ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס

ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס

הודעהדורך יתרו » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 10:44 pm

ס'דרייט זיך לעצטענס ארום איינער ראבינאוויטש ער גייט ארום פון מנין צו מנין און אלע בתי מדרשים און ער האלט פייערדיגע דרשות אקעגן סעלל פאונס. ער איז משוגע לאותו דבר. אין זיין פיליזאפיע טאר מען נישט האבן קיין סמארט פאון אפילו לצורך פרנסה. ער איז זייער א דינאמישער רעדנער, ער האט אויך א סענס אויף יומער, ער זאגט איבער שיינע געדאנקען און מענטשן שטייען אדער פארגאפט אדער לאכט מען אין די פויסטן. ווען איך הער אים רעדן טראכט איך אייביג הלואי איך האב דעם קוראזש זיך אויפצושטעלן און זאגן אן אפשלאג דרשה כדבעי, זאלן די קעלבערלך וויסן אז עס איז דא א צווייטע צד. אבער איך האב קינדער אין די מוסדות זיץ איך איינגעפאקט ווי יונה אין דער לויתן.

ווער עס האט א קליפ איז געבעטן ארויף צו לייגן אז כהעל האבן נערווען וועל איך נאכשרייבן זיינען דברי חכמה ופיקחות.
ווער עס ווייסט וואס די מעשה איז מיט אים, וואס האט אים אנגעפאקט צו ווערן ירמיהו הנביא בימינו זאל אונז מיטיילן. אפשר איז ער מאלעסטעד געווארן? ווער ווייסט.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 638
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

הודעהדורך יתרו » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:05 pm

היינט איז ער געווען אין א בית מדרש ווי איינער האט אים פארגעהאלטן ברבים אז היות רוב עולם האט נישט קיין סמארט פאונס זאל ער מער רעדן איבער אקטואלע טעמעס א שטייגער ווי די געפערליכע עולה אז אינגעלייט שטיין נאקעט אין די שאוערס אין מקוה אין מען רעדט דברים בטלים פאר א האלבע שעה אן קיין בושה. דער ראבינאוויטש האט אים גענטפערט אז דאס אלעס קומט פון די סעלל פאונס.
יחי השגעון.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 638
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

הודעהדורך ברעט מענינג » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:09 pm

סקולענער רבי גייט מאכן א כינוס פארן שטיין און שויער'ס און שמיסען!
אלעס מיט א שמייכל
ברעט מענינג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 208 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

הודעהדורך יתרו » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:11 pm

ער זאגט אז דער אייבישטער וועט זאגן א אינגערמאן: זיי מקריב דיינע צוויי קינדער פאר א קרבן עולה, וועט ער זאגן, שוין, וואס קען מען טוען אז דער אייבישטער הייסט מוז מען, און ער וועט זיי מקריב זיין. נאכדעם אז דער אייבישטער וועט אים הייסן יעצט זיי מקריב דיין סמארט פאון, ווער ער ענטפערן: רבונו של עולם, עד כאן! דאס קען איך שוין נישט! אז די ווילסט וועל איך דיר מקריב זיין א דריטע קינד.. אבער נישט די סעלל פאון.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 638
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:18 pm

איך ווייס נישט וואס דו פארפיערסט גראדע רעדט ער דברים של טעם אביסל עקסטרעים באט די פאוינט איז אמת, צו ער טוט אויף מן הסתם עפעס זיכער צו פארדעם מעג ער איבערדרייען א ביהמד''ר ווייס איך נישט,
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1469
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 880 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 822 מאל

הודעהדורך יתרו » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:19 pm

ער זאגט אז איין ראיה אסורה איז נישט ווערט די גאנצע פרנסה. ממילא קומט אויס אז איינער קען נישט אויסקומען מיט זיין פרנסה אן אינטערנעט זאל ער אויפגעבן די פרנסה ווייל חז"ל זאגן אז אין הברכה שרויה אין א עסק וואס האט א נדנוד עבירה, און ווער עס איז מפקפק אויף חז"ל איז א כופר. ער לייגט צו אז דאס איז די סבה וואס דער עולם זעצט אן גרויסע געלטער און מען האט נישט קיין פרנסות, אלעס איז וועגן מען באנוצט זיך מיט אינטערנעט וואס סאיז כמעט אוממעגליך ניצול צו ווערן פון א ראיה אסורה.
אויף די פראגע פון איינע פון די מתפללים ווי קען זיין אז דער רבי זכיתו יגון עלינו האט געלאזט גיין ארבעטן אין מאנטהעטן? ענטפערט ער אז דאס איז אן אריכות און ער פארענטפערט עס אויף די טעיפ וואס ער טיילט בחנם, א בחינה ווי הוא מותיב ליה והוא מפרק ליה. נעבעך איז דאס ווארט.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 638
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

הודעהדורך יתרו » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:21 pm

עמעזאן האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דו פארפיערסט גראדע רעדט ער דברים של טעם אביסל עקסטרעים באט די פאוינט איז אמת, צו ער טוט אויף מן הסתם עפעס זיכער צו פארדעם מעג ער איבערדרייען א ביהמד''ר ווייס איך נישט,

וועלכע פוינט? אז מען טאר נישט האבן קיין סמארט פאון און אינטערנעיט לצורך פרנסה?
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 638
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

הודעהדורך יתרו » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:23 pm

ער זאגט אז נייציג פראצענט פון די אלע וואס האבן סמארט פאונס זענען גוים למחצה ולשליש ולרביע.
די איבעריגע צען פראצענט? זיי זענען גוים גמורים...
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 638
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:26 pm

וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14404
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16877 מאל

הודעהדורך יתרו » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:27 pm

ער איז גאנץ א געריבענער, ער קען נישט האלטן קיין דרשות א קעגן אינטערנעיט לצורך פרנסה ווייל סוף כל סוף האבן די רבנים עס מתיר געווען. וואס טוט ער? ער פאקעסט זיין דרשה א קעגן סמארט פאונס (לצורך פרנסה) וואס דאס איז נישט קיין סתירה צום פסק פון די רבנים אין בתוך הדברים מאכט ער עס איין קוגעל מיט סתם אינטערנעט אפילו אויפן קאמפויטער.
ווער האט געזאגט אז טאליבאנער זענען נישט קיין געריבענע?
א גוטע נאכט טייערע אידן.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 638
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:35 pm

יתרו האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דו פארפיערסט גראדע רעדט ער דברים של טעם אביסל עקסטרעים באט די פאוינט איז אמת, צו ער טוט אויף מן הסתם עפעס זיכער צו פארדעם מעג ער איבערדרייען א ביהמד''ר ווייס איך נישט,

וועלכע פוינט? אז מען טאר נישט האבן קיין סמארט פאון און אינטערנעיט לצורך פרנסה?

רבי לעבן דו ווייסט אויך אז דאס איז נישט זיין פאוינט יא ער רעדט דערפון אבער דאס איז נישט זיין פאינט ער מיינט בעיקר די עדיקשען וואס מענטשען האבן צו די פוין, ער זאגט טאקר ווילדע גוזמאות אבער אלעס האט א פאוינט לדוגמה דאס וואס ער זאגט וועגן גוי כוונתו גוישע השקפות ארעי ס'איז נאך אלס עקסטרעים באט סדארף א תיקון
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1469
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 880 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 822 מאל

הודעהדורך שטאפענע קאפעליטש » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:39 pm

שרייט ווי א טיפוש, כ'גלייב נישט קיין אייינס פון די פארנאטישע מעשות,
קוקט ארום אויפן עולם בשעת ער רעדט רוב עולם לאכט עיהם אויס, קיינער נעמט נישט אן אלץ א ערענצטע נארמאלע מענטש
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

הודעהדורך Samkoton » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:48 pm

לויט ווי איך האב געהערט איז ער א באצאלטע רעדנער, ער האט אן אנאנימעס ספאנסאר וואס צאלט אים פארן געבן די דרשות ווי אויך איז יענער מנדב די פרי סי די'ס
Samkoton
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 12:20 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:55 pm

Samkoton האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט איז ער א באצאלטע רעדנער, ער האט אן אנאנימעס ספאנסאר וואס צאלט אים פארן געבן די דרשות ווי אויך איז יענער מנדב די פרי סי די'ס

היינו דאמרי אינשי: "א משוגע'נער מיט געלט איז זייער שטארק מסוכן". א יעדער איינער האט משוגעת'ן. נאר מ'האט נישט קיין געלט אדורכצופיהרן די משוגעת'ן. אבער א משוגע'נער וואס האט נאך געלט אויך, קען אדורכפיהרן אלע זיינע משוגעת'ן. וואס, און ווען ס'כאפט איהם אן א נערוו.
איך אליינס קען איינעם א געזונטן משוגע'נעם וואס איז נאך אן עושר אויכעט דערצו. מ'רופט עים אן בלשון נקיה אן "עקסטרעמיסט". דער בראך איז דאפלט. ווייל ער איז נאך אין חינוך אויך. און ער האט שוין גורם געוועין א סאך בחורים זאללן ווערן או.טי.די.'ס... :twisted: :roll:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:57 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10012
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10994 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6270 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:56 pm

Samkoton האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט איז ער א באצאלטע רעדנער, ער האט אן אנאנימעס ספאנסאר וואס צאלט אים פארן געבן די דרשות ווי אויך איז יענער מנדב די פרי סי די'ס


דאס איז לכאורה אן עוולה, ווייל ער מאכט פרנסה דורך די אינטערנעט....
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1594 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:46 am

איחוד פעלד האט געשריבן:
Samkoton האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט איז ער א באצאלטע רעדנער, ער האט אן אנאנימעס ספאנסאר וואס צאלט אים פארן געבן די דרשות ווי אויך איז יענער מנדב די פרי סי די'ס


דאס איז לכאורה אן עוולה, ווייל ער מאכט פרנסה דורך די אינטערנעט....


:like :lol: :like :lol: :like :lol:
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1461
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 842 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1097 מאל

הודעהדורך אתא קלילא » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:50 am

נאך איין מזל האב איך אז איך האב אינטרנט וי אזוי ווען נישט די אינטרנט וואלט איך געוויסט צו זאגען פון ראבינאוויטש וואס האקט אויפן אינטרנט?
5596701167צו הערען געקליבענע דרשות מפי האתון דער מאנארא חכם וגוץ
אתא קלילא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 8:25 am
געפינט זיך: אויף הר הבית
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 613 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:12 am

יתרו האט געשריבן:ווען איך הער אים רעדן טראכט איך אייביג הלואי איך האב דעם קוראזש זיך אויפצושטעלן און זאגן אן אפשלאג דרשה כדבעי,

נא go ahead דא קענסטו אפזאגן דיין גאנצע דרשה קיינער גייט נישט ווארפן דיינע קינדער פון די מוסדות
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1501
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1267 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:27 am

Samkoton האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט איז ער א באצאלטע רעדנער, ער האט אן אנאנימעס ספאנסאר וואס צאלט אים פארן געבן די דרשות ווי אויך איז יענער מנדב די פרי סי די'ס

פאסט פאר הערשל שרייבער.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6923
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7273 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:38 am

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1594 מאל

הודעהדורך ארבעס » דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:42 am

ארבעטן אין מענהעטען איז ערגער. גיין אין סאבוועי איז ערגער.
נישט גיין פיהר אינטשעס פירט אהן מער מענער ווי סעלפאוין
ארבעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:24 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך עזריאל » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 11:43 pm

והנה אין נון...... ווידער מיט זיין ליצנות פון מיין באליבטע סעל. m.youtube.com/watch?v=Yu4OqFuz04E
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1720 מאל

שאול יצחק ראבינאוויטש אין סאטמאר 53

הודעהדורך היסטאריקער » מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 12:24 pm

עזריאל האט געשריבן:והנה אין נון...... ווידער מיט זיין ליצנות פון מיין באליבטע סעל. אין סאטמאר 53 m.youtube.com/watch?v=Yu4OqFuz04E
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען,
אזוי?
דאס שרייבט איינער (newkave) וואס איז new to kava נישט איינער וואס קען מיין רעקארד
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 908
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2234 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 406 מאל

אויף אינטערנעט זעט מען א שלאף צימער. (ראבינאוויטש)

הודעהדורך פרייוויליג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:28 am

היינט האב איך אנגעטראפן ראבינאוויטש און איך זע וואו ער לויפט ארום האסטיג טיילן קונטרסים, פרעג איך אים: האסט דאך שוין לעצטנס געטיילט קונטרסים וואס איז דאס נאכאמאל? זאגט ער מיר, יעצט איז עס מורחב און אביסל מוגה. פרעג אים מיט וואס, מיט נייע דזשאקס? זאגט ער מיר יא. פרעג איך אים: אין די מהודרא האסטו שוין אריינגעלייגט מראה מקומות, אדער עס שטייט נאך אלעס פון דיר? זאגט ער מיר: נאר אינטערענט מעג מען שרייבן אן הסכמה, איך מעג אויך שרייבן אן א הסכמה!. #היפקאריטיע.

פרעג איך אים: זאג מיר די אמת, צו ווייסטו וואס אינערנעט איז? האסטו עס שוין אמאל געשפירט אדער געזען? פרעג ער מיר: זאג, ווען די רעביזיכרונעליבראכע האט געהאקט קעגן טעלעוויזיע האט ער דאס געזען? זאג איך אים: העכסט זיכער אז מען האט פונקטליך ערקלערט וואס טעלעוויזיע איז, זאגט ער: עה! די רבי האט נישט געוויסט, זאג איך: דו האלסט די רבי איז געווען א בהמה? געהאקט אויף עפעס אן וויסן מה זה ועל זה? פרעג איך אים וואס איז דאס אינטרענעט: זאגט ער מען זעט דארט שלאף צימער'ס, זאג איך אים: איך האב נאכקיינמאל נישט געזען קיין שלאף צימער אויף אינטערנעט. און איך לייג צו: מען דארף נישט זיין א גרויסע חכם צו וויסן וואס אינטרנט איז, בבחינת הכל יודעים כלה למה נכנסת לחופה, אבער דו ווייסט אדער נישט? וואס הייסט די רבי האט אויך נישט געוויסט!.. תמצית היוצא: היפקאריטיע, שטותים, וואסער מעלעריי, באבקעס, געהאקט ארבעס אין וואנט אריין.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1468
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:02 am

כ'וואלט נישט געווארן שאקירט אז נישט נאר ווייסט ער וואס אינטערנעט איז, נאר אז נאכ'ן לייענען דיין קאמענטאר דא אויף קאווע שטיבל, פרובירט ער זיך צו דערמאנען ווער דו ביסט.
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1849
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7452 מאל

נעקסט

גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט