צוויי ווייסע פאליציי אפיצירן ברוטאל דערשאסן דורך א שווארצן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
בשםואין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 19, 2013 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

צוויי ווייסע פאליציי אפיצירן ברוטאל דערשאסן דורך א שווארצן

שליחה דורך בשםואין »

צוויי פאליציי אפיצירן זענען היינט שבת קאלטבלוטיג דערשאסן געווארן צום טויט זיצנדיג אין זייער אויטא אין ברוקלין ביי די גרעניצן פון וויליאמסבורג אין וואס די פאליציי באטראכט אלץ א נקמה אקציע פאר די טויט פון מייקל בראון אין עריק גארנער.

די צוויי אפיצירן האבן געארבייט אווערטיים אלץ א טייל פון א אנטי טעראריזם דרילל ביי די קארנער פון מוירטל און טאמפקינס דריי אזייגער שבת נאכמיטאג ווען דער פארשוין מיטן גאן האט צושפאצירט צו די פאליציי אויטא און דורך די אפענע פענסטער דערשאסן ביידע אפיצירן אין געזיכט הינריכטונג סטיל.

(זשעי.די. באריכט)

דער מערדער איז עטליכע מינוט דערויף באגאנגן זעלבסטמארד אין די באן שטאציאן ביי מוירטל און ווילאהאבי נאכן ווערן באלאגערט פון אלע זייטן דורך צענדליגער פאליציי אפיצירן אנע וועג ארויס.

דער מערדער איז שבת צופרי אנטלאפן פון פענסלעוועניע וואו ער האט דערשאסן זיין אומגעהייראטע ווייב אין די געדערים, זי איז ערווארטעט צו מאכן א פולע ערהוילונג.

שפעטער האט דער טונקעלער מערדער ישמעא-ל ברינסלי געשריבן אויף אינסטעגראם: 

"איך גיי היינט לייגן פליגלעך אויך חזירים".

די סטעיטמענט איז געווען באגלייט מיט א בילד פון קאמופלאזשירטע הויזן און א זילבערנע גאן.

"זיי נעמען איינע פון אונז, לאמיר נעמן צוויי פון זיי..." - האט די סטראשונג פארגעזעצט - "דאס מעג זיין מיין לעצטע מאל וואס איך שרייב דא..."

דער אשכול פארמאגט 57 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר