בחור'ל , דו זוכסט עפעס, איא??

באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

בחור'ל , דו זוכסט עפעס, איא??

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

איך בין זיכער אז יעצט בין הזמנים וועלן זיין אסאך בחורים און כולל יונגעלייט וואס וועלן צום ערשטן מאל אין לעבן באזוכן אויפן אינטערנעט, וחלק מהם וועלן מאכן זייער ערשטע דעסטענאציע אויפן אינטערנעט א באזוך ביינונז און קאפע הויז, ממילא וויל איך דא אראפשרייבן די דאזיגע שורות צו זיי מיטן האפענונג אז זיי וועלן זיך אנקלאפן אין די ארטיקל איידער זיי לאזן זיך ארויס מיטן וואנדער שטעקן ארום און ארום דעם ברייטן און פארצווייגטן געוועב,

פייוויש מיט נסיונות אין ישיבת וואלאזשין 1895... Vs יוסי מיט נסיון האינטערנעט 2015...אתמהה???

יושר יושר יושר יושר יושר יושר יושר
יושר יושר יושר יושר יושר יושר יושר יושר יושר יושר יושר יושר יושר יושר יושר יושר יושר יושר....

לאמיר צונעמען די שאלה, איך יוסי שנת תשע"ה אין אלכסנדר ישיבה, און פייוויש א ישיבה בחור פאר 150 יאר צוריק בישיבת וואלאזשין המעטירה, ווער ווער פון אינז איז שטערקער? ווער איז מער בריא ויציב נפשו? איך יוסי? אדער ער פייוויש?

נישט קיין צל ספק אז פייוויש. קלאר?... יא! הכל מודים!

נאך א שאלה. ווער האט מער תאווה נסיון ופיתוי פונעם גאס? איך א בחור תשע"ה? אדער פייוויש אין וואלאזשין?...
אין דיון בזה!

ומסיבה פשיטה. פייוויש אפי' מיט אלע זיינע ווירבלענדיגע מחשבות צו זעהן די "אנדער ווארלד", ווי מען זאגט, סוף כל סוף איז די מרחק פון ישיבת וואלאזשין צום הויפט שטאט ווארשע א כברת דרך פון 7 שטונדען מיט אן אוטו און אנדערטהאלבן טאג מיט חאצקעל בעל עגלה (אפשר מיט בערל בעלאגאלע וואלט עס גענומען שנעלער... אויב ער האט בכלל אנגענומען טריפס אינדרויסן פון שאראש פאטאק והגלילות...) נו! ער שטייט און באן סטאנציע , נאך א שעה וואנדערן זעהט ער זיך שוין ענדליך און הויפט מארק צענטער אין ווארשע, אפשר וועלן זיך צושארן עטליכע משכילישע יונגאטשעס מיט הוילע קעפ פראבירען זייער מזל. נאך אלעם רעדט מען דאך נישט דא פון קיין " קטלא קנא " מען רעדט דאך דא פון א תלמיד וואלאזשין א בקי מש"ס ופוסקים עד ספרי מוסר וספרי ר' חיים , נאך 10 מינוט און די וויכוח איז א פארגאנגענהייט!

און לאמיר שוין זאגן אז מען רעדט שוין איינער וואס זוכט די "שווארצע סחורה". שטייט ער דארט און מארק און שפאצירט ארויף און אראפ ארויף און אראפ... קוקט אזוי ארויס פונעם שווארצן שאליקע וואס ער שוויצט שוין אינטערדעם א שעה צייט.. קוקט אנה ואנה... אקעי.. יעצט! הייבט אן גיין מיט שנעלע און האלב געמאסטענע טריט.. ווענדענדיג זיינע טריטן צום "ניוז סטענד" הייבט אן זיכן פלינקערהייט צווישן די מאגאזינען... די רגעים פילען ווי די ריטעם איז אויפן העכסטן גראד... אה! געטראפן עפעס... ניטאמאל און די דרגא פון איין x... האלב שווארץ האלב ווייס... אקיצור ער מישט אהין און אהער, יעדע דריי סעקונדען ווארפט ער דערשראקענע בליקן.. רעכטס לינקס... ער פיעלט א שלשול.. נאך 6 לאנגע מינוט וואס האט אים געגעבן די גן עדן און גהינם ביינעזאם.. ווישט ער אריין דעם מאגאזין ביי זיך אין בוזעם.. און הייבט פיס ווי שנעל עס קען נאר נישט גיין,

א בחור כהיום אבער, האנדעלט זיך איין א קליינטשיג מאשינקע און די גרויסקייט פון 10 שורות פון דעם אשכול, און אין ווייניגער וואו א מינוט און ער האט פאר זיך מסלתה ומשמנה פון דער עולם התחתון רח"ל!

אויב אזוי, שרייט זיך ארויס דעם "שאלת ה'מיליאן" פון אסאך מיילער (און הערצער)... רבונו של עולם! וויאזוי קען זיין אז די תורה הק' וואס פארלאנגט פון פייוויש דעם קדוש ומקודש פון ישיבת וואלאזשין דעם ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם... פארלאנגט פון מיר די זעלבע? שטימט דאס אז דער באשעפער פארלאנגט פון א בחור תשע"ה די זעלבע ווי תרס"ה?

האב איך דען זיינע כוחות? -- און פארקערט -- האט ער דען מיינע נסיונות?

עד כאן השאלה, שאלה עצומה!!
נו, וואס ענטפערט מען אויף דעם ??

---------------------

לאמיר אנכאפן א דוגמא: פארקויפן פארקויפט זיך צוויי סארטן ציגארעטלעך. דאס וואס פארקויפט זיך בפומבי איז - מלבר"א לייט/רעד ... קעמל... נעקס"ט... אבער עס איז דא נאך א סארט (פאר די וואס ווייסן...) מארחיוואנ"א... גרא"ס קריסטע"ל...

יעצט נעם א יונג בחור "שלא טעם טעם ציגארעטיל מימיו", און שטעל אים אוועק צוויי ציגארעטלעך איינס נעבן צווייטן, איינס א מארלאבאר"א, און איינס א ציגארעטיל מיט מארחיוואנ"א... צו וועלכע האט ער א גרעסערע תאווה, מארבל"א אדער מארחיוואנ"א? נישט קיין שום חילוק!! ביידע זענען די זעלבע רינדעכיג פון "אינדרויסען", ביידע זעען אויס די זעלבע. פון "אינדרויסען" איז נישט דא קיין שום חילוק!! דאס אלעס איז אבער נאר ווילאנג דו ביסט פון "אינדרויסען". טאמער אבער דו ביסט "אריין" טעמת משניהם? א שאכטעל פון ביידע? ביסט שוין "אינעווייניג", אה! יעצט איז שוין איינמאל א חילוק!! הימל און ערד! מלבר"א... נו, קען מען זיך נאך אן עצה געבן, מיט עטוואס אנשטרענגונג און מען "קוויט", אבער מארחיוואנ"א ?... אין די רגע וואס מען פאררייכערט נעמט נישט לאנג און די מח הייבט אן שפרינגען ביזן מאדים ארויף... פון די סעקונדע וואס דו ביסט "אינעווייניג" איז שוין צו שפעט! דא דארף מען שוין א פראפעסיאנאלע באהאנדלונג... די גאנצע חילוק וואס שטעקט צווישן מאלבר"א און מארחיוואנ"א איז פון "אינעווייניג", פון אינדרויסען זענען ביידע די זעלבע רייצענד!

יעצט צו אונזער שמועס... זאגסט אז ס'איז הימל און ערד צווישן פייוויש און וואלאזשין ביז יוסי פון אלכסנדר, ביזט גערעכט! ס' איז טאקע דא א חילוק, א גרויסע חילוק, און נאך ווי! אבער די גאנצע חילוק איז ס"ה פון "אינעווייניג", פון"אינדרויסען" איז נישט דא קיין שום חילוק!!

גערעכט, "אייפאון" איז טאקע נענטער... עס פארלאנגט זיך טאקע נישט פארדעם קיין 12 שעה מיטן באן אדער אנדערטהאלבן טאג מיט חאצקעל בעל עגלה אנצוקומען צו דעם... אבער סוף כל סוף איז דאס נאר פון "אינדרויסען"! ווי גלוסטיג דאס איז... ווי גלאנציג דאס איז נאר, אבער סוף כל סוף צו באגראבן די נשמה אינעם שמוציגן בלאטע פארלאנגט זיך צו דריקן דעם פלעסטיגן קנעפל! דער פונעם מאשין און פונעם אייפאון זענען ס"ה די זעלבע פלעסטיק, אבער דאס אלעס איז מבחוץ, "חיצוניות"!! ווען כאפט די חילוק? האסט געקוועטשט? טעמת? ביסט "אריין"? פון יעצט! זהו!

אויב ביסטו אריין אין צענטער פון ווארשע - נו, קען מען נאך ארויסגיין! אבער אויב ביסטו אריין אינעם אינטערנעט, ארויס צו גיין ר"ל כל באיה לא ישובון! די גאסן פון ווארשע און די גאסן פון מאנהעטן, דאס איז הימל און ערד! ווער עס איז אריין אין די גאסן פון ווארשע, נו, ער האט אנגעהויבן מארבל"א... נו, מיט אביסעל איגא, ער "קוויט" און ער איז אינדרויסען! אבער אויב ביסטו אריין אינעם אינטערנעט... אה ! דאס איז שוין מארחיוואנ"א ... דא דארף מען שוין רחמי שמים, דא העלפט נישט קיין מוסר, דא דארף מען טיפול מקצועי.

לאמיר ציטירן דא א שטיקל פונעם באקאנטען אור החיים הק' בענין פרישות מעריות, וז"ל: הנה ידוע הוא כי כל המצוות אשר צווה ה' לעם קדושו הם מצות שיכול האדם לעמוד בהם ויטה עצמו אל הרצון לעשותם, זולת מצות פרישות העריות היא דבר שנפשו של אדם מחמדתן ואונסתו עליהם לעשותם, זולת בהתעצמות הרחקת ב' דברים מהאדם, והם מרחק הרגש ראות עיניים ומרחק בחינת החושב, ואם ב' אלו לא יעשה אין אדם שליט ברוח זה לכלותה ממנו, כי כל שלא תהיה לו הרחקת הרגש הראות בדבר, הגם שירחיק בחינת החושב לא ישלוט בעצמו לכלות ממנו הכרח החשק.

דער אור החיים הק' זאגט אונז, עס איז דא א ריזן חילוק צווישן נסיונות אמאל און היינט, די נסיונות פון די פריערדיגע דורות איז געווען פון השקפה, פון אידעלאגיע... אדער אפשר פון פוילקייט... נו, מיט דעם אלעם קען מען זיך נאך אן עצה געב ! אבער נסיונות של עריות... שנפשו של אדם מחמדתן ואונסתו עליהם לעשותם אין אדם שליט ברוח זה לכלותה ממנו!

קיין איינער זאל דיר נישט פארנארן אז ער האט אפענע אינטערנעט און ער זעט נישט וואס די פראבלעם איז, ווער עס זאגט אזוי איז א שקרן!! הערסטו? א שקרן!! עס זאל דיר זיין קלאר אז א בחור (אדער יונגערמאן) וואס האט אפענע אינטערנעט הייבט זיך נישט אן די סוגיא ביי יא סיטי פיעלד אדער נישט סיטי פיעלד.. דער רב ווייסט יא וואס ער רעדט, ווייסט נישט וואס ער רעדט.. ער מיינט זיך.. וועגן ער האט נישט פת בסלו.. הלוואי עס וואלט געהאט נאר מיט לא תסור.. און עס וואלט זיך געענדיגט דא! עס איז דאך אבער קלאר אז א בחור וואס האט אפענע אינטערנעט איז נכשל באביזרייהו דעריות אויף הונדערט פראצענט!!! נישט ניין און ניינציג! קלאר! ווער עס קריגט זיך אויף דעם איז א שקרן!! און נישט איך זאג אזוי, דאס איז ליידער די "טעסטעמאני" פון הונדערטע בחורים און יונגעלייט, וואס האבן אויך פארשטאנען אז זיי זענען שטערקער ווי דעם, און... די רעסט איז היסטערי... דאס זאגט יעדער וואס איז נאר א משהו באקאנט , און ווער עס ווייסט נישט, זאגט דער אור החיים הק' עדות אויף דעם אונסתו עליהם!! ס'צווינגט אים!!

אין אדם שליט ברוח לכלותה ממנו!! עס איז נישט דא קיין שליטה!! נישט דא קיין שליטה!!

עס זאל דיר קלאר זיין, דער נסיון איז בכלל נישט דאס זיך שלאגן מיטן אינטערנעט... חלילה!! אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו, לא ניתנה תורה למלאכי השרת, דער באשעפער געבט נישט קיין נסיון וואס נפשו של אדם אונסתו לעשותו חס ושלום! דער באשעפער געבט אונז אויך נישט קיין נסיונות וואס פייוויש פון וואלאזשין נישט געקענט שטיין דערביי,

אונזער נסיון איז סך הכל צו שטיין פון "אינדרויסען", אינדרויסען פון דעם שטיקל פלעסטיק! ובסך הכל נישט צו קוועטשן דערויף! דאס איז דער נסיון! האסט יא געקוועטשט, ביסט שוין "אינעווייניג"?... וויי איז צו דיר! דאס איז שוין א קאמפליצירטע פרשה...

(נ"ב אויב באלאנגט עס אין תורה ודעת ביטע פירט עס אהין)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דער געוואגטער יונגעל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

שליחה דורך בן נריהו »

מען קאן נישט קומען צום טעם - פון עפעס וואס קיין טעם עס פארמאגט - אפילו נאך פיל מאל פריווען. אויסלעדיגען די גייסט - מיט פוסטע צייט אנברעגעניש - וועט צופרינהייט קיינמאהל ברענגן.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ידיעות איז א תאווה און צום טעם פון ענדלאזע ידיעות קען מען קומען.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 599
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1075 מאל

שליחה דורך חקרן »

אוי, ווען מען וואלט געוויסט איידער מען לאזט זיך אריין, אין וואס מען לאזט זיך אריין, וואלט מען זיך קיינמאל נישט אריינגעלאזט... א שאד אז די ידיעה קומט הערשט נאכן טון.
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

וע"ז אמר הרה"ק מצאנז זיע"א ווען מען איז יונג לערנט מען זיך רעדן און ווען מען איז אלט לערנט מען זיך שווייגן, א שאד אז מען לערנט זיך רעדן פאר מען לערנט זיך שווייגן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

אוי בחור'ל בחור'ל, אני הגבר ראה עניי... וואלט איך ווען אנגעהויבן שרייבן מיין לעבן, וואלט איך דאס נישט געקענט באווייזן מיט א שלימות, ווייל געפילן זענען צומאל מער פון ווערטער.

איך בין געווען פונקט ווי דו, איך בין ארויפגעקומען אומשולדיג, געזוכט, גענישטערט, פשוט געווען נייגעריג און געהאלטן אז עס וועט מיר נישט שאדן, און עס האט מיר טאקע נישט געשאדט... די ערשטע מאל נאך וואס איך האב פארמאכט דעם קאמפיוטער, וואו איך האב אריינגעבליקט בגניבה, אן די וויסן פון אנדערע מענטשן, האב איך געשפירט און געזאגט צו מיר, 'עס איז גארנישט, איך שפיר נישט אז עפעס האט זיך אין מיר געטוישט, איך ווער נישט עדיקטעט און איך קען ווייטער אנגיין מיטן לעבן פונקט ווי פריער, עס שאדט נישט פאר מיר...' יא, עס איז מעגליך אז דו שפירסט אויך אזוי ביים פארמאכן דעם קאמפיוטער, אבער עס איז נישט אמת....

דער טויש קומט גענצליך אומגעראכטן, צוביסלעך צוביסלעך, אן דעם וואס מען זאל אפילו שפירן עפעס. אין איין שיינעם טאג קען מען זיך דערזען גענצליך אנדערש פון וואס מען האט גע'חלומ'ט.

בחור'ל, יונגערמאן, פאלג אן עצה פון א איד וואס קומט שוין פון דארט וואו דו ווילסט גיין (אדער נאר באזוכן, צו וויסן וואס מען טאר נישט טון...): שטיי ווייט, שטעל דיר שוין אפ און פארמאך דעם קאמפיוטער ווילאנג דו האלסט דא. עס איז נישט גוט, און איך זאג עס באופן 'שלא תמות כדרך... וכו'. שטיי אינדרויסן דערפון, איך זאג דיר צי אז עס איז אסאך זיסער אזוי. לאז דיר נישט אריין אין דעם אומזעבארן האניג נעץ, וואס פארשפרעכט דיר גאלדענע גליקן, דו וועסט זיך זען נאך א שטיק צייט אין א שווערע נעץ.

איך זאג דיר, זיי נישט קיין אויבער-חכם און פאל נישט אריין דארט וואו טויזנטע זענען אריינגעפאלן מיט די זעלבע מחשבה, 'מיר וועט עס נישט שאדן', איך האב אויך אזוי געזאגט און געהאלטן אזוי מיט א פשטות, אז איך בין אנדערש.

פאלג מיר, ענדיג דא, אבער שוין!
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

שליחה דורך אדנירם »

דער געוואגטער יונגעל האט ארויסגעברענגט א שטארקע נקודה, בלשון למודים, בנוגע די עבירה און די כח משיכה פון עריות.
מכאן ואילך, הרשות נתונה להתגדר בדבריו הקדושים, בנוגע צום כח משיכה פון מינות/כפירה. כלומר, פייבוש פון וואלאזשין.


ואפרש שיחתי, אפילו איך בין א פרישער שרייבער בק"ק ק"ש:

פונקט ווי מיר קענען נישט פארשטיין דעם יצה"ר פון ע"ז, וואס חז"ל האבן שוין מעביר געווען מן העולם. און פונקט ווי רוב מענטשן האבן נאטירליך נישט קיין תאות עריות פון די קרובים האסורים [מאמע, שוועסטער]. אזוי קענען מיר שוואך פארשטיין דעם יצה"ר פון השכלה - קנאפע הונדערט יאר צוריק. בעסער געזאגט, קנאפע אכציג יאר צוריק.

מיר לעבן היינט אין א סאסייעטי ווי ס'איז שווער צו פארשטיין וואס די כח משיכה פון די אמאליגע משכילים און אפיקורסים איז געווען. גענוג אנצומערקען, אז בעפאר די מלחמה זענען רוב כלל ישראל ליידער געווען פרייע אידן, און די מצב איז נאר געווארן ערגער פון טאג צו טאג [חוץ מחבל מארמאראש, טראנסילוואניע]. אבער די פאקט איז, אז א געוואלד מיט חשובע בחורים - צווישן זיי בארימטע רבי'ס און ראשי ישיבות'ס אייניקלעך - זענען רח"ל אינגאנצן נחמץ געווארן. ס'איז געווען ווי א ברויזענדע כוואליע וואס פארשלונגט אלס וואס קומט איר וועג.

חוץ מזה, האבן שוין חז"ל אנגעמערקט [נישט אויף עריות, נאר אויף כפירה!] אין ע"ז כ"ב ע"ב: 'שאני מינות דמשכי'.

********

איך וואלט מציע געווען, צו רעדן צום בחור'ל א טראפעלע אנדערש [בנוסף צום געוואגטן יונגעל'ס געוואלדיגע הסברה אינעם פראבלעם פון 'תאות עריות']:

פונקט ווי פייבוש אין וואלאזשין האט זיך מורא'דיג שטארק געדארפט שלאגן מיטן רוח פונעם גאס. וואס איז געווען אנגעפיקעוועט מיט א ריח ורוח של כפירה וליצנות בה' ותורתו. אזוי אויך דארף זיך יוסי פון אלכסנדר שלאגן מיטן רוח היצר של עריות. וואס מיט דעם איז די היינטיגע נידערגע גאס ליידער פול. און פונקט ווי דאן זענען געפאלן פליגן, פאלן היינט ליידער אויך. אבער פונקט ווי דעמאלס האט א יעדע בחור זיך געקענט מתגבר זיין אויפן יצר, קען היינט אויך א יעדער זיך מתגבר זיין אויפן יצר. ווייל 'אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו' - ע"ז ג' ע"א.

זאת ועוד, פייבוש'ל פון וואלאזשין האט געהאט סאך א גרעסערע פראבלעם: די 'טרענד' איז דעמאלס געווען צו ווערן 'אויפגעקלערט' און א כופר באלקי ישראל. נישט נאר דאס, נאר מען האט גאר אראפגעקוקט א ישיבה בחור. היינט אבער, קוקט מען נישט ארויף אויף קיין באם, און איינער וואס גליטשט איז א נאר אין רוב מענטש'נס אויגן. דעמאלס זענען געפאלן ישיבה בחורים ווי פליגן צום יצר פון השכלה און 'אויבער חכמישקייט', היינט אבער איז דאס בכלל נישט קיין פארגלייך. כאטשיג מען קען ח"ו נישט אוועקמאכן די גאר ציציענדע יצר הרע פון עריות וואס איז היינט 'עקסעסיבעל' מיט א דרוק אויפן קנעפל.

צום לעצט, 'שאל אביך ויגידך זקינך ויאמרו לך'. דער וואס האט זיך נישט מתגבר געווען אויפן יצר ההשכלה אכציג יאר צוריק, זענען זיינע אייניקלעך היינט גוים גמורים רח"ל. און אינעם בעסטן פאל - שונאי הדת אין ארץ ישראל, וואס האבן דעם מינדסטן אנונג איבער אידישקייט. אזוי אויך טייערע בחור'ל, דער וואס פאלט אוועק דורכן אינטערנעט - וואס לכו"ע רבים חללים הפילה, און כ"ש ביי בחורים - מיינט דאס אז ער האקט מעגליך אפ זיין צווייגל פון אידישקייט. עריות ענדיגט זיך נישט דארט, דער בעל פעור האט זיך געענדיגט אויך מיט עבודה זרה, און צום לעצט מיט א מגיפה. ווייל דער וואס האט נישט קיין כח המעצור, וועט זיך נישט אפשטעלן פאר קיין זאך צו ערפילן זיין יצר הרע.



און יעצט - טייערער 'דער געוואגטער יונגעל', קומען אריין דיינע טרעפליכע געדאנקען מיטן פליסיגן פעדער.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

חיען האלט שוין נאכאמאל ביי די יצר פון מח אויך ליידער נישט נאר די הארץ עס ווערט שוין נאך אמאל א טרענד צו זיין א כופר
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

ארויפגעברענגט לכבוד בין הזמנים.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

Re: בחור'ל , דו זוכסט עפעס, איא??

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פאר עפעס א סבה מערק איך ערשט דער אשכול.

אפשר וואלט איך נישט געדארפט אפקילען א התעוררות וואס מ׳וויל דא געבען, נאר למעשה האלט איך אז ס׳איז געבויט אויף גארנישט.

א. דער אור החיים רעדט פון עריות, האבענדיג באציאונגען מיט א פרוי וואס מ׳טאר נישט. ער רעדט נישט פון קוקען, טראכטען וכו׳. מ׳האט אויסגעמישט צוויי זאכען אין דיין חינוך.

ב. די בחורים וואס זענען אוועק פון אידישקייט אין ליטא פון אמאל און האבען געשריבען ביכער דערוועגען, זאגען אלע פה אחד אז זיי זענען אוועק צוליעב פשוט׳ער געמיינע תאוות. מ׳האט זיי געכאפט מיט מענטשען פון די אנדערע געשלעכט.

ג. די תאווה פאר די איזמ׳ס איז גארנישט שכליות׳דיג געווען. ער האט נישט געזען זיין סיפוק אין די פארשימעלטע גראבע בענדער פון ש"ס און פוסקים. ער האט געוואלט עפעס בויען, עפעס אויפשטעלען. ער האט געהאט א מגושמ׳דיגע בליק אז בניינים מיט מדינות, באוועגונגען מיט טאראראם הייסט אויפגעטוהן. היפך דער אידישע בליק אז פארשטייען א תומים על בוריו איז גאר וויכטיגער און א גרעסערע קונץ.

ד. דער וואס האט זיך איינגעהאנדעלט א סמארטפאון איז שוין צו שפעט. איהם דארף מען מחנך זיין וויאזוי צו נוצען דער אינטרנט. די ברכה פון די אינטרנט איז בנמצא ווען מ׳נוצט די שכל, מ׳מאכט א פילטער און מ׳האלט זיך צו דעם. נאר כאפען זאכען פאר די צייט איז א טעות. גיי שטאטליך, נישטער קודם ארום אין היברובוקס מיט היימישע אינפארמאציא. דיין דארשט צו פארשידענע וויסענשאפטען קען זיך קודם דערשטילט ווערען דארט. מיט די צייט און שכל וועסטו זיך שוין לערנען וויאזוי איינצושלינגען א ברייטערע אויסוואל פון ידיעות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
רעאגיר