קאמפיוטער לצורך פרנסה?

באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 195 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

קאמפיוטער לצורך פרנסה?

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

ב''ה
כ'האב אריינגעקלערט אינעם ענין וואס מ'קאכט לעצטענס שטארק ארום, די חורבן פון די אונטערנעט, וואס אפילו א קאמפיוטער איז אויכעט ממש א בדיעבד.
איך בין געקומען צום החלטה, אז דא האנדעלט מען מיט א שרעקליכע היפאקראטיע במלוא מובן המילה!
וואס מיינט דאס, ווער ס'דארף עס לצורך פרנסה, מעג יא? וואס מיינט דאס לצורך פרנסה? וואס מיינט לצורך?
אין אלע דורות האט מען זיך מוסר נפש געווען, און מ'האט נישט געמאכט קיין שום פשרה! אויב דאס איז בגדר עריות, בגדר עבודה זרה, וואס איז שייך א פשרה?
די שארית הפליטה, ווען זיי האבן זיך באזעצט אין אמעריקא, און ס'געווען די פראבלעם פון 'טעלעוויזשען', האט מען דען געזאגט, 'ווער עס וויל שטארק וויסן די נייעס, מעג! ווער ס'האט א פרנסה דערפון, מעג! ס'נישט געווען אזא זאך ווי לצורך.
מ'האט געזאגט אסור איז געווען אסור!!! נישט קיין פשרה נישט קיין דוגמה, און נישט קיין ראדיא און נישט קיין שום ענליכע זאך דערצו.
נישט קיין גויאישע צייטונג, נישט קיין האלב יידישע צייטונג, נישט קיין מאגאזין, גארנישט מיינט גארנישט!!!
וואס מיינט עס, אז ס'דא א מציאות, אז טאמער איינער דארף עס האבן לצורך! דאס איז זיין פרנסה! ס'איז דא א מציאות אז א רב זאל עהם געבן א היתר, אז ער מעג ניצן א טמא'נע כלי לצורך פרנסה.. וואס פאר א פרנסה איז דאס בכלל?
איך ווייס גראדע די ענטפער
מ'קען נישט! אלע מוסדות דארפן אנקומען צו קאמפיוטער, אלע פראגראמען און דאס גלייכן, אלע יושב ראש'ס דארפן קאמפיוטער, לצורך זיי! קען מען נישט זאגן אז אונז מעגן נישט האבן א לצורך.. א געלעכטער אויפן העכסטן טאהן!!!!!!!!
אויב מ'וויל אנטלויפן פון א שעדליכע זאך, איז נישטא קיין לצורך, און ס'נישט פארהאנען אזא מציאות אז א ערליכע חרדישע יוד, האט פרנסה פון א מקום וואס איז גילוי עריות ועבודה זרה, בלי שום ספק.
ווייל ווער ס'וויל באמת וויסן די אמת לאמיתו, איז נישט מעגליך צו בלאקירן א קאמפיוטער, און די איבריגע דעווייסעס, אקעגן איינער וואס וויל עס אדורכברעכן. ניין דאס איז די קלארע מציאות.
ממילא, וואס פאר א חוכא וטלולא שפילט מען דא? אויב ס'איז א סכנה, לאז אלעס אפ, און אנטלויף!!!
מ'האט זיך געקענט א עצה געבן פירן מוסדות התורה מיט אסאך אסאך שווערערע נסיונות הפרנסה, אקעגן אסאך ביטערערע גזירות שמד און נאך ערגער בגוף ובנפש.
לצורך? פרנסה? יענע דזשענטייעל טוהט עס אויכעט לצורך פרנסה, און יעדע דורכפאל אין אינטערנעט איז אויכעט געווען די תירוץ לצורך פרנסה, און אז ס'דא א לצורך האט יעדער זיין אייגענע לצורך
טוה מיר א טובה, און דריי נישט קיין טשייניק! אסור איז אסור!!!
אלא מאי???
די געים איז אווער! דאס בעסטע וואס מ'קען טוהן, איז מסביר זיין, און אזוי לאנג און גוט געבן פארשטיין, אז יעדער זאל מרצונו הטוב זיך אפהאלטן דערפון. אבער צווינגען וועט נישט ארבעטן, ווייל ווילאנג איך קען נישט בעטן פרייע הייט דעם עסקן צו אפילו דער רב האוסר, זיין אייגענע טעלעפאן ווייל איך וויל זען וואס ער האט דארט אונטער זיין פעסווארד. זאל מען מיר נישט הייסן ארויסווארפן, אריינווארפן, בלאקן, ווייל לצורך המוסדות ולצורך הרבנות ולצורך הפרנסה... וואס כ'ווייס שוין וועלכע פרנסה, מעגן זיי יא! ווייס איך אויכעט שוין וואס בוחר צוזיין לצורכיי ולהנאתי.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4717 מאל

שליחה דורך יידל »

די זעלבע איז מיטן פארגלייכן אינטערנעט צו מאכלות אסורות

ראשעקאל האט געשריבן:איך בין דא ביי די אסיפה. א ריזיגע עולם קע"ה
ר' חיים יושע'לע סאטמאר רבי פון מאנסי רעדט יעצט. ער פייערט אוועק. ער טענהט אז ווען א דאקטער זאגט פאר א חולה צו עסען יו"כ לויפט ער פון איין דיין צי די אנדערע דיין זיכער מאכען אז ער מעג טאקע. ער גייט נישט אליין קוקען אין ט"ז און מגן אברהם....
וואס איז אינטערנעט אנדערשט? פרעגט רבי חיים יושעלע. קען מען אליין פסקענען? מ'דארף פאלגען וואס רבנים זאגען.
וועגען די טענה אז מ'קען קויפען אויף די אינטערנעט בילגער ווי אין די געשעפטען זאגט ער אז מ'קען אויך קויפען טרייפענען פלייש וואס איז ביליגער......

און עסן טריפה פלייש לצורך פרנסה וואלט ער מתיר געווען? איז וואס איז לצורך פרנסה אנדערש?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18700 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19021 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

העלא מנשה'לע! גוט געפרעגט.

דאס עצם אסר'ן קוקן אויפן אינטערנעט (נישט קיין שמוץ) איז בלויז א גדר, ווי אזוי קען מען דאס פארגלייכן צו איסורים חמורים, און ארויסשליסן פון כלל ישראל, און אסר'ן שחיטות און סופרות? ווייסעך נישט.

מען קען אריינשטופן דיין קשיא אין דעם אשכול.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18700 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19021 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דא האט אויך מנשה'לע געפרעגט זיין קשיא, און זעהט דא די אנדערע תשובות.
וירח ה' את ריח הניחוח
קארלסבורג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:09 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך קארלסבורג »

אוודאי איז פאראן אזא מושג אז לצורך פרנסה זאל מען מתיר זיין פארשידענע איסורים, ובפרט אויב די איסורים זענען נאר גדרים.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 195 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

נאכאמאל, ביי טעלעוויזשען האט מען אויכעט געזאגט, אז לצורך פרנסה מעג מען?
טעלעוויזשען איז גארנישט ראנג באמת, אינטערנעט איז לשיטתם ממש א מלאך המשחית. ווי אפשר אויב לצורך פרנסתם קען מען זיך מתיר זיין מיט פילטער שמילטער, וועל איך לצורך שלי אויכעט זיך מסדר זיין וואס די בחירה וואס יעדער האט וועט מיר געבן בוחר צוזיין.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 321 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

מעג מען לצורך פרנסה ארויסגיין פון סקווירא שטעטל?

אן א סיבה מעג מען אויך?
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 195 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

ווען וואלט געווען די מציאות אז מ'קען מסדר זיין עפעס שווה לכל נפש, וואלט געווען רעאליסטיש אז מ'מאכט תקנות. אבער מאכן תקנות אויף א לאוס קעיס.. ס'איז א זאך וואס אויב מ'זאל אסר'ן אינטערנעט און קאמפיוטער, זענען 'די רבנים' אויסגעשפילט.. ווען נאר די עמך יודן וואלטן געליטן דערפון, וואלט נישט געווען קיין שום פראבלעם צו מאכן א איסור גמור ווי חזיר און כרת
זאגן אויף יענעמס פראדוקציע אסור שייגעץ איז א טאג טעגליכע זאך, ווען ס'איז נוגע פאר די וואוילזיין פון ראשי קהילה מוסדות, איז שוין דא היתרים ווייל 'ליכא דרכא אחרינא..' חחחח אוודאי אזוי
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך chasid »

מנשה, כ'האב נישט די זכי' צו פארשטיין וואס דו ווילסט, טעלעוויזשען האט מען נישט מתיר געווען לצורך פרנסה, ווייל פשוט ס'איז נישטא קיין צורך
און אונטערנעט איז היינט א "מוז" פאר פרנסה דערפאר איז עס מותר, אבער אן א פילטער איז נישט קיין צורך, דעריבער זענען אלע רבנים ארויס שארף אויף אונטערנעט אן א פילטער,
והוא הדין אויף אונטערנעט אינדערהיים וואס מ'קען זיך באגיין אן דעם, האט מען גע'אסר'ט.
ופשוט הוא.

לויטן אלטער נוסח אז "אונטערנעט איז אסור" וואלט איך פארשטאנען דיינע טענות, אבער היינט אז מ'הערט שוין נישט די נוסח ווייס איך נישט וואס דו פארפירסט.
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 195 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

קורץ און שארף, ס'נישטא אזא מושג אז אינטערנעט זאל זיין בהיתר, קלינען די טוילעט נעמט מען א גוי? לצורך גדול נעמט מען א גוי, יידישקייט איז נישט קיין פשרות, ווייל לצורך פרנסה, ס'נישט קיין פיקוח נפש!
אויף רפואה, און דאס גלייכן, איז דא א ענין פון הפרו תורתיך, דא איז פונקט פארקערט, פארן ראטעווען די דורות, איז נישטא א תירוץ, מ'דארף עס פאר פרנסה, לצורך אוכל נפש איז א גוי גוט? פארוואס ווייל אזוי האבן די חכמים גע'פסק'נט אז מ'איז נישט מקיל ווען מענטשן זענען מזלזל דערין, דא איז קליפ און קלאר, אז ס'נישטא קיין כשר'ע אינטערנעט און אויכעט נישט קיין קאמפיוטער. איי ס'יא דא? ס'דא ווייניג וואס קענען זיין נזהר און זיין מח שליט על הלב, יצרא דעבודה זרא וערייות, ואין אפטרופות לעריות.

בכלל, מ'קען מיינען אז ס'שוין אלט הונדערט יאר, און מ'קען עס נישט טוישן.. גוגל גייט אט אט בר מצוה האבן, און ער גייט נאך ווערן א ווילדער טין עידזשער.. ס'וועט נישט ווערן בעסער, און ס'בלייבט נישט איבער קיין ארט פאר פשרות מיט די זאכן.
ס'קלאר אז די גאנצע וועלט ה'אינטערנעט איז געצילט אויפצוברעכן אלע פילטערס, נישט צו בלאקירן. נו? ווער וועט מנצח זיין? אם יפתוך חטאים אל תאבה, אנטלויף דערפון..מאך נישט קיין פאטקעריי דערמיט, דאס יא, דאס איז כמעט אינגאנצן געבלאקט, מ'דארף זיין גוט משוגע זיך אליינס איינצורעדן, אז מ'קען מיט א געבלאקטע קאמפיוטער שוין אפגערעדט פון אינטערנעט, אריינלייגן א יו עס בי און נישט אנקומען צו וואס דער יצר הרע האט ליב, ס'איז איין קליינע ריק אריין אין קאמפיוטער, איין שטעקער!
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל

שליחה דורך DotCom »

מנשה'לע א גוט מארגן!

קודם בארואיגט אייך, קוקסט אויס זייער צורודערט פון די קשיות וואס באדערן דיר, אבער אלעס איז שוין אויסגעשמועסט געוןארן כמה פעמים, סיי דא און סיי אין אייוועלט.

די פוינט איז איין זאך, אינטערנעט איז נישט אסור, נאר דו ביסט אסור עס צו נוצן שלא שצורך, די זעלבע איז מיט טעלעוויזישאן און אלע אנדערע איסורי רבנן, נעם דיר אביסל די מי צו גוגלען און ליינען, סתם שרייען אין די וועלט אריין וועט דיר אין ערגעץ נישט טראגן.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 195 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

איך ברענג ארויס איין איינציגע פוינט אונטערשטע שורה, אז די אלע באווארענישן, וועלן קיינמאל נישט אויפטון, ס'איז פארפאלן, אדער אסור אינגאנצן אויב נישט, הערט מיין ווארט, ס'וועט נישט זיין קיין שום פילטער ביז א געציילטע צייט.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל

שליחה דורך DotCom »

בינעך מחולק מיט דיר, וכי אטו ברשיעי עסקינן? א פילטער איז זייער א נארמאלע זאך אפילו אין להבדיל די גויאישע וועלט. סא פארוואס זאלן עס נישט אידן קענען האבן? איז עס דען אזוי שווער?

לו יהא כדבריך אז מ'אסרט עס ווען אינגאנצן וואלט ווענישט געווען קיין גרעסערע חוכא וטלולא מזה, אבער א פילטער איז אזאך וואס יעדער קען איינהאלטן, איי ווילסטו פרעגן צו וואס האט מען געדארפט א כינוס, נו, גוגל ארום וועסטו זעהן אז ס' שוין רעדי צענדליגער פעידזשעס מיט הסברים און וויכוחים וכו' וכו'
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

מנשה

איך ווייס נישט צו איינער האט דיר שוין גענטפערט פריער צו נישט.

עס קען זיין אז דיין השערה אז די סיבה פארוואס מען זאגט אז לצורך פרנסה איז מותר איז ווייל די רבנים אליין דארפען עס אין זייערע מוסדות, אבער למאי נפק"מ?

אויב די ווילסט וויסען צו עס איז דא א מקום לחלק אז א זאך זאל זיין מותר לצורך פרנסה, הער גוט צו.

די ווייסט אז מען טאר נישט גיין דורך א שוק של זונות?? די ווייסט אז לצורך פרנסה מעג מען?

האסטו א מקור.

ווען עס וואלט געווען אפילו מוכרח צו זעהן אביסעל שמוץ, וואלט עס אפשר אויך געווען מותר לצורך פרנסה, פונקט ווי גיין אין די שמוציגע גאסען פין מאנהעטען און ברוקלין איז מותר לצורך פרנסה.

אבער לצורך טיול, טאר מען נישט גיין אין מיאוסע מקומות.

חוץ אויב טיול ווערט אנגערופען א מצוה, אין די אחרונים זענען דן אין דעם ענין.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 195 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

כ'האלט קלאר, אז ס'נישטא אזא זאך ווי א פשרה, ביי קאמפיוטער אין אינטערנעט, אין 2012, און די יארן וואס קומען אין די רייהע. אדער אסור און קיין אנדערע אדער איז נישטא!
וואס א פילטער ביי א גוי איז נישט קיין פילטער ביי אונז יודען, ביי אונז יודען מיין איך די כת האוסרים, ווייל כלל ישראל באשטייט פון נאך צען מאל אזוי סאך יודען וואס א חלק פון זיי זענען נאך פונקט אזוי געטריי דעם אייבירשטן און האבן נאך עני טיים די נסיון און געבן זיך א עצה מיטן פרייווילגן בחירה וואס איז דא.
אין הקדוש ב''ה בא בטרוניא עם בריותיו, מיט איין קנעפל אויפן טעלעפאן קען מען אנקומען צו אסאך האטליינס אויכעט, און דא אז איינער איז אין ביזנעס אז ער ניצט נישט פען און פאפיר נאר סערדשט אהער און אהין, ליגט ער בכריסה של אשה!
ס'איז די זעלבע נסיון פון קוקען אין מקוה און קוקען אויפן גאס און קוקן ביים ביטש, [וואס ס'נאכנישט דא קיין איסור פון רבנים אויף דעם.. פארוואס?] דא איז עס צווישן צוויי אויגן, און דארט איז עס אונטערן פרייע הימל צו פרייע שווים באסיין.
זיך מאכן גרינג קען מען נאר מיט א בלעטל גמרא, ווער ס'וויל זיצן אויפן פאטעל און מאכן געלט, דארף איינגיין אויפן נסיון האינטערנעט, ווייל פילטער איז א גראבע ליגענט אפצושטיפן די פראבלעם נאך אפאר יאר, ווען אינטערנעט וועט בר מצוה האבן און באלד שנעל חתונה האבן, דעמאלטס וועט מען זאגן, 'מען קען שוין נישט'.. מ'קען שוין יעצט נישט.. וואס וועט מען דעמאלטס טון?
גוגל און פייסבוק און וכדומה זענען א מאלטי קאמפעני וואס שלעפט אריין דעם עולם וואס טאטשט נאר אן זייער קלאמקע, ווער ס'לייגט אויף זיי א פילטער ווערט אריינגעפילטערט..!
אשר על כן זאג איך נאכאמאל קלאר, איין עצה איז דא, אנטלויף פון די טעכנאלאגיע, און וואס מ'דארף 'לצורך' ניץ א גוי, פונקט ווי די ניצט א גוי פאר אנדערע קינוחים.. לצורך גדול..חח און טאמער ווילסטו יא, שריי נישט אויף יענעם אסור ווייל וואס דו שלאגסט פאר איז גארנישט בעסער נאר א טרעפ! אויף א קורצע צייט ארום. נישט קיין סעלושען
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל

שליחה דורך DotCom »

מנשה, ביסט נישט דער איינציגסטער וואס האלט אזוי, דיין רבי האלט אויך אזוי, ער האט דאס מיר אליינס געזאגט אין א פערזענליכן שמועס א שטיק צייט צוריק, אבער ער האט מיר אויך געזאגט אז דאס זאגט ער נאר פאר זיינע מענטשן און אויך נאר בבחינת קדש עצמך, נישט בתורת איסור אדער הלכה, און אז דאס גייט צוזאמען מיט שיטת סקווירא וואס האלט אז ביי עניני קדושה דארף מען אנטלויפן אויף די 'אנדערע עקסטריעם' אבי נישט צו שטיין פנים אל פנים מיט א ניסיון.

פאר די גאנצע וועלט, נישט מען קען עס אסר'ן און נישט מ'דארף עס אסר'ן, א פילטער איז פונקט גענוג צו לאזן דעם מענטש מאכן די ריכטיגע החלטה בעת א בחירה, און פארשטייט זיך אז מ'קענישט אסר'ן אויף עסאמפשענס אז ס'גייט אמאל נישט מעגליך זיין צו פילטערן וואס אגב לייגט זיך נישט אויפן שכל.

און ווי דו זאגסט אליינס אין הקב"ה בא בטרוניא וגו' מ'קענישט אנטלויפן פון די אינטערנעט, א גוי איז טאקע פונקט גענוג ארויפצולייגן דעם קליפ אויף יוטוב, אבער א גוי קען מיר נישט מאכן מיינע מארקעטינג דיסישאנס אדער סטאק מארקעט דיסישאנ'ס וכו' וכו' וואס כידוע איז די אינטערנעט היינט די פלאץ פאר דעם, ס'איז א ניסיון ווי אלע אנדערע נסיונות וואס מ'קען ביישטיין בס,"ד.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4244
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3620 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דאט קאם ביסט גערעכט די אינטערנעט איז א 'מוז היינטיגע צייטן, און די איינציגסטע מעגליכקייט פאר אונז אידן צו מעגן זיך באנוצן דערמיט איז אוואדאי א פילטער, אבער מיט איין נקודה איז מנשה'לע גערעכט, און דעריבער בין איך באזארגט צו דאס איז טאקע דער ענדגילטיגע מיטל אז נאכדעם קענען די רבנים זיך שוין קלאפן, שלום עלי מעי, דאס אז א פילטער העלפט נישט אויף אלעם, ווי למשל טשעטן אויף דזשימעיל מיט כ'וויל נישט זאגן וועם, אדער אנצוקומען צו סתם בלאגס וכדומה. וואס פארמאגן טריפה'נע אינהאלט, און ניין אפילו מ'רעדט נישט 'בשופטני' אבער פונדעסטוועגן איז דאך דער פחד אז דער אומשולדיגע אינגערמאן וועט זיך אנשטויסן דערין, נישט כאפנדיג וואס דאס איז, און זיך עפענען די אויגן, און אזוי צוביסלעך קאלט ווערן צו די זאך. דו פארשטייסט? אינטערנעט איז א פראבלעם אין יעדן הינזיכט לגבי אידישקייט. זנות, קדושה, שמירת עינים, כפירה, ציונות, לשון הרע, עדיקשן, חינוך, ערנסטקייט, ביטול תורה, און לעבן פארברענגעניש, ס'הארגעט דאך אוועק, די טעג פון א מענטש אפילו יענער זאל נאר זיצן אויף קאווע אדער אייוועלט.

כ'זאג נישט . גערעכט מ'מוז עס האבן נאכאנאנד, כש"כ די וואס ברויכן עס פאר פרנסה, אבער זיי מוזן דאך אויך בלייבן אידן?! דעריבער מיין איך דערווייל אז די בעסטע סיסטעם איז אז ער זיצט אין א אפיס מיט נאך עמיצן פארשטענדליך עמיצער פון וועמען ער שעמט זיך, און דאס אלעס בנוסף צו דעם פילטער. יעצט דאס בעסטע איז נאך ווען די קאמפיוטער שיקט צום משגיח א טעגליכן באריכט. דעמאלט קוקט מיר אויס די אינטערנעט נאך הייליגער ווי לי עוועניו אין א הייסע תמוז טאג.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל

שליחה דורך DotCom »

גערעכט טאמבעלסאוס, מען דארף טהון וואס מ'קען, וואטעווער איט טעיקס טו סורווייוו, אבער די רבנים'ס אויפגאבע איז נאר צו מעורר זיין און צו מרחק זיין, זיי מעגן נישט און קענען נישט אוועקנעמען די בחירה לגמרי, כאטש די א.ג. עסקנים וואלטן יא געקענט באשטיין אונז צו דיקטאטירן איז עס כמובן נישט שייך.

דער מענטש אויף די וועלט אן א בחירה איז פונקט ווי א בהמה, דער גאנצער תכלית הבריאה איז דאך נאר די בחירה, אבער ווען ס'קומט צו עניני קדושה איז דער מענטש נישט בכח צו מאכן אליינס די ריכטיגע בחירה ווייל דער תאוה איז צו גרויס, בפרט אויב מ'איז שוין איינמאל דורכגעפאלן וואס דעמאלט איז שוין דא עבירה גוררת עבירה וואס נעמט אויך אוועק אביסל פון די כח הבחירה, אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז מ'האט נישט קיין יושרדיגע בחירה, דעריבער געפונט מען ביי דעם ענין אסאך גדרים וסייגים כדי צו לאזן דעם מענטשן געהעריג בוחר זיין.

דאס איז מכח הדין, ווען מ'רעדט מכח חסידות וואס איז לפנים משורת הדין איז דא פארשידענע דרכים וויאזוי צו גיין, יעדער הויף לויט זייער שורש נשמה, סקווירא איז דער דרך אנטלויפן צו די אנדערע עקסטריעם, ניטאמאל רעדן מעג מען אין סקווירא חוץ אין איינצעלנע זמנים, ברסלב איז דער דרך צו כסדר רעדן דערפון און זיך מחזק זיין, און אזוי ווייטער.

סא מכח הדין איז געקומען רב וואוזנער ביים כינוס און געזאגט די הלכה אז מ'ברויך צו לייגן א פילטער, אויך איז געקומען רב וואקסמאן און האט מעורר געווען איבער די חומר הענין, אבער ווען ס'קומט צום מענטש אליין דארף יעדער וויסן וואס אים וועט העלפן כדי עומד בניסיון צו זיין.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4244
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3620 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

און אויב למשל איינער מאכט אפ אז ער ברויך נישט קיין פילטער. דאן מעגן די רבנים אים נישט דיקטירן און ארויפלייגן פארשידענע שטראפן כדי ער זאל זיי מוזן הארכן?
און ווען ס'העלפט נאך אלץ נישט אים בייזייטיגן פון זייערע מוסדות???

ווייל די פאקט ווייזט דאך אז גאר אסאך מענטשן וואס ווייסן אז זיי ברויכן א פילטער, האבן אבער נישט געקענט עומד בניסיון זיין, אפ' נאכן אליין וויסן אז זיי ברויכן עס, און די זארג פון די מחנכים און רבנים איז אז אזעלכע מענטשן מיט זייערע קינדער וואס לערנען אין די מוסדות מיט אונזערע קינדער, קענען האבן אן השפעה אויף אנדערע און אזוי ארום אראפברענגען צוביסלעך דעם דור, און קדושת מחנינו.?!
ואם תאמר "וואס ? אידישקייט איז קאמיוניזם? אינטערדרוקן? יא! כדי אידישקייט זאל עקזעסטירן הערשט אזא באגריף ווי קאמיוניזם, און אונטערדריקונג וויזוי זאלסט עס נאר וועלן רופן. דו מוזט בלייבן אין א מסגרת, אויב ווילסטו זיין אין א קאמיוניטי. קיינער צווינגט דיך נישט, קענסט עני טיים פארלאזן, (פארשטייט זיך מיט די קינדער צו אן ווענדעט זיך שוין אויך אין דיין ווייב ) אבער די רבנים זוכן בסך הכול אפצוראטעווען אידישקייט.

כ'גיי מיך נישט מאכן פאר קיין צדיק, איך האלט נישט ביי זייערע מדריגות וואס זיי האבן געפסקעט ביים כינוס, אבער איך פארשטיי זייער צד, און דאס איבעריגס וואס ליגט אויף מיר צוטוהן איז בעסער באהאלטן פון מענטשן וועלכע איך וויל מיינע קינדער זאלן אויפגעצויגן ווערן ווי זיי, און זיין אין זייער קהילה - מער צו באהאלטן מיין עדיקשן צום אינטערנעט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
רעאגיר