יוחנן שיף פון באלעבאס: אינטערנעט גייט ווערן אומאויסמיידבאר

באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

יוחנן שיף פון באלעבאס: אינטערנעט גייט ווערן אומאויסמיידבאר

שליחה דורך יידל »

אין די נייע באלעבאס אויסגאבע איז יוחנן שיף ממשיך איבער די פראבלעם פון די אינטערנעט. אינעם נייעם ארטיקל שילדערט יוחנן וויאזוי אינטערנעט וועט ווערן אומאויסמיידבאר אין די קומענדיגע 20 יאר. אט זענען זיינע ווערטע:

אין די פארגאנגענע ארטיקל האבן מיר באנומען די מצב פון די אינטערנעט כהיום, אין איר יעצטיגן צושטאנד, מיר האבן ארויסגעברענגט די פאקט – וואס לית מאן דפליג עלי’ – אז אינטערנעט אין ביזנעס – על כל פנים אין רוב אינדוסטריעס – איז א זאך וואס איז אזוי וויכטיג אז מען קען נישט – און מען האט עס טאקע נישט גע’אסר’ט. והאמת עד לעצמו.
דערפאר איז טאקע די צוגאנג יעצט, דורך רוב גדולי ישראל,  אז אין ביזנעס איז עס ערלויבט, אוודאי געפילטערט. משא”כ פאר סיי וועלכע אנדערע באנוץ זאל מען זיך גענצליך פורש זיין.
דאס איז אלעס גוט אין היינטיגן מצב…
*
“די אינטערנעט” אין די נישט ווייטע צוקונפט
עס איז שווער צו רעדן עתידות, אן ווערן באטראכט ווי א חולם חלום אין בעסטן פאל, אויפן ערגסטן פאל קען מען ווערן באטראכט ווי א באטריגער מיט כוונות צו שטופן א געוויסע אגענדע און דערפאר שרעקט מען אפ מיט פוסטע שווארצע נבואות.
אבער, ההכרח לא יגונה, ווען מען האנדעלט פון אזא פודאמענטאלע נושא איז דוקא יא וויכטיג צו נעמען אין באטראכט די מעגליכקייטן און גלגולי סיבות וואס דער עתיד קען ברענגן מיט זיך און עס איז קלאר נישט גענוג אז די סטראטעגיע איז אויסגעהאלטן לפי שעה.
ולמה לי סברה, קרא הוא, עס איז דא א שארפע ווארט פון דעם סאטמאר רב זצ”ל, וואס ער האט געזאגט לגבי א חינוך ענין. “אפילו מיר האפן און ווארטן אויף משיח’ס קומען יעדע רגע, ווען עס קומט אבער צו חינוך, ברויך מען טראכטן אז די קומענדיגע צוואנציג יאר וועט מען בלייבן און גלות ח”ו, און אזוי חשבונ’ן” די פחד’דיגע ווערטער זענען ראויים למי שאמרם, כידוע זיין גדלות אין עניני הנהגה. ואכמ”ל.
*
די שטייגענדע פאפולערקייט פון אימעיל האט דראמאטיש פארמינערט די נויט פון זיך באנוצן מיט פאסט. חוץ פון וואס עס איז שנעלער גרינגער און פראקטישער פון פיזיש ארויסשיקן א בריוו, קאסט עס נישט קיין רויטן צענט, עס איז גענצליך בחנם.
אין ביזנעס איז פאסט שוין לאנג א פארגאנגענהייט, אפגערעדט פון פריוואטע קאראספאנדענץ, נאר אפילו בילס און אקאונט סטעיטמענטס פון סופלייערס ווערן על פי רוב געשיקט דורך אימעיל, פאסט איז רוב מאל נישט קיין אפציע אפילו מען זאל עס דירעקט פארלאנגען. (מיר רעדן נישט פון ספעציעלע דאקומענטן וועלכע ווערן סייווי גע’פעדעקס’ד)
יוטיליטי און טעלעפאן קאמפאניס, בענק און אנדערע פירמעס וועלכע האנדלען מיטן פריוואטן סעקטאר, זוכען אויך שטארק צו טוישן אויף אימעיל, עס שפארט א געוואלד מיט געלט, אבער זיי קענען נאכנישט זיך ערלויבן אינגאנצן אריבערצוגיין. דערווייל פרובירן זיי נאך “בפה רך” זיי דערמאנען כסדר וואספארא “גליק” עס איז צו טוישן צו אימעיל (מען ראטעוועט די פלאנעט) פרובירן עס צו מאכן אויסקוקען “קיל” (גיי פאפירלאז!) א טייל שלאגן אפילו פאר א קליינע איינמאליגע קרעדיט פארן אריבערטוישן צו אימעיל, אבער דאס איז אמאל קלאר, עס איז בלויז א פראגע פון צייט וואס א פאפירענע סטעיטמענט דעליווערט צום טיר יעדן חודש וועט זיין בלויז א חלום פון דעם ליכטיגן אמאל.
ואם יתעקש המתעקש אז אונזערע געטרייע אינוועסטירער וועלן זיך שוין יאווען אהערצושטעלן אייגענע “כשר’ע” פירמעס וועלכע וועלן יא שיקן פאפירענע סטעיטמענטס, פארשטייט יעדער איינער אז נישט אלעס קען מען ממלא זיין, מען רעדט דא פון שטאטישע אגענטורן (רוב פארלאנגען שוין היינט א אימעיל אדרעס, אבער עס איז אפשענעל דערווייל) בענק, שפיטעלער וכו. וכו. אימעיל וועט זיין גארנישט ווייניגער וויכטיג ווי א היים אדרעס און א טעלעפאן נומער היינטיגע צייטן.
נאך מער פון דעם, די גאנצע באגריף פון פאסט שטייט אויף הינערנע פוס. לויט אלע ווארשיינליכקייטן לעבט די יונייטעד סטעיטס פאסטעל סערוויס (USPS) אויף געבארגטע צייט, א באריכט פארגאנגענע מאנאט האט געמאלדן אז זי פארלירט 25 מיליאן דאלאר יעדן איינציגסטן טאג וואס זי איז אין ביזנעס!  דאס איז שוין נאכן העכערן די ראטעס כמעט יערליך.
עס איז קלאר אז פריער אדער שפעטער וועט מער נישט זיין קיין מעגליכקייט צו שיקן פאסט פאר די צוגענגליכע פרייזן וואס מען צאלט היינט, שיקן א שטיקל פאפיר פון איין פלאץ צום צווייטען וועט זיין א לוקסוס וואס א פשוט שטיקל פאסט וועט נישט זוכה זיין.  די איינציגסטע סיבה פארוואס די פרייז איז נאך צוגענגליך איז צוליב א אלטע געזעץ פון איבער צוויי הונדערט יאר וואס רעגולירט די פאסטעל סערוויס. אבער עס איז נישט קיין פראגע אז עס וועט בקרוב זיין דראסטיש ענדערונגען אדער אפילו גענצליך עלימינירט ווערן.
*
אימעיל, וואלט מען נאך געקענט אראפשלונגען, אימעיל לכשעצמו (הגם עס איז היבש פארקריפעלט אן אינטערנעט עקסעס, כידוע) איז נישט קיין אינטערנעט.
אבער די זעלבע וואס מיר האבן געשריבן ביי אימעיל איז שייך מיט אינטערנעט עקסעס גופא, באקומען א סטעיטמענט איז נאר די ערשטע און מינדערוויכטיגע טייל פון די פראצעס, דער עיקר איז באצאלן, אויב מען קען נישט שיקן קיין געלט דורך די פאסט, ווי אזוי באצאלט מען? אנליין!
קיינעם זאל זיך נישט דאכטן אז מען וועט קענען באצאלן דורך די טעלפאן, טייל פירמעס רעכענען שוין היינט א סורטשארזש פארן צאלן דורכן טעלפאן, אינעם נאנטן צוקונפט וועט אזא אפציע בכלל נישט עקזיסטירן, צו וואס אויפהאלטן א שטאב צו נעמען פעימענטס ווען עס קען ווערן געטון אויטאמאטיש דורך די קונה אנליין?
פירמעס בעטן זיך שוין היינט ווען מען קאלט זיי אז מען זאל זיי באזוכען אנליין (“פליז וויזיט אס אן די וועב”) און דארט ערלעדיגן וואס מען וויל, עס וועט נישט זיין אקאנאמיש אויסגעהאלטן אויפצוהאלטן א שטאב פון קאסטומער סערוויס אגענטן אין די צייט וואס דער קונה קען אלעס טון אליין אנליין.
*
דאס אלעס איז נישט באגרעניצט נאר צו צאלן בילס, א גרויס חלק פון שטאטישע סערוויסעס זענען אריבער אנליין, עס איז נישט מער ווי פארשטענדליך אז רינויען בענעפיטן, ארויספרינטן פארום’ס, צאלן טיקעטס, פיילן טעקס און נאך, די אלע זאכן וועט נאר זיין מעגליך צו טון אנליין. די שטאט וועט זיך שפארן ריזיגע געלטער דורך מאכן די מענטשן טון די ארבעט פאר זיך, אנשטאט שטאטישע איינגעשטעלטע.
א פאסיגע ביישפיל איז די נייע סערוויס “NYC Housing Connect” צו אפלייען פאר ביליגע רענטעלס און צו קויפן אפארדעבל דירות אין ניו יארק סיטי, וואס איז יעצט גענצליך נאר אנליין (אויב וויל מען דוקא נוצן פאפיר, ברויך מען זוכן אנליין, אראפנעמען די אינפארמאציע פון דארט, און עס אריינפילן אין די פאפירענע אפליקאציע).
ענליך איז די אי-פיילינג סיסטעם (E-file), יעצט שטעלן זיי צו בענעפיטן (שנעלערע דעפאזיט) אריינצוכאפן מענטשן, אבער עס וועט נישט לאנג דויערן ביז עס וועט זיין די איינציגסטע אפציע.
די זעלבע וועט זיין ביי דאקטוירים, שפיטעלער און אנדערע נויטווענדיגע באדינגונגען, די איינציגסטע וועג צו באשטעלן אן אפוינטמענט, אפשטופען און טוישן, באקומען אינפארמאציע, נאכקוקען די מעדיצין דאזע און נאך, וועט זיין אנליין.
דערווייל זענען רוב פון די זאכן “אפשענעל” עס איז בלויז א אויסוואל, מען קען עס טון אנליין אבער א איינגעשטעלטער וועט עס גערן טון פאר אייך, אבער  איינמאל די אינטערנעט וועט זיין גענוג פאפולער וועט עס זיין די איינציגסטע אפציע.
מיר האבן בלויז בארירט די סאמע וויכטיגסטע זאכן, וואס קיינער קען נישט זאגן אז מען וועט זיך אויסקומען אן דעם, אבער עס וועט אויספעלן פאר אומצאליגע אנדערע זאכן, יעדע מגע ומשא מיט די וועלט וועט גיין דורכדעם, ווי פיילן אינשורענס קלעימס, פארלאנגען גאראנטיעס, באנקינג, ואטו כי רוכלי נחשיב וניזל…
די אונטערשטע שורה איז, ווי נאר עס וועט אנקומען צו א מצב אז א איבערוויגענדע טייל פון די באפעלקערונג וועלן האבן צוטריט צו שנעלע אינטערנעט סיי ווי אימער, (עס האלט נאכנישט דארט דערווייל, ווייל זייער פיל מענטשן וואוינען ווייט פון גרויסע שטעט ווי עס איז נאכנישט דא קיין שנעלע אינטערנעט עקסעס, יא, אפילו אין אמעריקא, אבער עס פארשפרייט זיך שנעל) וועלן פירמעס און רעגירונגען גענצליך אריבערפירן אלעס וואס מעגליך אנליין, כדי צו שפארן ריזיגע געלטער.
פארשטייט זיך אז די אויטאמאטישע טעלפאן סיסטעמען וואס מענשטן נוצן היינט פאר באנקינג וועט אויך ווערן עלימינירט. ווייל עס וועט נישט זיין קיין געברויך דערפאר און עס וועט זיין א שאד אויפצוהאלטן.
*
פערדע/פינפטע דור אינטערנעט – אינטערנעט פון זאכן
ביז יעצט האבן מיר גערעדט פון זאכן וואס עקזיסטירן שוין היינט, נאר זיי  זענען נאך דערווייל נישט עקסלוסיוו אויף די אינטערנעט אבער עס וועט בקרוב ווערן. אבער מיר האבן בעיקר גערעדט פון “וועב זייטלעך”,  דאס איז וואס קומט אויפן געדאנק ווען מען דערמאנט די ווארט “אינטערנעט”.
אין די ערשטע ארטיקל האבן מיר דערמאנט אז די אינטערנעט איז באמת בלויז די “נעטווארק” און נישט די תוכן. דאך זענען רוב מענטשן באקאנט דערווייל נאר מיט די תוכן וואס די אינטערנעט שטעלט צו, נעמליך, וועב זייטלעך.
די יעצטיגע שטאנד פון די אינטערנעט איז  די “דריטע אדער פערדע דור” פון די אנטוויקלונג פון די אינטערנעט,
די ערשטע איז געווען פשוט’ע וועב זייטלעך.
די צווייטע אנליין קאמערץ און אנדערע סערוויסעס.
די דריטע איז די גענעראציע פון סאציאלע נעטווארקס.
לויט א טייל איז די “קלאוד” די פערדע, און מיר ערווארטן די פינפטע.אדער איז די קלאוד בלויז די אנהייב פון די פערדע און מיר ווארטן אויף די המשך פון די פערדע גענעראציע.
אזוי צו אזוי, דו קומענדיגע אנטוויקלונג פון די אינטערנעט, ווערט אנגערופן  “די אינטערנעט פון זאכן” (the internet of things) דאס מיינט אז נישט בלויז קאמפיוטערס אדער טעלעפאנען וועלן זיין מחובר צו די אינטערנעט, נאר אלעס וואס מען זעט, אנגעהויבן פון מאשינען און געענדיגט ביי מענטשן.   
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5131 מאל

שליחה דורך ראשעקאל »

אקעי. סאו ווי לאנג גייט די פארזעצונג נעמען?? איך ווארט שוין צו הערען ר׳ יוחנן׳ס סעלאשען.
אבער וואס ער שרייבט דא איז זייער אינטערסאנט. איך מיין אז די איינציגסטע עצה וואס די רבנים וועלן האבען וועט זיין זיך אפצושאקעלען פון די וועלט. למעשה קענען די עימיש חברה לעבען לאנגע געזינטע יארען אן טעכנילאגיע, וועלען די רבנים מאכן די חשבון אז אונז קענען אויך אהן אינטערנעט.

און וועגען צאלן ביל׳ס. עסקנים וועלן ערלעדיגען אז די קאמפעניס וועלן שיקן א מענטש זאל גיין פון טיר צו טיר אפנעמען די געלט.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1011 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 746 מאל

שליחה דורך לעמיל »

וואס איז נישט גוט צו טין האבען מיר שוין געהערט פין אים יעצט ווילען מיר הערען וואס ער האט צו פארשלאגען עפעס בעסערס
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

שליחה דורך שרייבער »

אדער קען מען ערלעדיגן א שבת גוי
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

שליחה דורך יידל »

די שבת גוי אדער דאס גיין פון טיר צו טיר איז זייער גוט פאר די נעקסטע צען צוועלף יאר‚ אבער ווען "די אינטערנעט פון זאכן" וועט שוין זיין און פולען קראפט וועט די אייציגסטע אפציע זיין - ווי ראשעקאל זאגט - לעבן ווי די עמיש. (די אמת איז אז יוחנן האט דאך יא עפעס א סעלאשען אפילו פאר די קומענדיגע אינטערנעט עפאכע. וועלן מיר דארפן ווארטן אויף דעם אויספיר.)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 321 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

יוחנן שרייבט זייער גוט, אבער זעהענדיג אז זיין קאלום איבער די אינטערנעט פראבלעם איז געווארן גאר פאפולער, יאגט ער זיך נישט עס צו ענדיגן....

עדווערטייזמענטס אין די נעקסטע פאר אויסגאבעס שאדט אים נישט....
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1011 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 746 מאל

שליחה דורך לעמיל »

יידל האט געשריבן: (די אמת איז אז יוחנן האט דאך יא עפעס א סעלאשען אפילו פאר די קומענדיגע אינטערנעט עפאכע. וועלן מיר דארפן ווארטן אויף דעם אויספיר.)

דעיס וועמער געוואר ווערען נעקסטע וואך צו ער האט טאקע א סעלאשען צו נישט צו האקען אויף יענעם איז זייער גרונג
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דערווייל זומער קומען זיי נישט ארויס, און דער עולם שטייט און ווארט. (דיסקלעימער: איך האב מיך שוין אראפגעזעצט)
וירח ה' את ריח הניחוח
real jew
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 23, 2012 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך real jew »

Great article!!

1.Section 8 already has a website were you can find all payment history and general account info it.
2.youthcare no longer accepts mail all applications this year were done online including the daymin and rabbnim who wanted to make some money on their daughters camp.
3.child helth plus/lunch program/food stamps applications and renewals can be done online https://a858-ihss.nyc.gov/ihss1/en_US/I ... omePage.do

It wont take long before all these will become exclusively online. The next asifa will be that we all should hire part time secretary's that will do all online work and only they should have the password..............
רעאגיר