פרישע אנטיסעמיטישע בתי מדרשים געזעץ אין אוטרעמאנט, מאנטריאל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

פרישע אנטיסעמיטישע בתי מדרשים געזעץ אין אוטרעמאנט, מאנטריאל

שליחה דורך שושן פורים »

אין א פרישן פרואוו איינצוצוימען די חסידישע געמיינדע אין אוטרעמאנט מאנטריאל, האט די ארטיגע מעיאר פארגעשלאגן א זאונינג טשעינדזש צו פארבאטן דאס בויען פרישע בתי מדרשים אויף די צוויי קאמערציאלע גאסן וואס מען האט נאך יא געמעגט ביז היינט.

פאר ווער עס איז באקאנט אביסל מיט די סיטואציע אין אוטרעמאנט ווייסט אז די מוניציפאלע רעגירונג זוכט צו באגרעניצן דעם חרדישן ציבור ווי אימער זיי קענען נאר, אינקלאדינג באט נאט לימיטעד טא, סוכות מעגן שטיין בלויז 3 טעג בעפאר יום טוב און 3 טעג דערנאך, מוזיק ביי הכנסת ספר תורה איז שטרענג פארבאטן, לאזן נישט קיין שריפת חמץ, האט נישט צוגעלאזט קיין עירוב (די קארט האט געצווינגען די סיטי צו געבן א פערמיט), וכהנה וכהנה.

די היסטאריע פון בתי מדרשים בארענעצונגען אין אוטרעמאנט גייט צוריק אזוי ווייט ווי 1990 ווען ק"ק ויזניץ (מאנסי) בית המדרש האט זיך געפונען אין א הויז אויף א רעזידענציאלע גאס, נאך א לאנגע פארצויגענע מערכה מיט די באראו (וואס ליידער יד ישראל באמצע ואכמ"ל) זענען זיי געווען געצווינגען צו פארלאזן דאס פלאץ, די קהילה האט איינגעהאנדלט א לאט אויף די וואן הארן גאס, לויטן דעמאלסדיגן געזעץ האט מען געמעגט בויען פרישע בתי מדרשים, טשוירטשעס, מאסקס, בלויז אויף איינע פון די דריי קאמערציאלע גאסן אין אוטרעמאנט, וואן הארן, בערנארד, און לאריער, אבער ווען וויזניץ האט איינגעהאנדלט זייער לאט איז די סיטי געגאנגען און שנעל מאדיפיצירט דעם געזעץ און פארבאטן בתי מדרשים אויף וואן הארן, נאך א לאנגע פארצויגענע קארט קעיס האט וויזניץ געוואונען.

ממש לעצטנס האט א איד אפלייעד פאר א פערמיט פאר א בית מדרש וואס עקזיסטירט שוין א שיינע פאר יאר אומאפיציעל אין א בעיסמענט אויף בערנארד, זעענדיג דאס האט די באראו מחליט געווען ווידער צו טוישן די זאונינג געזעצן , מכלומר'שט צו פארבעסערן די עקאנאמישע דעוועלאפמענט אויף קאמערציאלע גאסן וואס לשיטתם זענען בתי מדרשים א שטער פאר דעם, לויטן פלאן וואס די מעיאר שלאגט פאר וועט זיין ערלויבט צו מאכן פרישע בתי מדרשים בלויז אויף איין דעד ענד אין שטאט.

פארגאנגאנעם מאנטאג ביי די חודש'ליכע קאונסיל זיצונג איז די זאונינג טשעינדזש ארויפגעברענגט געווארן צום ערשטן מאל, דער חרדישער קאונסיל פרוי מרת פאלאק באט אויסגעדרוקט איר אויפברויז און פארדאמונג זאגנדיג אז דאס איז נאך א פרואוו פון די באראו צו באגרעניצן און ענג מאכן פאר די חסידישע קאמיוניטי וואס באטרעפט 20 פראצענט פון אוטרעמאנט און פארלאנגט אז מען זאל אראפנעמען די זאונינג טשעינדזש פון די אגענדעת אבער זייענדיג איינער קעגן פיר האט מען איגנארירט איר פארלאנג.

לויט די פראצעדור דארף יעדע זאונינג טשעינדזש אריבערגיין א צוויטע און דריטע אפשטימונג אין סיטי קאונסיל, ווי אויך א פאבליק הירינג ווי יעדער איינער קען קומען ארויסברענגען זיין מיינונג, נאר נאכדעם קען די געזעץ אריינגיין אין קראפט.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר