פרישע סקולען אינטערנעט אסיפה פאר בחורים

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:40 am

[עריכה: שוין צאמגעשטעלט]
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14152
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16033 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16428 מאל

הודעהדורך lazar » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:40 am

שוין געווען א כינוס פאר מענער, א כינוס פאר פרויען, יעצט מאכט מען פאר בחורים
בלייבט נאר איבער צו פרעגן ווען גייט זיין די "כינוס הרבנים" מיוחד בלויז פאר די רבנים?
lazar
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 19, 2015 10:57 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

הודעהדורך מה הוא » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:53 am

קיין שום ישיבה איז נישט שילדיג אז עס איז דא גדולי הדור וואס האבן נישט קיין ישיבה און בחורים פארוועם צו האלטן פתיחות…
עס האט נישט קיין שום פשט צו צוזאמנעמען אלע בחורים אונטער איין דאך, יעדער ראש הישיבה האט זיך זיין שפראך מיט זיינע בחורים און ער ווייסט ווי אזוי אנציווארענען זיינע תלמידים, און דאך זעט מען אז עס העלפט א רעטעך, איך זע נאך אלץ נישט די אויפטו פון מאכן א כינוס פאר בחורים,
באניצער אוואטאר
מה הוא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 10, 2015 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך מה הוא » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:54 am

סך הכל זע איך נאר א פראבלעם דערפון, איך וואלט קיינמאל נישט צוזאמגענומען עטליכע קרייז ישיבות צוזאמען, וואס וויל מען ס"ה אז ביים רייכערן זאל מען האבן פרישע קאמפעני? אדער די בחורים זאל פשוט עפענען א נייע וואסעפפ גראופ פון פרישע בחורים וואס מען האט זיך באקענט ביים כינוס????
באניצער אוואטאר
מה הוא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 10, 2015 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:58 am

ווי איך האב שוין געשריבן דא
viewtopic.php?f=26&t=9076
די מאכן אסיפות האט א גוטע מטרה, צו ברענגען awareness, ביי אלע שיכטן און קרייזן, זקנים עם נערים, אבער דאס מאכן ריזיגע באמבאסטישע אסיפות נאכאנאנד טוט נאר שוואכער מאכן דעם כח פון די אסיפות, וויפיל מאל קען מען נוצן דעם זעלבן קויל. וואס וועט מען טון אין 10 יאר ארום? (ה"י אויב משיח וועט נאכנישט זיין דא)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14152
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16033 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16428 מאל

הודעהדורך מה הוא » דאנערשטאג יוני 11, 2015 11:04 am

די גוטסקייט פון צוזאמנעמען פון עטליכע קרייזן איז גוט פאר די וואס קומען זיך קיינמאל נישט צוזאם ווי יונגעלייט, בעלי בתים און פרויען וואס זענען אינדערהיים אדער ביים ארבעט און עס קומט נישט אויס צו הערן דעם דבר ה' קען מען פארשטיין אז מען נעמט יעדעם צוזאם און מיט איינמאל איז מען זיך מקדש ומטהר,
אבער ביי בחורים וואס זיי זענען ממילא א גאנצן טאג צוזאמען זיי הערן שטענדיג דרשות און מען קען רעדן צו זיי ווייל זיי זענען אין ישיבה תחת גג אחד פון די ר"י און מגי"ש, וואס דארף מען זיי ברענגען מיט פרעמדע כדי צו הערן דרשות????
לויט מיין שאצונג איז נאר ווייל גדולי הדור וויפל געבן זייער ברכת קודש (אנטשולדיגט אויב איר פילט זיך פאטראפן) פאר די בחורים וואס זיי האבן קיינמאל נישט די געלעגנהייט.
באניצער אוואטאר
מה הוא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 10, 2015 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך פריעד באטשי » דאנערשטאג יוני 11, 2015 11:57 am

איך פארשטיי סתם אזוי נישט פארוואס מען דארף די אסיפה, וועלכע בחורים האבן היינט סעלפאהן׳ס בכלל??
איר גלייבט מיר נישט? ליינט וואס דער באקאנטער אלץ ווייסער און לעגענדארער אינטערוויאער רבי שלמה יצחק דרעזדנער פרעגט פון רבי שרגא פריעדמאן אויף קול מבשר, בזה הלשון:
וואס בערך גייט מען פארלאנגען פון די בחורים? מען פארשטייט די בחורים זענען דאך כלי קודש, מ׳זיצט א גאנצע טאג בין כותלי הבית מדרש, מ׳האט נישט קיין סעלפאהן׳ס און אוודאי נישט קיין אינטערנעט, איז צו וואס איז שייך צאמצונעמען די בחורים??

אויף וואס דער לעגענדארער עסקן וואס ראטעוועט כלל ישראל ענטפערט מיט זיין באקאנטע גרויס עניוות, אז ווער איז ער צו זאגן אדער פארלאנגען, עס האט גארנישט מיט אים, די גדולי ישראל האבן פארלאנגט די אסיפה און זיי גייען רעדן צו די בחורים וואס זיי ווילן......
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:55 am
האט שוין געלייקט: 1243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:59 pm

שש משזר האט געשריבן:וכרגיל, נישט געענטפערט באזירט אויף קיין מעשה שהיה, אדער אויף איבערווייזנדע פאקטן.
סתם גענוצט ווערטער ווי 'תמימי לב', 'היפאקריטן', און 'דרייען כפרות' - אומזיסט.

וטיפ קטן לסיום:
ווען מ'קען נישט באגרינדן די ווערטער, איז בעסער ווען מ'זאגט עס בכלל נישט.


אסאך מאל איז שווער צו פארשטיין דיינע ווילדע אויסברוכן איבער וועם שייך. אמאל איז דער קרבן דער קאסובער רבי, אנטקעגן וועם דו האסט מכלומרשט 'בערג מיט שמוץ', און אויף למעשה קענסטו גאנישט איבערגעבן חוץ הרהורי לבך פארוואס ער האט דיך נישט גוט באהאנדלט, און אמאל איז עס א צווייטער קרבן.


@שש משזר קוקסט מיר אויס ווי קלוגער אינגערמאן אבער דאך איז אינטערעסאנט אז דו קענסט נישט די פשוטע ראוללס פון די געים! שרייבסט אז איך שיס סתם זאכן וואס איז נישט באזירט אויף גארנישט! דאגעגן די און אלע אנדערע דא שרייבן זאכן נאר מיט הארטע פראוף! למשל אין די נעכטיגע אשכול ווי דו שרייבסט אז ליבעראלן געבן נישט קיין צדקה ווען בשעת א יעדער זעקס יעריגע יונגעלע מיט ווייפיי קען דיך פראופן ראונג!

פונקט 'דו' וואס לופערט דא סחורה אין גרויסן פארלאנגט אז איך זאל קומען מיט הארטע פראוף?!

דאס איז דאך די געוואלדיגע מעלה פון א אנליין פארום און פארדעם איז עס געמאכט אז יעדער קען שרייבן מה שלבו חפץ אינטער א באהאלטענע ניק און שעירן אינפארמעישאן מיט די אנדערע און דערנאך גיי מאך אליינס ריסערדזש צו ס׳איז יש דברים בגוי, אזוי ווי די באקאנטע סלאגאן פון איינע פון די מידיע סטעישאונס "We Report, You Decide" און פונקט ווי דו מעגסט שרייבן אז דער אמשינאווער איז א גרויסע ת״ח מעג איך שרייבן אויפן קאסובער מיין מיינונג און די מוזט טאקע נישט גלייבן וואס איך שרייב און טאמער ס׳געפעלט אייך נישט פאָר ווייטער און טויש די סטעישאן! ,

חוץ מזה שרייבסט אז ס׳איז נישט באזירט אויף קיין שום מעשה ? לאמיר זאגן אז יא, און די מעשה איז אז דער צדיק האט געטוהן Xyz און איך וועל דיר דערציילן די מעשה און דערנאך גייסטו זאגן להד״ם וואס איז דעמאלס ? ס׳אז אין לדבר סוף!,

ווען האב איך געשריבן אז ער האט מיך נישט גוט באהאנדלט? איך האב דירעקט געשריבן א שיינע פאר מאהל אז ער האט אריינגעלייגט "אנדערע" מענטשען אין דער ערד אריין למשל זיין שכן אבערלענדער וואס איז געגאנגען זיצן וועגן אים, נ. ראזנבערג פון ב״פ האט ער צו גענומען מיליאנען, ש.פ. א או טי די האט ער צוגענומען זיינע קינדער פאר דריי חדשים פאריאר זומער און ער פייט נאך אלץ קעגן אים אין קאורט אז ער זאל נישט קענען זעהן זיינע פינף קינדער!, און גענוג און נאך ווייטאגליכע מעשיות ווי דער צדיק און דער זעלבסט געקרוינטער רשכבה״ג האט אפגעהארגט גאנצע משפחות און צו גענומען קליינע קינדער פון טאטעס און מאמעס און אנגעמאכט און אנגעזייט חרבנות אין אסאך ביזנעסעס און צופליקט משפחות מיט זיין גרויס חכמה ליידער,

חוץ מזה האב איך שוין געשריבן אפאר מאהל אז איך גיי שרייבן א לאנגע ארטיקל וועגן זיינע מעשים טובים און וואספארא כפוי טובה ער איז געוועהן צו זיינע שטוב מענטשען און ספעציעל צו זיין לאנג יעריגע גבאי ב.ר. און היות די אלע מעשיות זענען פריוואטע סענסעטיווע ענינים פון אנדערע מענטשען און איך בין נישט קיין באצאלטע שרייבער ליגט עס נאך דערווייל אין מיין דרעפט און עוד היום גדול ... האסט מיך געשיקט אין אישי אפאר וואכן צוריק אז דו מוזט שוין זאפארט וויסן אלע מעשיות און כ׳האב דיר גענטפערט אז ס׳וועט זיין א ארטיקל בקרוב און אויב קענסטו נישט אויסווארטן ביז דאַן וואלט איך דיר ג׳עצהט זאלסט מארגן גיין קראַצן די פוס אין א צווייטע מקוה און זוכן א בעסערע לשה״ר קרעמל און זיך נאכפרעגן וואס די מעשה מיט אבערלענדער איז געוועהן, אפשר וועסטו נאך דארט געוויואר ווערן אז ס׳איז געוועהן איין מחלוקה צווישן אדמורי"ם 173 יאהר צוריק וואס דו האסט בכלל נישט געוואוסט דערפון...

לגבי וואס דו שרייבסט אז איך האב אויסברוכן יעדען טאג אקעגן א צווייטען אגב גארנישט ווייניגער ווי דיינע אויסברוכן ווען ס׳קומט צו דיינע אגענדעס, איז עס נאר למעשה געצילט אנטעקן פובליק פיגורס וואס מאכן זייער געלט פונעם ציבור, איך האב נאך דאכצעך נישט געפירט קיין מערכות אנטקעגן קיינעם פּריוואַט, דער יעניגער פירט שוין אן יאהרן א ב״ש ארגאנזאציע פון סקעימען מענטשען מיט ברכות און ישיעות פונעם צדיק אליינס בשעת ווען זיי מאכן חוזק פון זייער אייגען רבי׳ן וואס מיינט עס נעבעך אמת׳דיג און מ׳פארקויפט אים לאקשען וועגן חסד לאברהם און מ׳שנארעט אויס ביי תמימים אידיש געלט אז שרגא פר״ם זאל קענען פרעסן סטעיק און קויפן ריעל עסטעיט!

ווען די אלע מערכות אנטעקן די אינטערנעט וואלטן געוועהן געפירט דורך א רעספעקטפול רב וואס מיינט עס אמתדיג א שטייגער ווי הרב ר׳ טובי וועטטענשטיין אדער דער וויענער רב וואלט איך געוועהן שטיל אבער אזא מגושמדיגער מענטש וואס לעבט אויף קהל׳ס חשבון שוין יאהרן און מיינט דא ריין ״זיך״ און מאכט יעדע שני ושלישי משוגע דער עולם מיט זיינע לאנגווייליגע אסיפות וואס קיינער אויסער ער בענעפירט נישט פון דעם וועל איך ווייטער אטאקירן ווילאנג עס וועט אייך אריינגיין אין אויער!,

און צו מיין אלע גיטע פריינד וואס ווילן וויסן דעם אמת אויב האט זיך געמאכט ביי אייך א ערנסטע פראבלעם ח״ו נישט קיין חילוק צו ס׳איז אין ביזנעס אדער שלום בית צו סיי וואס שטייטס אוועק פונעם קאסובער ווייל

ער איז זייער נישט סטאביל און ער קען טוישן זיין מיינונג יעדע צווייטען טאג און מ׳קען זיך נישט אויף אים פארלאזן און ועל כולם ער איז זייער inexperienced אין אסאך עריעס און די אלע זיינע שונאים איז א דירעקטע תוצאה פון מענטשען וואס ער האט שלעכט באהאנדלט ווען ער וואלט ווען געוועהן א דאקטער וואלט מען פון אים שוין לאנג צוגענומען זיין לייסענס!
The real looting in this country takes place in the transfer of wealth from the poor to the rich
The poor have been systematically looted in this country, and the rich have been made richer, under this criminal, fascist President Bush and his government

George carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3859
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3650 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2258 מאל

Re: פרישע סקולען אינטערנעט אסיפה פאר בחורים

הודעהדורך יעלה ויבא » דאנערשטאג יוני 11, 2015 4:22 pm

uploadfromtaptalk1434054127137.jpg
uploadfromtaptalk1434054127137.jpg (98.85 KiB) געזען געווארן 1029 מאל
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 1864 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

הודעהדורך מה הוא » דאנערשטאג יוני 11, 2015 5:20 pm

עפעס אפדעיטס פונעם מעמד?
באניצער אוואטאר
מה הוא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 10, 2015 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג יוני 11, 2015 5:32 pm

האמת אגיד, אז @שבת אחים מאכט מיר טראכטן אז קאסובער רבי איז יא גערעכט... דיין שפראך איז לויטער 'נוקם ונוטר', און דו ענטפערסט אויף פיש מיט טשולנט.

ס'איז מיר באמת נישט בא'טעמ'ט צוצונעמען דיינע ווערטער און זען ווי חוץ פון אסאך דעמאגאגיע ליגט דארט גאנץ א קנאפער ענטפער אויף מיין טענה. אבער אעפ"כ וועל איך בקיצור ממש ענטפערן איינמאל, נאר אויף צו ווייזן אז כ'האב וואס צו ענטפערן - אפילו כ'וועל זיך ווייטער מן הסתם נישט מתייחס זיין צו די סארט גערעדעכץ [וכן דרכי מאז ומקדם. רצוני להבהיר הענין מנקודת מבטי, וכל הרוצה להבין דעה שניה ימצא קורת רוח בדבריי, אבל אין ברצוני לפלפל ארוכות באופן אישי, וכפי שאמר החזו"א שאינו עושה כן משום שרוב בנ"א ממילא אינם משנים דעותיהם ע"י טענות הזולת].

1. בשעת'ן זען די לענגערע תגובות איבער ליבעראלן, האב איך מחליט געווען אז ס'איז א שאד צו זיין א קול דממה דקה. כ'בין נישט געקומען מטיף זיין צו קאנסערוואטיוויזם, כ'בין נישט געקומען אויפווייזן די היפארקריטסווע פון די ליבעראלן, כ'האב ס"ה אריינגעווארפן א נקודה לאור מיין התייחסות צום נושא האשכול [ביהכ"ס אין ביזנעסער]. נישט אויף צו פירן וויכוחים איבער די יסוד היסודות פון דעמאקראטיע. דאס געהער אין אן אשכול בפנ"ע.

2. זאת ועוד, כ'האב אויך נאכגעקוקט אנליין, און געטראפן איבער גענוג ראיות אויף פארקערט. אבער כדברינו הקודמים, בין איך נישט פאראינטרעסירט געווען אריינצופארן אין א פרישע שמועס, אפיציעל [ווייל כ'האב געוואוסט אז ס'גייט זיך נישט אפשטעלן דארט].

3. אינו דומה מיינע רייד אויפן אמשינאווער ווי דיינע רייד אויפן קאסובער, מכמה סיבות. א' - ווען איינער זאגט מעלות וואס זענען אומריכטיג - איז עס אויסהאלטבאר, ווען איינער זאגט חסרונות וואס זענען אומריכטיג - איז עס אומאויסהאלטבאר. ב' - ווען איינער זאגט אז די מעלה גייט באשריבן ווערן קלאר, מיט ראיות חותכות, און ער פארט אויף דעם קו [אן אשכול וואס פארט], איז דאס א נארמאלע זאך צו טון. ווען איינער זאגט אז די חסרון גייט באשריבן ווערן, ס'גייט אדורך יארן און ער באשרייבט נישט קיין ראיות צו זיינע ווערטער, איז עס צווייפאכיג אומריכטיג צו טון. ג' - ווען איינער זאגט אמאל אמאל א חסרון אויף איינעם אפילו אומבאגרינדעט, איז דאס נאך האלבוועגס מענטשליך, אבער ווען איינער הערט נישט אויף צו אטאקירן איינעם נאנסטאפ אומבאגרינדעט, איז דאס חיה'שאפט פון ערגסטן סארט. ד' - ווען איך שרייב מיינע מעלות אויפן אמשינאווער, שרייב איך אין אן אשכול וואס איך האב מייחד געווען פאר אים, דארט קומען אריין דיינע אומבאלומפערטע רייד אז אויב ס'געפעלט דיך נישט, פאר ווייטער און טויש די סטעישאן, אבער ווען איינער האקט אריין אין פרעמדע אשכולות, און יענעמ'ס אשכולות, זיינע בויך וויי אנטקעגן רבנים אדער סתם אידן, איז דאס רשעות ע"ג טיפשות. וואס הייסט דאס 'טויש די סטעישאן'?! כ'וויל ליינען יענעמ'ס ווערטער אן דיין שמוציגע אבזערוואציע!!! ווילסט איינעם בארעדן, עפן אן אשכול מיוחד לזה און זיי מודיע אז ווער ס'וויל נישט זאל זיך גיין ווייטער!

4. ווען איך זאג דו זאלסט עס באזירן אויף א מעשה, מיין איך אז דו זאלסט ברענגען נעמען, אז כל הרוצה לבדוק ביוחסין זאל מברר זיין וויפיל אמת ס'ליגט אין דיינע ווערטער. ביים אמשינאוון אשכול, גיי איך אי"ה ברענגען נעמען אז דו זאלסט קענען מברר זיין אמיתית הדברים! אויב קענסטו נישט ברענגען נעמען, ברענג נישט קיין גארבעדזש. קיינער גלייבט נישט מעשיות אן קיין מקור.

5. די סיבה פארוואס כ'האב דיר געפרעגט אין אישי וועגן דער קאסובער, איז טאקע פאר די זעלבע סיבה. דורכגייענדיג אשכולות האב איך מיך נאכאנאנד אנגעשטויסן אינעם זעלבן בריה וואס הערט נישט אויף צו האקן אויפן קאסובער, און ברענגט קיינמאל נישט קיין ראיות לדבריו [זאגנדיג כסדר אז 'עוד מעט' גייט ער אים באשרייבן...]. האב איך געוואלט געוואויר ווערן אויב דו האסט עפעס דעקונג, ווייל מיר קרענקט עס ווען איינער האקט און האקט און באזירט נישט זיינע ווערטער. פארשטייט זיך אז דו האסט געענטפערט אז... דו גייסט עס נאך אמאל באשרייבן! דאנקע שעהן.

6. משום מה, האט דער עולם גוט פארשטאנען ווער ס'האט דא ווילדע אויסברוכן על לא דבר, און ווער נישט. און די התייחסות פונעם עולם איז געווען בהתאם.

7. שקויעך פארן נאכאמאל אויסנוצן דעם געלעגנהייט צו בא'שגצ'ן דעם קאסובער און שרגא פר"מ [עטליעסט דאס מאל האסטו דערמאנט עפעס מעשיות מיט נעמען - עכ"פ די ר"ת. אז מ'קען פרובירן צו זען צו דו רעדסט צום זאך. כאטש ס'איז נישט צופיל מעלה ומוריד, ווייל אפילו ריכטיגערהייט איז קיינער נישט אינטרעסירט אין הערן יעדע פאר מינוט חזיריי אויף פריוואטע מענטשן].


תגובתי נארכה במקצת. אקוה שלא אצטרך להשיב עוד פעם, ואוכל להימנע מלהיגרר לתגובות כאלו. אבקש מחילת שבת אחים על דברים הקשים קצת, דקא מרתח בדמא, ואת והב בסופה.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14807 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:11 pm

מה הוא האט געשריבן:עפעס אפדעיטס פונעם מעמד?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14152
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16033 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16428 מאל

הודעהדורך בן אדם » דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:26 pm

שוין, זעט אויס אז די אלא ריפארטערס דארטן זענען פשוט געבליבן שטיין פארגאפט אונטער א געוואלדיגע התרשמות דקדושה און דערווארגן זיך נישט ארויסצושיקען גארנישט...!!
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2556
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1210 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:32 pm

שש מ׳זעט פון דיין תגובה דיינע שוואכע תירוצים צו א יעדע זאך , און דיין שוואכקייט מודה צו זיין אז דו האסט געמאכט א טעות מיט די ליבעראלן וואס געבן נישט קיין צדקה ,

איך האב מעהר גארנישט צוצולייגן מעהר ווי דעם וואס איך גיי דיר בל״נ נישט ענטפערן מעהר נאר אז דו וועסט שרייבן עפעס זאכליך , דערווייל מאלסטו מקוה וואסער אין גרויסען
The real looting in this country takes place in the transfer of wealth from the poor to the rich
The poor have been systematically looted in this country, and the rich have been made richer, under this criminal, fascist President Bush and his government

George carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3859
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3650 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2258 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:39 pm

שש משזר האט געשריבן:כ'וועל זיך ווייטער מן הסתם נישט מתייחס זיין צו די סארט גערעדעכץ.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14807 מאל

הודעהדורך ערליכער איד » דאנערשטאג יוני 11, 2015 11:52 pm

שש משזר, וואס זוכסטו און קאווע שטיבל?
ערליכער איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג יוני 12, 2015 12:08 am

אין אנדערע נייעס האב איך היינט געהאט גאר א געשמאקן נאכטמאל. אינמיטן איז אדורכגעפלויגן א הצלה טראק מיט יאמערליכע קולות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14152
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16033 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16428 מאל

הודעהדורך שש משזר » פרייטאג יוני 12, 2015 12:14 am

ערליכער איד האט געשריבן:שש משזר, וואס זוכסטו און קאווע שטיבל?

אויסדריקליך נישט דיך!

------------------
מקומך בצימעס, ומקומך בביוב אל תעזוב! [בבחינת כאן מצא בע"ח מקום לגבות את חובו].
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14807 מאל

הודעהדורך פריעד באטשי » פרייטאג יוני 12, 2015 1:44 am

שמעקעדיג האט געשריבן:
מה הוא האט געשריבן:עפעס אפדעיטס פונעם מעמד?

אזוי ווי איך בין אויך נייגעריק געווען כמו ידידינו היקרים ר׳ @שמעקעדיג ור׳ @מה הוא האב איך מיר אינטרעסירט ביי א קרוב מיינער וואס איז דארט געווען, און די תירוץ אין קורצען איז געווען אז די דרשות בעצם איז געווען זייער שיין, אבער אלע [יא, ״אלע״] אנדערע חלקים זענען געווען מלא פלאפס און קעיאס, איך האף אז איך וועל אי״ה רעדן מיט אים נאכאמאל און ברענגען א אויספירליכע פולע באריכט פאר חברי השטיבל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פריעד באטשי אום מוצ"ש יוני 13, 2015 11:43 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:55 am
האט שוין געלייקט: 1243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג יוני 12, 2015 3:07 am

ק/פ פון ארטיקל וואס כ׳האב געשריבן מיט א יאהר צוריק וואס איז רעלעווענט צו די אשכול:

מאכן כינוסים איז ליידער פּאַרט פון זייער דזשאב פון האלטן דעם עולם געצוימט און אויך אביסלע פּי אַר און אטענטשען פאר די אזוי גערופנע ״עסקנים״ גבאים און שוויצערס און שטייצעך שיינע גיליונת מיט פיקטשערס אין די צייטונגן און אין די כל העולם גולם ,

קיינער ליידער בענעפירט גארנישט פון די אלע לאנגווייליגע כינוסים נישט ברחניות און נישט בגשמיות און ס׳איז נישט קיין גרויסער סוד ווער ס׳שטייט אינטער דעם און וואס זייער מאטיוו איז מ׳דארף נאר צולייגן קאפ פון א קאטץ אז דא שווענדערט מען מיליאנען אין די לבנה אריין פאר גארנישט און פאר נישט און מיט דעם אלעמען לויפט דער עולם גולם אין די מאסן זיך צו באטייליגן צי דעם ״חוב קדוש״ פון שרגא פרידמאן... און נאכדעם באטילט מען נאך די רבנים ווי ״העלדן" וואס ראטווען דעם דור פון אונטערגיין אזוי ווי איינער האט לעצטענס געשריבן אין א אנדערע אשכול אז אונז האבן גאר די זכי׳ צו האבן אזא איד ווי ר' שרגא דער קאסובער און ס׳וואלט אויסגעפעלט נאך אפאר אזעליכע ״באמבעס״ ווי אים אין אונזער דור!

וויל איך טאקע פארשטיין אין די היינטיגע גאס דרייען זיך ארום הונדרעטער בחורים אפשר טויזנטער (פון במשך די לעצטע פאר יאר) אהן קיין ישיבות, עלטערין דארפן צו קוקן ווי זייערע קינדער דרייען זיך אויף די גאסן און ווערן אפגעשימלט און רוב מאהל ענדיגט זיך דאס זייער זייער נישט גיט און זיי טרעפען זיך אהן מיט נאך אנדרע לא נתקבל׳ס און אזוי פארברענגט מען די בחורישע יאהרן צומאל קען זיך עס ענדיגן מיט העווי דראג עדיקשאנס וכו׳ וכו׳ , דער יונגערמאן פין מאנסי וואס @בר כוכבא שרייבט דא איז נאר איינס פון טויזנטער עלעטערין וואס זענען ליידער עמו אנכי בצרה און מוטשענען זיך ארום מיט דעם אכשר דרא׳יגע אכזריות וואס אונזער היימישע מוסדות טוהן פאר עוורידש און שוואכערע בחורים טאג טעגליך און דערווייל זענען האלב פון די רבנים אויף דאטשע און דער אנדערער האלב מאכט זיכער אז כהנים זאלן נישט ח״ו טמא ווערן ווען זיי גייען חאלאמויד האלטן אין די נייע ניין עלעוועין מאמאוריעל פארק...

און ווען אונזער צדיק דער קאוסבער האט קאמפיינט פאר זיין קרן הבנין פון בית המדרש און מוסדות קאסוב האט ער געזאגט ברבים ביי די דרשה אז דער מאטיוו פונעם בנין איז צו העלפן בחורים ! ספעציעל שוואכערע בחורים און די מטרה איז צו עפענען א ישיבה (חוץ דער בעסמעדריש שטייצעך) אני הקטן האט געהאט די זכי׳ צי הערן די דאזיגע ״דברות קודש״ פונעם ״צדיק הדור״ אליין ווי איך האב טאקע געהאט די זכות צי באשטייערן מיט א סכום הגון צים ״הייליגן קאמפיין" וואס למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט צי זיין נאר א ״סעילס פּיטש״ ווייל קיין ישיבה האט מען שטייצעך קיינמאל נישט געבויט און קיין איין תלמיד האט ער נישט אויפגעשטעלט נישט קיין בחורים נישט קיין יונגלעך און נישט קיין מיידלעך היות די רבי איז זייער פארנומען די לעצטע פאר יאהר מיט איבערפלוסן פון שערוריות פון חשש תועלים אין די סטראבעריס און חשש חילול שבת פון האט קאפס און נאך אזעליכע ענדליכע ענינים העומדים ברומו של עולם ווי למשל ליפא׳ס קאנצערטען און עו״ז שייטלעך ועוד
איז למעשה האבן טאקע אידן חסידים ואנשי מעשה געטוהן ״רצון צדיק״ און העפליך בייגעשטייערט צום קאמפיין, דער רבי שליט״א איז ארומגעפארן אין די מרחקים און אויסגעשנארעט און צאמגעטריבן א שיינע פאר רעדלך (יא יא גיט געהערט! א שיינע פאר מעללאונס!) און מ׳האט בשעתו געקויפט א שיינע קארנער לאַט אויף 50 סטריט ביי 14 קעגן איבער דעם קלויזנבורגער הויף אויף וואס קלויזנבורג איז געוועהן ברוגז אז ער קומט צי נאנט צי זיין גלילות און ס׳קען נאך ארויס קומען גרויסע מכשולות רח״ל... אין טאקע א קורצע צייט שפעטער האט מען זיך איבערגעבעטן און די פשרה איז געועהן אז אונזער צדיק האט געפליפט דעם לאט פארן קלויזנבורגער צדיק און מהאט געמאכט א נישטיקע אכט הונדרעט טויזנעט דאללער רויח (שפילט א ראלע ביי אדמורים ? ביני ובינך מה הוא? )און דער צאנזער האט גע׳שילעמט דריי מיליאן טאללער בכסף מלא עובר לסוחר און דער קאסובער האט געהוילכט און שלום על ישראל,

נאכהער האט רבינו שליט״א געקויפט צוויי שיינע לאַטס אויף 55 סטריט אויף וואס בפקידות דעם רבין האט מען געבויעט נאר אויף איין לאַט א קליינטשיק שולכעל די סייז פון א עווריטש קארנער שול אין בארא פארק און אויפן אנדערע לאַט בויעט מען די סוכה און א גאנצע יאהר איז עס א פארקינג לאט פאר קארס און טראקס ... און קאסוב איז ענדליך אויף די מאפע !!! מ׳האט שוין אייגענע ריעל עסטעיט !!!שיין זעהן מיר אויס!!!

יעצט מיין שאלה צום אדמו״ר מיט זיינע אנהעגער וואס באטיטלן אים מיט אזעליכע שיינע הערליכע טיטלן ווי כמותו ירבו בישראל ,וואס פאר א שווארץ יאהר האט אויסגעפעלט די גאנצע פראדזשעקט פונעם קרן הבנין מיטן גאנצען טאַ ראַ ראַם ווען מהאט צום סוף געבויעט א קלייניטשיק שול אויף א האלבע לאט בשעת ווען ער האט געירשנט פון זיין טאטן א פארטיגע ביהמ״ד אויף 52 סטריט וואס ער האט ראוהיג זיך געקענט צי בויען א עקסטענשין אין ארויסבויען אביסל (דעס וואס רוב אנדערע בתי מדרשים טוהן) וואלט ער געהאט די זעלבע סייז שול וואס ער האט יעצט אן קיין קאפ וויי פון מיליאנען???

האט טאקע אזוי דרינגענד אויסגעפעלט א ״קאסובער הויף" אין בארא פארק פארוועם ??? פאר דעי 60־70 מתפללים וואס ער האט (די יעניגע וואס האבן אים דערווייל נאך נישט איבערגעלאזט) און די 100־150 מענטשען וואס קומען צום פרייטיג צו נאכטס טיש? פארוואס פאר א גיט יאהר האט עס אויסגעפעלט אין אזא שוואכע עקאנאמיע צו בויען ראביסטיוועס אין קויפן ריעל עסטעיט פאר נאך א האגער? דאס איז אונזער פּרייארעטי? ווען רוב עולם מיטשעט זיך טעגליך אויף ברויט אין מילך און מ׳שוויצט מיט טיי אווענט׳ס מן הבוקר ועד הערב בויעט זיך ״האגער ענד קא.״ ריעל עסעטיט אויף יענעמס חשבון ווען ער האט ווען קלאר געקענט בלייבן ביי זיין אלטע שול און עס וואלט אים מיט זיינע 70 מענטשען גאר נישט געפעלט???

נאר וואס דען אויף כינוסים און אויף אומזיסטיגע מוסדות׳ן דזשעלאַוועט מען געלט אין גרויסען און אויף אנדערע שטותים און הבלים וואס דינט נישט די אינטערעסן פונעם ציבור איז דא געלט און ס׳איז דא אלעס וואס מ׳דארף נאר האבן בהרחבה אבער צי העלפן אונזערע טייערע שעפעלעך די ״צאן קדושים״ קען מען רעדן צום וואנט ליידער ..
The real looting in this country takes place in the transfer of wealth from the poor to the rich
The poor have been systematically looted in this country, and the rich have been made richer, under this criminal, fascist President Bush and his government

George carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3859
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3650 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2258 מאל

הודעהדורך גאנצל » פרייטאג יוני 12, 2015 11:03 am

איך הער אז די קווינס ישיבה איז נישט געווען דארט וואס איז פשט ?
גאנצל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1848
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

הודעהדורך lazar » פרייטאג יוני 12, 2015 12:02 pm

זעהט אויס אז סקולענער רבי איז יונגער געווארן מיט אפאר יאר.
lazar
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 19, 2015 10:57 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

הודעהדורך פריעד באטשי » זונטאג יוני 14, 2015 12:06 am

פריעד באטשי האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
מה הוא האט געשריבן:עפעס אפדעיטס פונעם מעמד?

אזוי ווי איך בין אויך נייגעריק געווען כמו ידידינו היקרים ר׳ @שמעקעדיג ור׳ @מה הוא האב איך מיר אינטרעסירט ביי א קרוב מיינער וואס איז דארט געווען, און די תירוץ אין קורצען איז געווען אז די דרשות בעצם איז געווען זייער שיין, אבער אלע [יא, ״אלע״] אנדערע חלקים זענען געווען מלא פלאפס און קעיאס, איך האף אז איך וועל אי״ה רעדן מיט אים נאכאמאל און ברענגען א אויספירליכע פולע באריכט פאר חברי השטיבל.

איז אזוי, וועל איך מקיים זיין וואס איך האב געשריבן ארויפציער, לויט ווי דער צייט וועט ערלויבן, ובזה אתחיל:
די טעכנישע חלקים פונעם מעמד איז געווען ארענדזשירט און אנגעפירט דורך חברים דראקלענד, און זיי זענען געשטאנען דארטן אלץ די סדרנים.
ר׳ שרגא פריעדמאן איז געווען יושב ראש,
די נייע וויזניץ׳ע רב פון ב.פ. האט געדאווענט מנחה פאר די עמוד,
הגאון ר׳ משה גרין -ר״י דמאנסי- האט פארגעזאגט אפאר קאפיטלעך תהלים,
ר׳ בערל טויבער -ר״מ בישיבה אור תורה- האט געזאגט א דרשה,
הגאון ר׳ אפרים וואקסמאן -ר״י מאור יצחק- האט געזאגט א דרשה,
ברכת קודש מאת כ״ק אדמו״ר מוויזניץ שליט״א,
דרשה מאת כ״ק אדמו״ר מוויען שליט״א,
דברות וברכת קודש מאת כ״ק אדמו״ר מסקולען שליט״א,
קבלת עול מלכות שמים ע״י כ״ק אדמו״ר מבאבוב (45) שליט״א,

די פלאפס ביי די טעכנישע חלקים וועל איך אי״ה באשרייבן שפעטער בל״נ.
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:55 am
האט שוין געלייקט: 1243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל

פרישע סקולען אינטערנעט אסיפה פאר בחורים

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג יוני 14, 2015 12:20 am

וועלכע ישיבות האבן זיך משתתף געווען?
און וואס איז געווען די תוכן פון די דרשות?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 992 מאל

Re: פרישע סקולען אינטערנעט אסיפה פאר בחורים

הודעהדורך אבי גערעדט » זונטאג יוני 14, 2015 12:32 am

uploadfromtaptalk1434256317744.jpg
uploadfromtaptalk1434256317744.jpg (40.43 KiB) געזען געווארן 514 מאל


קוקט אויס ווי ס'געווען א שיינער דורכפאל,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אבי גערעדט אום זונטאג יוני 14, 2015 12:37 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 10:32 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 506 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט