אינטערנעט אסיפה אין קרית יואל קומענדיגע וואך

רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18700 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19021 מאל

אינטערנעט אסיפה אין קרית יואל קומענדיגע וואך

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך רייב מיך די אויגן ווען איך לייען דער בלאט. עס איז הימל און ערד און מעכטיגע אינטערנעט אסיפה. עס קוקט אויס אז די היסטארישקייט דערפון וועט איבערשטייגן סיטי פיעלד פי כמה.

מען האט כדרכם אפירגעזוכט די שרעקעדיגסטע פסוקים פון תנ"ך, און דער גראפיקער האט אויסגעוועלט די שטערקסטע, פארגרעבסטע, ריזיגע קידוש החמה אותיות, און מען פירקלט אן דעם גאנצן בלאט, יעדע דריטע פעידזש, און זעלבסטפארשטענדליך בארבע כנפות קרית יואל, אין די בתי מדרשים, און וואו נישט, און היידא, מען גייט שוין ווייטער מאכן א מערכה. דאס מאל אין די הייליגע שטעטל קרית יואל, נאך די אויסטערלישע הצלחה אין וומסב"ג 2 יאר צוריק.

ביטע נעמט מיר נישט ראנג, איך פערזענליך האלט קלאר אז אינטערנעט קען זיין א פראבלעם, און מען דארף שטארק מעורר זיין דערוועגן, אזוי ווי אויף אלע אנדערע פירצות. מען דארף צוקומען צו אינטערנעט אבער מען דארף עס נוצן פארזיכטיג, און אויך נישט זיין צו שטארק עדיקטעד דערצו (כ'רעד צו מיר אליין, וראה מה שכתבתי כאן)

אבער דאס מאכן היסטארישע אסיפות יעדן שני וחמישי איז געפערליך איבערגעטריבן. איבערנוצן דעם זעלבן מיטל איינמאל און נאכאמאל איז פשוט נישט ווירקזאם. און ממ"נ, פאר וועמען עס געהאלפן די ערשטע מאל, זיי דארפן דאך נישט די באמבאדירנדע אסיפות כסדר (גראדע זענען זיי די ערשטע צו לויפן...), און ווידעראום פאר דיי וועלכע פייפן זיך אויס, דארף מען זיך לערנען אז אויב א טאקטיק נוצט נישט איינמאל, צוויי מאל, דריי מאל, וואס וועט די פערטע מאל העלפן?

מיט א 2 יאר צוריק, האט אונזער לעגענדארער זר זהב געשריבן ווי פאלגענד:

זר זהב האט געשריבן:נו שוין ווידער עפעס א מעמד. ניין איך בינישט געווארן קיהל חלילה, סארי אלע קילע ניקים. אבער דאך די אלע כינוסים יעדן ראשון ושישי הייבט אן צו טראגן דין אויף מיר.

א ווארטזאגער פאר על גאור, דער ערפינדער פונעם פראטעסטירטן, מודה געווען פארן שרייבער פון די שורות אז די אלע פראטעסטען נעמט א טאלל פון זיין באסס, אבער ער איז קאנפידענט אז דער נעט איז דא צו בלייבן אן א פילטער צי מיט.

ליצנית אינדערמיט, די אינפארמאציע איז אמת און כשרייב נאר וואס איך פיהל אז ס'שוין טו מאטש, איך מאך נישט קאלט. און אפשר פיהל איך נישט גוט. אז ס'קומט סיי ווי פאר זאל עס זיין מיט הצלחה.


אבער די פירער/פארפירער זענען נישט צופרידן, זיי ווילן נאך מערכות. זיי גלייכן צו זעהן וואספארא ריזיגע עולם מען פארמאגט. ממילא מוזן זיי ארויפצווינגען נאך תקנות, סיי פאר די מענער און עקסטערע פאר די נשים, מען ווערט מער עקסטרעם פון יאר צו יאר, מען מאכט ענגער, די טעראר וואקסט, און וויבאלד די נעגאטיווע חלקים גיבן זיי פאוער, פאוקעסט מען אויף דעם חלק, אנשטאט גיין מער פאזעטיוו.

א מינוט, נישטא קיין פאזעטיוו? כ'פשוט פארגעסן, ס'יא דא. ס'דא שיעורים אין גמרא!! אויך א שחיטה מהודרת מיט צומת הגידין בדיקות. און אויך אריזאנע ווייץ. אך, ווי האב איך געקענט פארגעסן? איך מוז קויפן די מעקסי וויטאמינען.

צוריק צום ענין.

איך ווייס נישט ווער עס איז דער פיאניר און אויסטרעפער פון די אלע לאזונגען און פסוקים. ערשטנס, גייט עס פארקומען קומענדיגע וואך לסדר קרח'ס טענה "כי כל העדה כולם קדושים". די שאלה איז, אויב יעדער איז א קדוש צו וואס פעלט אויס די אסיפה? איך וואלט ענדערש געלייגט דעם אנדערן האלב פסוק, ומדוע תתנשאו על קהל ה'.

אויף איינע פון די פלאקאטן אונטן שרייבן זיי צו א בקשה ווי פאלגענד: אם אין אתה יוצא בגינך, צא בגין אשתך ובניך. איר הערט. דער יונגערמאן האט נישט געהאלטן ביים גיין, דא האט איר געבראכן דעם קעמל'ס רוקן, יעצט וועט ער קומען צו לויפן. נאך אלעם איז דאך די גאנצע זאך נאר לטובת חינוך הדורות הבאים, נישט אזוי?

קיינער טאר נישט פעלן, וכל העם רואים את הקולות, וכל העם ישמעו וייראו לא יזידון עוד, על בנינו ועל דורותינו ועל כל דורות זרע ישראל עבדיך על הראשונים ועל האחרונים, כ'געדענק שוין נישט פונקטליך אלע לאזונגען. דער עיקר איז צו דערשרעקן דעם עולם און מאכן זיכער אז די קליינע קינדער גייען נישט איינשלאפן.

כ'בין זיכער אז שמעלקא טויב איז שוין זייער עקסייטעד. אשרינו מה טוב חלקינו.
וירח ה' את ריח הניחוח
רעאגיר