בלאט 1 פון 1

דברי הספד אויף די געפאלענע חללים פינעם אינטערנעט

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 8:13 pm
דורך איש את רעהו
שיינע דברי הספד אויף די נפגעי ה'אינטערנעט

אויף די טעלעפאן קול יועץ איז ארויפגעלייגט געווארן א לווי' סצענע ווי חשובע אידן און קינדער פון נפגעי אינטערנעט שטייען ביים מיטה פון א אינטערנעט עדיקט ששבק חיים לכל חי ל''ע
עס איז כדאי צו הערן בעפאר ס'צו שפעט רח''ל

641-715-3800 נומער
54345 קאוד

עקסטענשאן 77299

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:46 pm
דורך סאשי פיש
נאך א אשכול פארוואס נישט

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 10:04 am
דורך פרייוויליג
פאר פייער און פאר וואסער. עס איז קלאר אז די רעדנערס האבן נאכקיינמאל נישט געזען א טרעפיק ליכט. און בכלל קען מען זאגן די זעלביגע אויף יעדן מאן דהו וואס זיצט אין ביהמ"ד/ביהכ"ס/פארטש וכדו' "טאקע אן אינטערנעט" אבער איז משוקע אין די גרעסטע זוהמא. און איך זע נישט פ"וו מען האט געדארפט מאכן א אשכול פאר דעם.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 9:08 pm
דורך א שרייבער
איז אמת די אלע מעשיות וואס קרעשעווסקי דערציילט אין זיינע דרשות?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 12:50 am
דורך שמעקעדיג
מען דארף גלייבן אז ס'וואלט געקענט זיין אמת, ואתי שפיר.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 2:36 am
דורך א שרייבער
למעשה פארשטיי איך פון דיינע ווערטער אז אלעס וואס ער פארציילט האט נישט קיין ממשות דערין.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 7:28 am
דורך הקטן
א שרייבער האט געשריבן:איז אמת די אלע מעשיות וואס קרעשעווסקי דערציילט אין זיינע דרשות?

איז אמת אלע מעשות וואס כולל חצות פארציילט?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 10:20 am
דורך א שרייבער
אויסדריקליך נישט