כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:54 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יעדער חסידישע פאסירונג קומט מיט א סדר הבאסעס. א יארצייט, א דינער, א יום הצלה און סתם א כינוס לצדיקים.

@ליטוואק אויך קומט עס מיט בליטשקעדיגע לעקטערס, ס'ברענגט ארויס דעם חלק קידוש שם שמים
דער גאלדענער אדלער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 209
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 1115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:56 pm

אנטשולדיגט, אבער קידוש שם שמים קומט פון לייגען א ריב סטעיק אויף א קאכעדיגע הייסע גריל, מיט קראכעדיגע קישקע וכו׳. אזוי האט וואטסעפפ אונז לעצטענס אויסגעלערנט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5669
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5382 מאל

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:58 pm

@ליטוואק דו מאכסט מיך הינגעריג, כ'מיין איך כאפ מיך אריבער צו שמעלקע אויף שב"ק
דער גאלדענער אדלער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 209
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 1115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

הודעהדורך גר ותושב » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 3:02 pm

דו וועסט אונז כאטש איבערגעבן די געשעענישן?
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1506
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1249 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 970 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 5:49 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:העכסטנס וועט הרב שמעקעדיג קרומען מיט די נאז און אויפמאכן אן אשכול אז דער באלאגאלעה דארף א דאקטער. מיין שאלה איז נאר אויב ער נעמט מעדיקעיד...ייש"כ... :lol:

ר' בערל, איר דארפט גיין גאר צו אן אנדערען דאקטאר ווי לכתחילה געמיינט. עפעס אין אייער קיבאורד איז געפערליך צוקריצט אזוי ווי א צעבראכענע CD וואס האלט אין איין איבערזאגן/איבערשרייבן דעם זעלבן ווארט :P
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14365
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16318 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16800 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 6:23 pm

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:שכוח @טרויבן פארן ארטיקל, כ'האב עס ארום געזוכט און נישט געקענט טרעפן.
למעשה קוקט אויס פונעם ארטיקל ווי ער גייט נאר צו די הפגנות שבת. וועגן די עדה החרדית, קוקט ער שוין אויס מער פארעוועדיג, שוין מער נישט אזוי עקסטרעם, קען נאך זיין אז ער וועט נאכגיין יודא משיזהב, הלוואי

דער גאלדענער אדלער: יהודה משי זהב איז אויכעט געבוירן און אויפגעוואקסן אין דעם שמאלץ פון די סיקריקים אין מאה שערים. און ער איז געווען בבחינת תינוק שנשבה. ער האט נישט געוואוסט עפעס בעסער ווי ווארפן שטעינער און שרייען און שעלטן. (פארברענען גארביטש קאנטעינערס און צוברעכן טרעפיק לייטס, ווי די היינטיגע סיקריקים טוען איז נאך דאמאלס נישט געווען געווען אין סטייל.). עד כדי כך אז מ'האט איהם גערופן דער קמב"ץ (קצין מבצעים) פון מאה שערים. על פיו ישברו ועל פיו יחנו. אבער היות ער איז א מענטש מיט א ברייטן פארשטאנד. און ער האט אייביג זיך אינטרעסירט צו וויסן וואס ס'טוט זיך אינדרויסן פונ'ם שמאלן ענגן באקס, האט ער זיך צו געלערנט און אויסגעפונען אז ס'זענען דא נארמאלע מענטשן אויף די וועלט אויך. און ער איז געווארן זייער א נארמאלער מענטש. און ר'האטציך אפגעלאזט פון די אלע שטותים והבלים. ער איז היינט צו טאג זייער א וויכטיגער מענטש אין די סאסייעטי אין ארץ ישראל. ער האט געגרינדעט די חשוב'ע און הייליגע ארגאניזאציע, זק"א. (זיהוי קרבנות אסון, רח"ל.) ער פארט אין די גאנצע וועלט וואו ס'געשעהט אן אומגליק מיט אידישע קרבנות, ל"ע קומט ער און זיינע שלוחים אן. און זיי העלפן. סיי ביקרא דחיי און סיי ביקרא דשכבי...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9868
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10836 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6131 מאל

Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 7:03 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:

ר' בערל יא פיין אראפגעלייגט, כ'געדענק נאך משיזהב פון אמאליגע צייטן.
כ'האב גראדע זייער הנאה געהאט ווען מ'האט עם מכבד געווען מיטן צינדן א פאקל ביי די טקס הדלקת המשואות אין ה' אייר
דער גאלדענער אדלער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 209
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 1115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי

הודעהדורך טרויבן88 » מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 7:46 pm

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:שכוח @טרויבן פארן ארטיקל, כ'האב עס ארום געזוכט און נישט געקענט טרעפן.
למעשה קוקט אויס פונעם ארטיקל ווי ער גייט נאר צו די הפגנות שבת. וועגן די עדה החרדית, קוקט ער שוין אויס מער פארעוועדיג, שוין מער נישט אזוי עקסטרעם, קען נאך זיין אז ער וועט נאכגיין יודא משיזהב, הלוואי

איך האב געהערט אסאך מענטשן מאכן דעם חשבון, וואס ווער ספארשטייט די יסודות'דיגע חילוק פון נטורי קרתא און סאטמאר ווייסט אז עס פאנגט זיך בכלל נישט אן, אין סאטמאר האט מען נישט געהאלטן פון די מדינה אבער איז קיינמאל נישט געווען אין א מצב פון האלטן אז די מדינה דארף ווערן אויפגעלעזט, ווידעראום לויט נטורי קרתא איז זייער שיטה געווען און בפשטות נאך אלץ אז די מדינה דארף ווערן אויסגעלעזט און די אראבער זאל עס איבערנעמען, און יואליש קרויס איז פון נטורי קרתא זאגט ער די טעארעטישע שיטה אז אויב די נעמסט געלט פון מדינה דארפסטו גיין אין מיליטער, ווייל לשיטתו טאר מען ביידע נישט, ער האט אויך נישט קיין פאספארט פון מדינת ישראל אויכעט וויבאלד ער אנערקענט נישט אין די מדינה, דעריבער האט זיין ווייב עם נישט געקענט באזוכן אין טורמע בשעת ווען ער איז דארט געווען, און געווען אין טורמע איז ער אויך וויבאלד ער האט נישט ארויסגענומען א פערמיט צי אפערירן א שחיטה און ער האט נישט באצאלט דיין טעקס וויבאלד סאיז דאך נישט דא קיין מדינה,
ממילא זענען איך נישט ווי די מדובר פאנגט זיך אן
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

הודעהדורך diff » מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 9:04 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך diff אום מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 9:05 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 242 מאל

הודעהדורך diff » מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 9:04 pm

נ"ק וואלטען קיינמאל נישט געזאגט אזוי. בפרט צום פרייע.

#הציץ ונפגע
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 242 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 11:15 pm

טרויבן 88: איך וויל נאר א ביסל מרחיב את הדיבור זיין אין דיינע ווערטער. לויט דעם אינטערוויו וואס יואל'יש קרויס האט געגעבן האט ער געזאגט זייער פשוט'ע און שכל'דיגע ווערטער. ער האט געזאגט אויף זיך..."איך, וואס איך נעם נישט קיין פרוטה פון די מדינה. און כ'האב נישט קיין שום שייכות צו איהר רעגירונג. איך קען רעדן אקעיגן גיוס. משא"כ הרב אויערבאך וסייעתו. הפלג הירושלמי, ווי זיי רופן זיך. זיי נעמן כל'ערליי געלטער פון די מדינה.געלט פאר די ישיבות. נאכדעים נעמען זיי קינדער געלט פון ביטוח לאומי. אויך זענען זיי נהנה פון די אפיציעלע קופת חולים. זיי דארפן גיין אין מיליטער. אנישט זענען זיי היפאקריטן און פאלשע ברואים. אט דאס וואס זיי זענען טאקע. איז לאמיר נישט פארדרייען זיינע ווערטער. ער האט קלאר ארויסגעזאגט וואס ער האלט. לשיטתו טארן זיי נישט נעמען געלט פון די מדינה. נאר זיי קענען נישט נעמען געלט פון די מדינה. און זיך מאכן פרום און קנאות'דיג פון די צווייטע זייט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9868
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10836 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6131 מאל

הודעהדורך diff » זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:24 am

.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 242 מאל

Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 13, 2017 8:20 am

קודם כל, די א.ג. קנאים זענען אויך היפאקריטס. א מדינה איז נישט נאר קינדער געלט. זיי געניסען פון די פאליציי מיט די מיליטער, די גאסען און די ענווייראמענט, די שמירה אז די עסען איז נישט פארגיפטעט און די הייזער קענען ביישטיין א קליין ווינט. יואליש קרויס, און דער תולדות אהרן רבי און משה הירש ע"ה האבען אלע גענוצט דער מדינה און נהנה געווען פון איהר (שלחן איזבל, טאמער דו ווילסט).

דאס וואוינען אין א.י. און נישט האבען דער ׳מידנעסטע שייכות׳ איז א בלאף און א שקר.

און הרב אויערבאך, על אף זיין היינטיגע מהלך געפעלט מיר נישט, איז גארנישט אנדערש ווי פריערדיגע גדולים אין דער הינזיכט. מ׳האט אלץ באקעמפט די מדינה אין פארשידענע וועגען און אויך גענומען געלט. פונקט היינט שלאגט ער זיך אויף אן אנדערען אופן ווי פריער, אבער די שיטה האט זיך נישט גע׳ענדערט. פארקערט, הרב שטיינמן זאגט אלץ אז די וואס פיהרען זיך אומ׳אחריות׳דיג אין די עניינים איז ווייל זיי פארשטייען נישט די רשעת הציונים אזוי גוט ווי איהם. דאס נעמען געלט איז א חשבון פון שטייערען, נישט צושטימונג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5669
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5382 מאל

הודעהדורך ריכטיג » זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:08 pm

אינטערעסאנט ווי ר' עמרם בלויא האט דאס אויך פארשטאנען, אינעם בוך "משנתו של ר' עמרם" - אפגעדרוקטע (געדרוקט דורך חתן דינן יואליש קרויס) רעקארדירטע אינטערוויוס מיט איהם - ברענגט ער א פאר מאל ארויס די נקודה, אז למעשה איז נטורי קרתא אויך היפאקריטיש.
איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1845
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1374 מאל

Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:10 pm

ריכטיג האט געשריבן:אינטערעסאנט ווי ר' עמרם בלויא האט דאס אויך פארשטאנען, אינעם בוך "משנתו של ר' עמרם" - אפגעדרוקטע (געדרוקט דורך חתן דינן יואליש קרויס) רעקארדירטע אינטערוויוס מיט איהם - ברענגט ער א פאר מאל ארויס די נקודה, אז למעשה איז נטורי קרתא אויך היפאקריטיש.
און דאב אינקלוד עם אליין אויך
דער גאלדענער אדלער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 209
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 1115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:00 am

און דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט עס אויך פארשטאנען. אזוי ווי ער האט אמאל געזאגט פאר ר' עמרם בלוי (בדרך צחות) אז ער וועט איהם אויפווייזן אז ער (ר' עמרם בלוי) איז דער גרעסטער ציוני. האט ער אנגעשטעלט א פאר אויגן און געזאגט. סאטמאר'ע רבי. איך ווארף מיך דאך אראפ אין פראנט די טראקטארס...! האט איהם די סאטמאר'רע רבי געענטפערט. טאקע פון דארט איז א ראיה...פארוואס ווארפסטו דיך אראפ פאר'ן טראקטאר. ווייל דו האלטסט אז ער וועט זיך אפשטעללן. הייסט אז דו האלטסט אז דער טראקטאר דרייווער איז א גוטער מענטש און נישט קיין רוצח...ביסטו א גרויסער ציוני...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 4:56 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9868
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10836 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6131 מאל

Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 3:24 am

דער מימרא איז פון בריסקער רב זי"ע וואס פלעגט איהם באזידלען ביי זיין מעריב מוצ"ש. ער האט מצד אחד געשעצט זיין תמימות׳דיגע גאנג פון מסירות נפש ומצד שני נישט געהאלטען פון זיין תמימות׳דיגע גאנג פון מסירות נפש.

אבער די ׳הוגי דעות׳ אויף אראפ צו קוקען אויף יענעם אנשטאט׳ס באקוקען די אייגענע ציצית קומען בכלל נישט אויפ׳ן טיש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5669
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5382 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:30 am

ליטוואק: א יעדער חסיד לייגט עס אן אויף זיין רבי'ן. פונקט אזוי ווי א מופת. וואס איך האב געהערט 3 חסידים פון פארשידענע אנדערע רבי'ס. לייגט עס א יעדער אן אויף זיין רבי'ן...! נאר , קלו וקלו דברי אלוקים חיים...ס'האט געקענט געשעהן בייי ביידע רעבעס...סיי דער מהרי"ז מ'בריסק און סיי סאטמאר'רע רב האבן געהאט די כלים צו זאגן אזא טעירעה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9868
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10836 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6131 מאל

Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי

הודעהדורך יהושע חיים » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 8:54 am

בריסקע רב האט מקבל געווען פון זיין טאטע אז ציונים זענען רוצחים און דאס איז ביי עהם געווען תורת משה

וועגן דעם איז צו קיין הפגנה קיינמאל נישט געגאנגען חוץ גיוס בנות ווייל דאס איז טאקע יהרג ואל יעבור

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 864
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 459 מאל

הודעהדורך diff » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 4:33 am

KKK March

Neo Tzitzis Rally
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 242 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 6 געסט