דער קאנגרעסיאנאלער פארהער פון ר' מרדכי אלי' צוקערבערג, זז"ג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

דער קאנגרעסיאנאלער פארהער פון ר' מרדכי אלי' צוקערבערג, זז"ג

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אפריל 15, 2018 12:26 am

די פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען דער קאנגרעסיאנאלער פארהער איבער די מעשים טובים און פעולות פון דעם באקאנטן אידישן ביליאנער ר' מרדכי אלי' צוקערבערג הי"ו.

אין די פאליטישע וועלט האטציך געטון אן ערנסטע סומאטוכע איבער דעם פאקט אז ר' מרדכי אליהו'ס פירמע: "פעיסבוק"... האט פארקויפט די פריוואטע, און צומאל סקאנדאליעזע, אינפארמאציע פון די מעמבערס וועלכע טוען קארעספאנדירן אויף זיין וועב זייטל, אן זייער וויסן אדער רשות. אנגעבליך פאר א רוסישע קאמפיוטער פירמע וועלכע טוען אין העקינג און אנדערע מעשים טובים. איינס פון זייערע אקטיוויטעטן איז נעמען די פריוואטע און אינטימליכע אינפארמאציע פון די (קלוגע) מענטשן וועלכע קארעספאנדירן דארט און דאס אנאליזירן, און ארויסציען פון דעם אלערליי מסקנות. וואס ס'איז נוגע לעניננו איז אז אט די רוסישע פירמע האט גענומען די פריוואטע אינפארמאציע פון די מענטשן און דאס אנאליזירט ווער פון זיי ס'וועט מסתמא וואוטן פאר פרעזידענט דאנאלד טראמפ, און מ'האט זיי אנגעהויבן באמאבארדירן מיט אלערליי (אומגעבעטענע) פראפאגאנדע. אבער ווען מ'הייבט אן קראצן קומט ארויס אלערליי אנדערע אומגעוואונטשע זאכן. שטעלט זיך ארויס אז דער בעה"ב פן פעיסבוק האט פרעזידירט איבער די אקציעס פון העקן און דעיטא מיינינג פון איבער 78 מיליאן מענטשן. נישט נאר פאר די געברויכן פון די רוסישע אנאליטיקא פירמע, נאר אויך פאר אנדערע, קאמערציעלע צוועקן.

דאס האט שוין ערוועקט דעם געשפרעך פון די מידיא, און פון דארט איז עס אנגעקומען צו די אויערן פון די פיהרערס פון קאנגרעס. זיי זענען געווארן אויפגעברויזט אויף אזא חוצפה פון א יונגערמאן, וועלכער שארט נאך ביליאנען אין די זייט. וחמתם בערה בהם.

האבן זיי פאררופן א קאנגרעסיאנאלן פארהער. ערשטנס איבער די חוצפה פון אינוואדירן די מענטשן'ס רעכטן צו פרייוועסי. והשנית, אויב ס'איז דא א יונגערמאן א ראצער וואס מאכט אזויפיהל געלט (בליעה"ר) וואו איז דער שותף. די רעגירונג. לאמיר בודק זיין צו ער צאלט גענוג טעקס.

ויהי היום, און מ'האט ארויסגעשיקט א קאנגרעסיאנעלע סובפינא פאר ר' מרדכי אליהו'ן, וואו מ'לאדנט איהם איין צו קומען זיך אדורכשמועסן מעניני דיומא. ער האט דאך ב"ה גענוג און נאך עצה געבערס. האט ער זיך שואל עצה געווען כדת מה לעשות. א 32 יעריגער יונגערמאן און ר'האט שוין אונטער זיך א געשאצטע סומע פון 62.5 ביליאן דאללער, קע"ה, גייט זיך שטעללן צו א פארהער פאר די געשליפענסטע און געריבנסטע פאליטישנס פון אמעריקע. ער האט אביסל געציטערט, האבן איהם זיינע יועצים גע'עצה'ט ווי פאלגענד: ס'איז דא א פסוק (איך קען מיך עס נאר יעצט נישט דערמאנען) אז פאר א פריץ א הערשער זאלל מען זיך נישט באשיינען. אשר על כן האבן זיינע יועצים געזאגט צו איהם לאמר, אזוי צו זאגן. אויב דו וועסט ערשיינען פאר זיי מיט א טייערן סוט פון $5,000 דאלער, למשל, און א זיידענע נעקטיי, וועסטו אנצינדן זייער כעס און קנאה. ס'הייסט א ראצער און ער גייט נאך אזוי שיין אנגעטון און ער לאכט פון די וועלט. דעריבער זאלסטו דיר אנטון אן אלט אויסגעצויגן רעקל וואס דו האסט נאך געטראגן אין ישיבה. און א נעקטיי וואס דו האסט געבארגט פון א לעיקוואודער כולל יונגערמאן. און דו זאלסט אנשטעלן א פנים פון א תם. אן אומשולדיג יונגל וואס ווייסט נעבעך נישט וואס מ'וויל פון איהם...

זיין טריק האט טיילווייז געארבעט. איין סענאטאר. נעבעך אן אלטער , פארצייטישער מענטש האט נישט אנגעהויבן צו וויסן וואס פעיסבוק איז. און ר'האט געזאגט אז ער קען בכלל נישט פארשטיין וויאזוי ר' מרדכי אליהו מאכט אפילו געלט פון זיין אונטערנעמונג. ער האט שטארק רחמנות געהאט אויף איהם. ר'האט איהם שוין געוואלט ארויפלייגן אויף די ליסט פון די תומכי שבת פעקלעך. אבער די אנדערע סענאטארן און קאנגרעסלייט זענען נישט נתפעל געווארן פון זיין תמימות'דיגן פנים. איין סענאטאר האט איהם געפרעגט אויב ער וויל דא פארציילן ברבים אין וועלכען האטעל ער איז איינגעשטאנען. און אנדערע פערזענליכע פרטים. האט ער זעלבספארשטענדליך געענטפערט אז ניין... אט דאס האט דער כיטרער קאנגרעסמאן געוואלט. נו, איז דאך די קשיא פארוואס האט ער עס געטון צו 78 מיליאן מענטשן. נאר כדי צו מאכן א פאר דאללער...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום זונטאג אפריל 15, 2018 10:57 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אפריל 15, 2018 1:10 am

נאך א שטיקל הוספה איבער דעם חשוב'ן יונגערמאן ר' מרדכי אלי' צוקערבערג, המכונה מארק זאקערבערג. איהם האטציך געדאכט אז ער האט נישט דערהערט דעם כרוז פון דעם מלאך וועלכער איז ממונה אויף אויסצורופן אין די ארבעים יום, ביים אידישן פאלק. ס'זעהט אויס אז ער האט נישט געקענט טרעפן זיין זיווג הגון ביי די אייניקלעך פון אברהם יצחק ויעקב. דער מלאך האט ביי זיין אידענע (גוי'טע) אויסגערופן אין טשיינע אז איהר חתן וועט זיין אין אמעריקע. אן אייניקל פון גאליציאנער אידן...!

איין זאך יא. מיט וואס אונז קענען מיר זיך טרייסטן. אז כאטש ר' מרדכי אליהו'ס ווייב איז נישט פון אידישן אפשטאם, האט זי אבער א געפיהל פאר אידישקייט. די קאפל האבן היי יאר געבאקן צוזאמען המן טאשן פאר פורים. און אויף פסח האבן זיי זיכער אויך געהאט עקסטערע דישעס. און זיי האבן נישט געבראקט ביז אחרון של פסח. איין זאך האט ר' מרדכי אליהו יא פארדינט. ער האט נישט געדארפט מאכן קיין עירוב תבשילין דאס יאר. ווייל זיין ווייב האט געמעגט געהעריג קאכן. און זי האט געקענט צוגרייטן די קניידלעך אום אחרון של פסח. בו ביום...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג אפריל 15, 2018 1:25 am

יעצט לאמיר זעהן אויב דער אויפריכטיגע, קליגער, ליבעראלע, וואוילטעטיגע, גוט הארציגע, אינגע, קאנדידאט וועט נאך קענען אנציען א סוקסעספול פרעזידענטליכע קאמפיין אין 2020 נאך וואס ס'האט זיך שטארק ארויסגעוויזן זיין עטישע/מאראלישע זייט, וואס ווייזט וויאזוי ער באגייט זיך מיט מענטשהייט פאר א דאלער...............
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1510
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1443 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 786 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אפריל 15, 2018 3:27 am

קורקלענד: ביי די היינטיגע (יונגע) משוגע'נע דזשענערעישן קענסטו קיינמאל נישט וויסן. דו זעסט דאך אז דער אלטער סענאטאר אררין העטש האט אפילו נישט געהאט קיין מושג וואס פעיסבוק איז. און וויאזוי מ'קען מאכן געלט פון אט די נארישקייטן. ער איז אויפגעוואקסן ביי די דיפרעסיע און 2'טע וועלט מלחמה. און מ'האט דאמאלס געלעבט אן אנדער סארט לעבן...! יונגע מענטשן זענען דאן נישט ארומגעגאנגען פארציילן וואספארא סטעיק זיי האב נעכטן ביינאכט געגעסן פאר סאפפער. און וואספארא קאליר פינקע שפיציגע שיך זיי האבן איינגעקויפט...! בלשון המעטה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אפריל 15, 2018 10:50 am

איך האב יעצט געזעהן א קליפ פון מארק זאקערבערג ווען ער איז נאך געווען א קאלעדזש סטודענט. ער האט שוין דאמאלס אנגעהויבן ארומ-צו רודערן מיט א וועבסייט וואס האט געהעקט פיקטשערס פון אלע סטודענס און זיי אראפגעלייגט מיט א חוזק'דיגע פאזיציע. און ער איז באשטראפט געווארן דערפאר דורך די יוניווערסיטי. אויך האט ער געהאט עטליכע חברים, שותפים צו זיינע ווענטשורס. און ער האט זיי אלע אויסגעשפיעלט און אויסגעשווינדלט. אזוי אז ער איז געבליבן דער איינציגער בעה"ב פון פעיסבוק...!

אזוי, אז ער איז גארנישט אזא תמימות'דיג יונגל ווי ער וויל פארקויפן פאר די וועלט. ער האט גאנץ גוט געוואוסט וואס ער טוט. און וואס מ'טוט אין זיין נאמען. נאר ער האט געשוויגן. און געשארט די ביליאנען דאללערס. ווען מ'כאפט איהם נישט יעצט וואלט ער אנגעגאנגען מיט זיינע קרימינאלע שטיק. אבער אז מ'האט איהם געכאפט שפיעלט ער די ראלע פון א תמימות'דיגן יונגערמאן. און ער האט צוגעזאגט אז ער וועט תשובה טון. איינס פון די זאכן וואס ער גייט טון איז, אז ער וועט שיקן הודעות פאר די אלע מענטשן? (קעלבלעך) וועמענ'ס אינפארמאציע איז געניצט געווארן שלא ברשות. אז זיי זאללן כאטש וויסן אז מ'האט זיי רעקארדירט מיט אלע שטותים וואס זיי האבן צוזאמ-געפלאפלט דארט...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום זונטאג אפריל 15, 2018 9:34 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » זונטאג אפריל 15, 2018 9:26 pm

דער קליינער אידישער ליבעראל (וואס טוט זיך אלץ אן ווי א יונגל פון 12 יאר אלט) דרייט די וועלט מיט זיינע פינגערס. עס איז געוואלדיג אז מ'ציט אביסל אויס דעם שטריקל איבער זיין האלדז. דער מענטש מאניפילירט די גאנצע סאשעל מידיא כאוות נפשו הטוב.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1518
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1767 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אפריל 15, 2018 9:42 pm

און ער לייגט נאך א פאר ביליאן דאללער אין די קעשענע...! עד שינוסו הצללים...ביז די רעגירונג וועט זיך אויפוועקן און זיך פארלייגן אויף איהם. זיי האבן גענוג וועגן דאס צו טון...!

זיין עלטערער קאלעגע בילל געיטס האט אויכעט אנגעהויבן אויף אן ענליכן דרך יונגערהייט. אבער ער האט שוין געטון תשובת המשקל. אויף פארשידענע וועגן. ווען ער האט שוין געהאלטן ביי דערטרענקען די עפל קאמפעני.. וואס סטיוו דזשאבס איז געווען זיינ'ס א חבר אין קאלעדזש. און די רעגירונג האטציך שוין אנגעהויבן פארלייגן אויף איהם, האט ער געאפפערט אן אינטערעסט פריי לאון פון 200 מיליאן דאללער פאר עפל. אויך האט ער אנגעהויבן צו טיילן גרויסע סכומים פון זיין געלט פאר צדקה צוועקן. און ער וועט נישט איבערלאזן פאר זיינע קינדער גארנישט פון זיין גרויס עשירות. אויסער א נישטיגן סכום פון 20 מיליאן דאללער. אז זיי זאללן כאטש האבן פון וואס שבת צו מאכן. און נישט דארפן אנקומען צו סעקשן 8...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג אפריל 15, 2018 10:18 pm

ביסט צומישט, סטיוו דזשאבס איז געווען דער שייגעץ, נישט ביל געיטס.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1180
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 642 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אפריל 15, 2018 11:39 pm

אישתישבי: איך וועיס נישט ווער ס'איז צומישט. (איך בין טאקע צומישט). אבער דער פאקט איז (ס'קען זיין דיך האט מען נאך געפעמפערט אין יענע צייט.) אז ווען די דעסק-טאפ קאמפיוטערס זענען ארויסגעקומען. אויבצו וואר אז עפל איז געווען די ערשטע קאמפאני דאס ארויסצוברענגען אויפ'ן מארקעט. אבער איי.בי.עם. וועלכע האבן גענוצט בילל געיטס' ווינדאוס פראגראמס זענען ארויסגעקומען אן טאפ. און די עפל קאמפעני האט זיך געראנגלט מיט איהר פינאנציעלע עקזיסטענץ. עד שבא אנקל סעם. ביז דער וואוילער פעטער שמואל איז געקומען. און ר'האט פרובירט צו מאכן ארדענונג. און זיי האבן געוואלט אנקלאגן ביל געיטס און מייקראסאפט אויף אנטי טראסט געזעצן. און ס'האט טאקע אויסגעזעהן אז די עפל פירמע וועט ח"ו אונטערגיין. איז בילל געיטס שנעל געקומען ווי דער מלאך המושיע. און ר'האט זיי געגעבן דעם אפפער. וואס נאכדעים האבן זיי זיך בחסדי השי"ת דערכאפט פינאנציעל. און דו געדענקסט נאר די תקופה פון ווען זיי האבן ארויסגעברענגט די איי. פאונס. וואס דאס האט זיי געגעבן די שטארקסטע שטופ צו פינאנציעלע הצלחה...! יעצט זאג מיר ווער ס'איז צומישט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג אפריל 16, 2018 8:56 am

כ'דענק אסאך מער ווי די מיינסט, און מיט'ן אויבערשטער הילף װעל איך זוכה זיין צו דיינע פעמפערס!!!!!!


זאגסט אפאר נארישע משלים, ליין דו בוך פין סטיוו דזשאבס, קענסט עס הערען אויך טעיפס בשעת די דרייווסט, ער איז געוועהן א רשע מרושע, סיי אין די משפחה לעבען, סיי אין ביזנעס.

דערמאנסט אז מספט האט אויסגעלייזט מאקינטאש, טאמער עפעס ווייזט עס פארקערט.

אבער דער עיקר חילוק, און דער חילוק גייט אהן עד היום הזה, אז עפעל פארשטייט וואס ער וויל, און יעדער דארף זיך צושטעלן צו וואס ער פארשטייט איז גוט, מספט וכן גוגל, מאכען עפעס וואס יעדער קען זיך בוחר זיין וואס איז גוט.

און דאס איז געוועהן דער חילוק אין פערסאנאלע לעבען פין סטיוו דזשאבס און יבל"ח בילל געיטס, ווי סטיוו האט געצווינגען יעדער צו זיין גוטסקייט, און בילל איז דער נארמאלער פארשטענדליכער.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1180
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 642 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אפריל 16, 2018 9:47 am

תשבי: איר האט געלייענט א אנדערט האלבן ביכל אויף סטיוו זשאבס, איצט לייען א אנדערט האלבן ביכל אויף ביל געיטס, וועסטו געוואויר ווערן אז ס'זענען ביידע אייניג רעספעקטיוולי.

בד''וו ביל געיטס האט אסאך ארויסגעהאלפן אונזער מרדכי אליהו, בגוף ובממון, ער האט געהאט א גרויסע חלק אין זיין ארבעט. ז'זענען אייניג.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1510
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1443 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 786 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 16, 2018 12:53 pm

קןרקלענד: ייש"כ. זיכער. קיינער זאגט נישט אז סטיוו דזשאבס איז געווען אן איידעלער יונגערמאן וואס איז נארוואס ארויס פון כולל. און ר'איז געווען א גרויסער בעל מידות. אבער דער פאקט איז אז בילל געיטס האט בראשית דרכו זיך פונקטליך אזוי אויפגעפיהרט ווי מארק זאקערבערג. ער האט אין אנהויב זיך צו גענומען פארשידענע שותפים/חברים. און ער האט זיי אלע אויסגעשפיעלט. און איבערגעקליגט. און דאס איז אויך א פאקט אז די פעדעראלע רעגירונג האטציך געוואלט נעמען צו זיינע ביינער בשעתו. ווייל ס'זענען געווען עטליכע סאפטוועיר קאמפאניס, אזוי ווי נעט-סקעיפ און אנדערע. און מייקראסאפט האט זיי אלע איינגעשלינגען.און עפל/מעק איז דאמאלס זייער שוואך געשטאנען פינאניציעל. עד שבא בילל געיטס. און ר'האט געאפפערט פאר עפל קארפ. אן אינטערעסט פריי לאון פון 200 מיליאן דאללער...!
שפעטער האבן זיי זיך א ביסל דערכאפט. ווייל דער עולם האט אנגעהויבן מער צו קויפן זייערע דעסקטאפס...! אבער דעם עיקר עקאנאמישן שטופ פאראויס האבן זיי באקומען ווען זיי זענען ארויסגעקומען מיט די איי פאונס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אפריל 16, 2018 2:30 pm

ביל געיטס אזויווי סטיוו זשאבס איז א נידעריקער פארשוין. ס'שווער צו אנאליזירן ווער ס'איז אין לעבן אויסגעשטיגן און דערגרייכט א גרעסערע מדריגה אין רשעות ואכזריות, אבער איין זאך איז זיכער אז זיי זענען ביידע זיך ווערט גוט געלט (תרתי משמע). איין חילוק איז אז סטיוו זשאבס האט זיך געהאלטן מער אויפריכטיג מיט דעם וואס ער האט כמעט נישט געפראוועט 'נייס גיי', זיין בליק אויף די וועלט איז געווען יעדער איז נידעריק און ער איז נישט אנדערש, ער האט נישט געשפילט די צדקה שפיל, און כלערליי אנדערע גביר מארקעטינג טעכניקן. מערערע זענען איהם דן אזויווי תשבי, איך אבער געבן איהם אביסל קרעדיט פאר זיין אויפריכטיגקייט אין דעם פרט.

ביל געיטס האט זיך אויפגעפירט מיט רשעות ואכזריות, ס'איז א לאנגע מעשה ס'דא אויף דעם מערערע ביכער, דאקומענטעריס און פילמען. ער האט קיינמאל נישט איבערגעבעטן אדער אפען חרטה געהאט אויף זיינע מעשים. קיינמאל זיך נישט אויסגעדריקט קיין שום חרטה געפילן אד''ג. שפעטער נאך וואס ער איז שטארק נתעשר געווארן, איז ער געגאנגען קויפן מיט זיין געלט די 'גוטע גוי' טיטל, ביי אונז אידן קען מען עס צומאל גרייכן בחינם, דורך ששק'ן ביי קדיש וחזרת הש''ץ. אבער אויפן גוי'אישע וועלט גייט עס פאר גוט געלט. בּיל האט אנגעהויבן טיילן צדקות אין אפריקע, געבן 'טעד טאלקס', און אסאך זענען טאקע געפאלן פאר זיינע שטיק.

אויף דעם ארויף האב איך געוואלט דערמאנען אז אפי' לאנג נאך וואס ביל האט זיך כלומרשט אויסגעמענטשלט, און כלומרשט וואלט ער שוין היינט נישט געטוהן אזעלכע מעשים, האט ער נאך אלס איבערגעשפילט די זעלבע מעשה מיט אונזער באקאנטער מרדכי אליהו, ער האט ביי איהם אינוועסטירט שווערע געלטער, ער האט איינגעקויפט א גרויסע שותפות אין פעיסבוק. און צוזאמען האבן זיי געארבעט אויף א סטראטעגיע פטור צו ווערן פון די אמת'ע אויפקומער און ארבייטער אין פעיסבוק.

בנוגע די דיעל וואו בּיל געיטס האט ארויסגעהאלפען עפל מיט צוויי הונדערט מיליאן. דא האט ער נישט געמיינט קיין שום גוטס, ער האט געמיינט זיך זעלבסט. ער האט עס נישט געטוהן פון סיי וועלכע רחמנות. ער איז דעמאלסט אויסגעשטאנען אז די רעגירונג זאל צוברעכן זיין גאנצע מייקראסאפט אויף פיצלעך, א זאך וואס צום באדויערן האט עס נישט פאסירט. און דאן וואלט ער פארלוירן קאנטראל אויף רוב פון זיינע נכסים. איז עס איהם דעריבער סך גרינגער און סך ביליגער געווען צו אינוועסטירן אין עפל מיט נאן וואוטינג שעירס, אזוי אז ער זאל קענען ווייַזן אז ס'עקזיסטירט יא א קאמפעטישן. וואס ער האט נישט פאראויגעשאצט, איז אז עפל וועט מאכן א פולקאמע שלא כדרך הטבע'דיגע קאמבעק. אבער אפי' הכי שטייט ער נאכאלץ בעסער ווי ווען מ'וואלט איהם ווען צובראכן דאן.

בנוגע נעטסקעיפּ. ער האט זיי נישט איינגעשלינגן, א בעסערע לשון איז אז ער האט זיי פארברענט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1510
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1443 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 786 מאל

Re: דער קאנגרעסיאנאלער פארהער פון ר' מרדכי אלי' צוקערבערג, ז

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 16, 2018 3:49 pm

פערזענליך אדער ביזנעס ווייס איך נישט. דער ביח געיטס האט א גאר שוואכער פראדוקט, און זיין סיסטעם איז אנשטאט׳ס מאכען די בעסטע פראגראם אין מארק, טוט ער פארשידענע טעטען אפצושטעלען א צווייטענ׳ס פאררעכטען די פראבלעם. זיין פארשאלטענע פראגראם׳ס מאכען פראבלעמען ווי אימער. קומט ארויס ר נייער, און די אלטע פראבלעמען זענען נישט פארראכטען, נייע זענען צוגעקומען, און א גאנץ נייע פנים מוז עס טראגען. איין מעלה שטופט מען אריין אז מ׳זאל נישט קענען צוריק גייען צום אלטען ווערזיע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7413
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2665 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7004 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 16, 2018 8:25 pm

די בעסטע אדער נישט. דער פאקט איז אז ער האט די מערסט פארשפרייטע סאפטוועיר פראדוקטס אויפ'ן מארקעט. נאכ'ן איינשלינגען קלענערע קאמפאניס און אויס שפילן חברים און שותפים. יעצט ווערט ער א בעל צדקה און א וואוילטעטיגער מענטש.

דאס איז א מוסר השכל. מ'זעהט אמאל אן עושר וואס שפילט א ראלע פון א שיינער איד. און ער באקומט כבוד. אבער וויאזוי איז ער צוגעקומען צו זיין עשירות. וויפיהל מענטשן האט ער באשווינדלט אויפ'ן וועג צו זיין עשירות...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט