טאטעס, קינדער, מוסדות, און תקנות

טאטעס, קינדער, מוסדות, און תקנות

הודעהדורך בר-כוכבא » פרייטאג יולי 31, 2015 3:48 pm

אמאל, מיט אינגאנצן א קארגע עטליכע צענדליג יאר צוריק, זענען געווען אידן וואס האבן פונקט ווי היינט געארבעט אין מוסדות חינוך. זייער אויפגאבע איז געווען זיכער צו מאכן אז אלעס אין מוסד קלאפט אויפן בעסטן אופן וואס נאר מעגליך.

יענע אידן האבן געהאט דאגות. זיי האבן זיך געזארגט אז אידישע קינדער זאלן באקומען א אידישן חינוך. זיי האבן געזארגט דערפאר און זיי האבן א סך קאפ און צייט געווידמעט פאר דעם צוועק פון זען, אז וואס מער אידישע קינדער זאלן אנקומען אין חדר און מיידל שולע. פובליק סקול איז דעמאלט געווען א גאנגבארע ברירה, און פאר א סך איז עס געווען די ערשטע ברירה. אין חדר האבן געשיקט נאר די וואס זענען געווען גענוג שטארק אין זייערע איבערצייגונגען, געווען גענוג שטארק אויפגעבויט, און האבן געוואוסט גענוג קלאר וואס זיי ווילן צו טראכטן זעלבסשטענדיג און מאכן א החלטה אז זייערע קינדער זאלן אויפגעצויגן ווערן אין א פרומען בית חינוך. גאר א סך האבן אויסגעקליבן צו שיקן אין פובליק סקול, און אויב האט דת און מסורה געטראגן עפעס חשיבות, האבן די עלטערן אליין, אדער געזען אז א צווייטער זאל צולערנען מיט די קינדער וואס זיי דארפן וויסן אלס אידן.

די אנגעשטעלטע פון די פרומע בתי חינוך איז געגאנגען אין לעבן אז וואס מער אידן זאלן נעמען דעם דרייסטן באשלוס און יא שיקן די קינדער אין חדר אנשטאט אין א גוי'אישער שולע. יעדעס קינד איז געזען געווארן ווי אן אוצר, און יעדער פאל פון א טאטן וועמען ס'איז געלונגען איבערצוצייגן ער זאל שיקן דאס קינד זיינס אין חדר איז געווען א געווינס. פון אזעלכע עלטערן האבן די מוסדות גארנישט פארלאנגט; אפילו אויפן שכר לימוד האט מען אוועקגעקוקט, אויב נויטיג. א פשיטא שוין אז די עלטערן זעלבסט האט קיינער זיכער גארנישט געזאגט. קיינעם איז נישט איינגעפאלן צו דיקטירן יענע אידן וויאזוי זיך אויפצופירן אין לעבן – אפילו ווען ס'איז געווען נוגע צו די קינדער. מ'האט גענומען די קינדער מיט ביידע הענט און פרובירט אין זיי אריינלייגן דאס מערסטע וואס שייך געווען, און פון דארט און ווייטער האט מען געהאפט אויפן בעסטן.

דער טאטע פון אזא קינד האט געקענט טענה'ן צו די מוסד-אנגעשטעלטע אז ער פילט נישט באקוועם אז זיין יונגל זאל לערנען אין א פרומען חדר, אין דער צייט וואס ער פירט א לעבן אויף אן אופן וואס שטייט אין סתירה מיט וואס ער וועט לערנען און הערן אין מוסד. "כ'טראג נישט קיין בארד," קען מען זען אזא טאטן טענה'ן. "דער שטאפל פון כשרות אין שטוב טראגט יענעם פנים. איך אליין בין א שוואכער איד, און קוים וואס איך זאג אמאל א אידיש ווארט."

די מנהלים האבן יענעם בארואיגט און פארזיכערט אז ס'פעלט נישט אויס צו זארגן. אויב וויל ער אז דאס קינד זאל אויפוואקסן א איד, בעסער ווי אים, דעם טאטן, איז דאס, שיקן אין חדר, דער בעסטער וועג. זאלן זיי, די עלטערן, זיין גוים. דער עיקר אז די קינדער זאלן ווערן אידן. אזוי, אויף דעם שניט, האבן יענע אידן פון די מוסדות דעמאלט געטראכט.

דער טאטע האט פארשטאנען און אזוי געטאן. אין גענוג פעלער האט ער זיך ביסלעכווייז אנגעהויבן צושטעלן צו דער דרגה אידישקייט וואס זיין זון האט באקומען אין מוסד. ער האט עס אין יעדן פאל רעספעקטירט, און אין גענוג פעלער אליין אנגעהויבן אדאפטירן, אויף וויפיל ער האט געקענט אדער געוואלט.

אזוי איז געווען דעמאלט. אלע זענען געווען צופרידן און יעדער איז ארויס מיט ריווח.

יענער סיסטעם האט מצליח געווען. אויף דעם זענען עדות די צענדליגער טויזנטער פרומע משפחות וואס זענען זינט דעמאלט אויפגעקומען אויפן שויס פון די מוסדות. דער מהלך איז געווען אפעקטיוו און דער חינוך וואס יענע מוסדות האבן געגעבן האט פראדוצירט א נייעם דור פון טויזנטער און טויזנטער חרדישע און חסידישע אידן.

די אויפגעקומענע פרומע אידן, די רעזולטאטן פון יענעם מהלך, נעמען אן דאס געבן זייערע קינדער א חרדישן חינוך ווי א דבר פשוט. אויב זענען אמאל געווען פרומע אידן וואס האבן געשיקט אין פובליק סקול, וועט היינט דער שוואכסטער איד וואס איז ערצויגן געווארן אין חרדישן לאגער זוכן מיט אלע כוחות צו שיקן די קינדער אין א חרדישן חדר.

אבער היינט איז אנדערש. היינט דארפן די עלטערן זיך צושטעלן צו א סטאנדארט וואס איז העכער ווי דער מדריגה אויף וועלכער דער חינוך פון די קינדער איז דעמאלט געשטאנען. דעמאלט האט יעדער אראפגעשלינגען דעם טאטנס גויאישקייט, אבי די קינדער זאלן זיין אידן. היינט זענען אויפגעקומען אנדערע מענטשן, וואס זענען גרייט אראפצושלינגען די קינדער'ס פאר'גוי'אישט ווערן, אבי דער טאטע זאל זיין – נישט קיין איד, נאר א קאנפארמיסט, עמיצער וואס שטעלט זיך לפנים צו אלעם וואס מען פארלאנגט.

ס'איז א טרויעריגער מצב און ס'איז באמת נישטא וועמען צו באשולדיגן, ווייל קיינער איז באמת נישט שולדיג. דער רוח הזמן איז יעצט אזוי און אלע מוסדות טאנצן נאך דעם מהלך בלינדערהייט. נישט נאר די מוסדות, נאר – און לאמיר זיך נישט נארן – אויך די עלטערן. כמעט יעדע טאטע-מאמע וויל אז זייער קינד זאל לערנען אין א מוסד וואס נעמט נישט אן יעדן און וואס שטעלט איין תקנות ענליך צו "יענעם, אנדערן" מוסד, וואס טוט דאך בעצם די זעלבע זאך נאר וועגן "יענער, אנדערער" מוסד טוט עס.

ס'איז טרויעריג און חוזק. יעדער ווייסט אז די גאנצע זאך איז א שפיל. די אנגעשטעלטע פון די מוסדות ווייסן אז אין פריוואטן לעבן טוט יעדער ווייטער וואס ער וויל, און די תקנות ווערן שיין אויסגעשפילט דורך יעדן וואס וויל נאר. דער וואס איז גענוג איד און בעל אחריות, וועט זיך אליין ארויפשטעלן א פילטער אויפן קאמפיוטער; דער וואס האלט נישט דערביי, וועט ווייטער האבן צוטריט צו וואס ער זוכט נאר אויפן אינטערנעט. יעדער טוט וואס ער וויל און יעדער גיט זיך אן עצה.

און די מוסדות ווייסן דאס גוט. אלא מאי? ס'איז א שפיל אין וועלכער יעדער האט זיך זיין ראלע. קיינער קאנטראלירט נישט וויאזוי די שפיל שפילט זיך אויס, ווייל בסופו של דבר אינטערעסירט עס קיינעם נישט. דער עיקר איז אז די שפיל שפילט זיך און אז די שפילערס שפילן זיך גוט אויס איינער דעם אנדערן.

ס'איז נישטא קיין סיבה צו זיין ברוגז. דאס לעבן גייט ווייטער אן ווי פריער, און גאר ווייניג טוישט זיך. מען דארף נאר געדענקען אז זיי, די וואס מאכן און אינפארסירן די תקנות, זענען נישט מער ווי שפילערס, גלייך מיט אונז אלע, נאר שפילן אן אנדערע ראלע אין דעם זעלבן גרויסן געים.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 402 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל

Re: טאטעס, קינדער, מוסדות, און תקנות

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 31, 2015 4:22 pm

איך שיק אין א מוסד וואס האט נישט קיין תקנות. מ'דארף נישט חתמנ'ען קיין אינטערנעט צעטל און מ'פרעגט ניטאמאל דערוועגען. אבער אין לעיקוואוד הייסט די מוסד פון די מערסטע כ'ניאקישע מוסדות.
פארוואס דארפען זיי נישט קיין תקנות? ווייל זייער סיסטעם איז אזוי אויסגעשטעלט אז דער וואס באלאנגט נישט דארט קלינגט נישט אריינצושרייבען זיין קינד. דער גייסט אין חדר איז אזוי אז דער וואס זוכט א שוואכערער אידישקייט שיקט ממילא ערגעץ אנדעריש.
איך ווייס נישט צו אין אן אנדערע פלאץ, אדער צו ערפילען די תאוות פון די וואס זוכען צו מאכען תקנות, אבער אזוי איז.
דער לימוד איז אז ווען דער מוסד טוט איהר ארבעט ריכטיג, פעלט נישט אויס קיין רדיפות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5532
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2075 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5190 מאל

הודעהדורך מור וקציעה » פרייטאג יולי 31, 2015 6:02 pm

בר-כוכבא האט געשריבן:
די אנגעשטעלטע פון די פרומע בתי חינוך איז געגאנגען אין לעבן אז וואס מער אידן זאלן נעמען דעם דרייסטן באשלוס און יא שיקן די קינדער אין חדר אנשטאט אין א גוי'אישער שולע. יעדעס קינד איז געזען געווארן ווי אן אוצר, און יעדער פאל פון א טאטן וועמען ס'איז געלונגען איבערצוצייגן ער זאל שיקן דאס קינד זיינס אין חדר איז געווען א געווינס. פון אזעלכע עלטערן האבן די מוסדות גארנישט פארלאנגט; אפילו אויפן שכר לימוד האט מען אוועקגעקוקט, אויב נויטיג. א פשיטא שוין אז די עלטערן זעלבסט האט קיינער זיכער גארנישט געזאגט. קיינעם איז נישט איינגעפאלן צו דיקטירן יענע אידן וויאזוי זיך אויפצופירן אין לעבן – אפילו ווען ס'איז געווען נוגע צו די קינדער. מ'האט גענומען די קינדער מיט ביידע הענט און פרובירט אין זיי אריינלייגן דאס מערסטע וואס שייך געווען, און פון דארט און ווייטער האט מען געהאפט אויפן בעסטן.


בר כוכבא - איך ווייס נישט אויב איר אליין באגרייפט ווי ווייט די טרויעריגע מצב האלט שוין , עס איז ליידער אין לך יום שאין קללתו מרובה מחבירו , עס איז שוין היינט אזוי צידרייט אז פארן בלויזן חטא פון ארבעטען -און נישט גנבענען- פאר פרנסה נעמט מען מער נישט אן אייער טאכטער אין היי סקול

שערורייה מבישה באלעד
למעלה מ-100 בנות להורים עובדים לא התקבלו לסמינרים
שערורייה חדשה בעיר אלעד: יותר מ-50 אחוז מתלמידות כיתה ח', ספרדיות ואשכנזיות, לא התקבלו לסמינרים 'זלזניק' ו'לדעת חכמה' בעיר • הסיבה: ההורים שלהם עובדים • כל הפרטים (חרדים בארץ)
ישי כהן|י"ב באב תשעה
15:35 28.07.15


שערורייה באלעד: החודש שלפני פתיחת שנת הלימודים בסמינרים החרדים הפך לזמן מועד לפורענות עבור הורים למסיימות כיתה ח' שלא משתייכות לשכבות האליטה החרדית. מדי שנה נוסף לסיפור הזה פן חדש ומדאיג. אם עד עתה הכרנו את אפלית הבנות הספרדיות וציינו בסיפוק שממדיה הולכים ומצטמצמים הנה כי השנה נרשמה עלית מדרגה מחודשת בעיר אלעד.

מתברר כי מי ששתק בזמן שהבנות הספרדיות מופלות לרעה בסמינרים מקבל בימים אלו אפליה קשה יותר, אפליית הבנות שכל חטאן הוא שהוריהם הם חרדים עובדים בכדי לפרנס את ביתם.

הסערה בעיר אלעד פרצה השבוע כאשר למעלה ממאה בנות, 50% מהבנות שנבחנו, קיבלו הודעה כי לא התקבלו לאף אחד משני הסמינרים היחידים בעיר - 'זלזניק' ו'לדעת חכמה'. הבנות שחלקן ספרדיות וחלקן אשכנזיות נמצאות בבית כאשר אין להם מקום לימודים לשנה הבאה וזאת בשל החלטה חדשה ושערורייתית שלא לקבל בנות בשל כך שההורים שלהם עובדים לפרנסתם, כאשר מדובר בבנות למשפחות חרדיות לכל דבר ולא במשפחות בעייתיות.

נציין כי בעיר אלעד קיימים שני סמינרים, הותיק שהוקם לפני מספר שנים וקיבל את כל בנות העיר ללא הבדל עדתי או תעסוקתו של אבי המשפחה, וסמינר המנוהל על ידי הרבנית זלזניק שהוקם לפני כשנה עבור מה שהוגדר מראש "שמנה וסלתה" של האוכלוסיה התורנית בעיר. כלומר עבור אברכים ורבנים בלבד וכמה עסקנים כמו חברי מועצה.


בשעתו ניהל משרד החינוך מאבק ממושך נגד הסמינר אך מה שהחמיר את המצב זה מדיניות הקבלה המחמירה פי כמה של הסמינר בשנה זו. מתברר שמנהלת סמינר 'זלזניק' החמירה את התנאים שלה לקבלת בנות, לאחר שבשנה שעברה הפלתה בנות ספרדיות, השנה המנהלת החליטה להקשיח את עמדותיה ולא לקבל גם בנות אשכנזיות שהוריהם עובדים. בתגובה לכך, גם בהנהלת סמינר 'לדעת חכמה' החליטו שלא קבל בנות שהוריהם עובדים וזה בכדי שלא להפוך לסמינר סוג ב' שאליו מגיעות הבנות שכביכול פחות טובות.

ההחלטות הללו של שני הסמינרים הביאו לתוצאה העגומה כשלמעלה ממאה בנות, ספרדיות ואשכנזיות, נמצאות בימים אלו בבית ללא מוסד לימודי בשנה הבאה.

האבסורד בסיפור המדובר הוא שכל הבנות שקיבלו תשובה שלילית הן בנות בוגרות בתי הספר 'בית יעקב' בעיר ואין משהו שמפריד ביניהן לבין הבנות שקיבלו תשובה חיובית מלבד העבודה שההורים שלהן עובדים.

"הבנות הן מאותו החינוך, אותה ההשקפה, אבל כל חטאן הגדול הוא שהם עברו מסטטוס של כיתה ח' לכיתה ט' והיה מי שהחליט שהמעבר בין שתי האותיות הללו צריך לכרוך בתוכו סבל ורוע", מסביר גורם בעיר אלעד.

ל"כיכר השבת" נודע כי ההורים הכואבים, שבנותיהם יושבות בבית בוכיות, החליטו לא לומר נואש ומתכוננים בימים אלו להגיש עתירה לבית המשפט העליון כאשר הם כבר פנו לעו"ד רמי פרגן ושכרו את שירותיו לשם כך.

לדברי עו"ד פרגן - עשרות הורים פנו אליו עם הסיפור הכואב. עורך הדין מתכוון לפנות בימים אלו למשרד החינוך ועיריית אלעד ולדרוש שיטפלו בבנות, במידה וזה לא יקרה הוא יגיש נגדם עתירה לבית המשפט.

המטרה של ההורים בהגשת העתירה היא לבצע את המתווה של הרצף החינוכי באופן כזב בו שני התיכונים יהוו המשך לשני בתי הספר של בית יעקב ובכך יגיעו לתוצאה שאף בת לא תישאר בבית.

ההורים בעיר אלעד מביעים תקווה כי מאיר שמעוני, מנהל המחוז במשרד החינוך, ייכנס לסיפור ויפעיל את כוחו בכדי לכפות על שני הסמינרים את המתווה של תיכונים ממשיכים ורצף חינוכי של בתי הספר היסודיים כשהם מקווים כי ראש העיר ישראל פרוש יגבה את המהלך של שמעוני.

ההורים אף מביעים תקווה כי מנהל התקציבים במשרד החינוך יסגור במידת הצורך את ברז התקציב לסמינר 'זלזניק' בכדי שמנהליו יורידו את הדרישה השערורייתית שבנות שמתקבלות הן רק בנות שההורים שלהם לא עובדים.

"לא יתכן שמוסדות חינוך בשיתוף משרד החינוך והעירייה יתעללו בבנות וישאירו אותן כחודש לפני פתיחת שנת הלימודים ללא מסגרת חינוכית הולמת, וכל זה על רקע עדתי או חוסר שוויון", אומר עו"ד רמי פרגן.

ומה אומרים על כך הח"כים החרדים? הם עסוקים בחוקים נורבגיים ובחוקים לעידוד תעסוקת חרדים. זה כשלעצמו יפה מאוד אבל אם בתוך הבית יש אפליה לרעה של המעמד העובד אף חוק מבחוץ לא יעזור.




עס איז כדאי צי באמערקען אז דא רעדט מען שוין פון סקולס וואס זענען אונטער די פירערשאפט פון די מכלומרפשטע מער אויפגקלערטע הרב שטיינמאן


http://www.kikar.co.il/177705.html
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 412
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 11:07 pm
האט שוין געלייקט: 514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 519 מאל

הודעהדורך וכדומה.. » פרייטאג יולי 31, 2015 6:23 pm

@בר-כוכבא, סאיז א "שפיל" ווילאנג מווארפט ארויס א קינד פון א מוסד, דאן איז שוין גארנישט קיין שפיל! סקאסט די בלוט פון דעם קינד, טאטע און מאמע!
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 8:15 pm
האט שוין געלייקט: 2258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 726 מאל

הודעהדורך יהושע חיים » פרייטאג יולי 31, 2015 6:36 pm

הה"ד א שפיל מיט פייער
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 852
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 449 מאל

Re: טאטעס, קינדער, מוסדות, און תקנות

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אוגוסט 01, 2015 10:16 pm

אינטרעסאנט טאקע. איך האב גערעדט מיט פארקויפטע חסידים פון הרב שך און להבחל''ח הרב שטיינמאן און זיי געפרעגט 'היתכן מ'לאזט נישט אריין קיין ספרדים על אף אז די ביידע גדולים האבען די ערשיינונג שטארק פארדאמט און באקעמפט?'. ענטפערען זיי אז 'זיי פארשטייען נישט, מיר ליידען פון זיי......'.
נו, ווען ס'געפעלט זיי ווערט ארויסגעווארפען די אלע 'ככל אשר יורוך'ס, אלע מצוות פון פאלגען וכדו'.
רח''ל
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5532
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2075 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5190 מאל

הודעהדורך אליצפן » דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 1:45 pm

שטארקע ארטיקל! פארדעם פיר איך זיך טאקע נאר צו שיקן אין מוסדות וואס פארלאנגען נישט מען זאל חתמ'נען צודרייטע תקנות. קיינער אויסער דער באשעפער מיט די תורה גייט מיך נישט דיקטירן וויאזוי צו פירן מיין לעבן.
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 733 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

Re: טאטעס, קינדער, מוסדות, און תקנות

הודעהדורך יהושע חיים » דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:00 pm

Wow עס איז דא אזא מוסד?
אפשר טיילטסו מיט מיטן עולם פון אזאליכע מוסדות

Sent from my LG-P659 using Tapatalk
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 852
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 449 מאל

הודעהדורך אליצפן » דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 11:01 pm

אוודאי איז דא. ס'פשוט נישט פון די היימישסטע מוסדות אין שטאט, און אסאך מענטשן ווילן נישט שיקן דארט.
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 733 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל


גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט