, 2015 7:32 pm

יתרו האט געשריבן:איינער קען אפשר מסביר זיין וואס דער בערקאוויטש זאגט ווייל איך פארשטיי נישטץ. עפעס רעדט ער וועגן יצר טוב און יצר הרע אבער איך כאפ נישט זיין פוינט.

געב א קיק די צווייטער קליפ וואס כ'האב געפוסט צום לעצט אפשר וועסטו בעסער פארשטיין
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 912 מאל

הודעהדורך שמן זית » מיטוואך יאנואר 21, 2015 4:40 pm

איך אויך האט געשריבן:און דער הארני ראבינאוויטש אנשטאט זיך אפווישן די נאז און גיין ווייטער ענטפערט ער צוריק ווי כיתה א בעבי.


לויט ווי עס קוקט מיר אויס, איז דער איד אדיקטעט צו אביסל אטענשאן, און ער שטייט און ער ווארט איינער זאל אים עפעס אריינפרעגן אדער אראפרייסן, עס קוקט אויס אויף זיין וועג פון צוריק ענטפערן, אז ער זאגט, "שכח, אויף דעם האב איך געווארט" און דעס גיבט אים דעם שטופ אויף ווייטער.

ער האלט מן הסתם אז אזוי איז ער מער משכנע דעם עולם על דרך שאלה ותשובה....עס גייט מער אריין אין קאפ... אפילו עס איז פיל מיט ליצנות אויף זיין חשבון.

הער אויס, מ'קען נישט פארלאנגען.. אז אונז האבן מיר שוין יא אזא איד, וואס "פארשטייט" די פראבלעמען פונעם דור, איז פאר אזא קלייניגקייט וואו ליב האבן איבריגע אויפמערקזאמקייט, זאל איך אים אראפרייסן?....
שמן זית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 4:39 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:26 am

עפעס זעה איך לעצטענס צעטלעך אין בית מדרש אז איינער מיט אומגעפילטערטע אינטערנעט איז עובר אויף 26 לאוין, און איינער גרייט זיך ארויסצוגעבן א ספר אויף דעם.

קומט דאס פון ראבינאוויטש?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2740 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:06 am

גייט מען אויך מסביר זיין אין דעם קונטרס פארוואס אסאך ערליכע אידן מיט א פשוט'ן פליפ פלאפ אן קיין טעקסט מוטשען זיך מיט קינדער וועלכע גייען ארויס לתרבות רעה, און ווידער אסאך חברה מיט אומגעפילטערטע סמארטפאונס זענען זוכה צו בנים צדיקים שכמותם ירבו?

מיר זענען נישט אין הימל. סטאפ צו האקן א טשייניק.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18452 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:10 am

די תירוץ אויף דעם איז אז די וואס האבן סמארט פאונס און דאך האבן זיי גוטע קינדער, מוז זיין אז זיי האבן עקסטרע זכותים אזויווי תהלים כולל וכדומה
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2740 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט