כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך גאנצל » מיטוואך מאי 16, 2018 3:01 pm

אויך האט מהרא דארט פארציילט אז אין תשל (געהערט אז עס איז געווען חוה"מ) האט מען אויך געמאכט ענליכס צו אזא מין אסיפה נאר לחזר ולשנן תורת אמת שיטה הקדושה די פעטער ז"ל האט נישט גערעדט אבער ער האט זיך באטייליגט די טאטע ז"ל האט דארט גערעדט

די רבי האט ארויסגעדריקט איך געדענק נאך ווי דער טאטע האט מיר געזאגט וואספארא פחד ער האט געהאט צו רעדן בנוחכות פונעם פעטער
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2786
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 469 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1106 מאל

הודעהדורך יין שרף » מיטוואך מאי 16, 2018 8:27 pm

קודם כל איז הגאון המופלג רבי משה שטרנבוך שליט"א אויסדרוקליך "נישט" פוסק הדור. א ריזן ציבור פון כלל ישראל זענען סרים למשמעתו תרתי משמע..

אזוי אויך איז ער ניטמאל ראב"ד ירושלים נאר פון קהילת "העדה החרדית" (nothing in common with actual עדה חרדית..)

ווי איך האב פארשטאנען איז די כינוס געווידמעט צו איבער'חזר'ען אדער אויסלענען (פאר דער וואס האט קיינמאל געוואוסט..) די שיטה פון מרן הגה"ק מ'סאקמאר זצ"ל בענייני ציונות. און פונקט נעמט מען די ראב"ד שליט"א וואס איז קיין חסיד פון אים נישט. קיין תלמיד נישט. די זעלבע השקפה קיינמאל געהאט. ער האט געטוישט די ווערטער אין די הקדמה לצורך פרנסה...

וואס איז די פאונט פארן אים אהער רופן? צו איינעם שטעכן? צו פראווען די פאונט פון ר' אהרן אז ווער עס האלט אז עס איז נישט דא קיין קברים איז נישט קיין ציוני? כ'מיין וואס איז פשט דערפון?

#אינטרעסאנט
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1722
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2202 מאל

Re: כינוס כללי סאטמאר מהר

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 16, 2018 8:51 pm

ע"ז נאמר ׳וכסיל לא יבין את זאת׳. פונקט זאת פארשטייסטו נישט? די גאנצע מעמד פעלט אויס ווי דער מיירעלע אויפ׳ן געפילטע פיש. סתם האלטען א דרשה האט ער נישט געקענט? שרייבען א ספר? שיקעןא בריוו? ארטיקלען אין צייטונג?
דאס כינוס כלל ישראל ביזנעס האט גארנישט מיט די ציל וואס עס שטייט אויפ׳ן צעטעל.

איך מיין אז ערגעץ אין תנ"ך שטייט ׳לשבר החלונות ולהגדיל הטראסק׳. טאמער איינער האט א מראה מקום, ביטע אויסשרייבען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:07 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7375
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6959 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מאי 16, 2018 9:07 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אפשר מאך איך א טעות און הרב י"ח האראוויץ איז נאר אן אייניקעל פון דער ראחובער רב פון לוגאנא? איך געדענק א מלמד אין חדר וואס איז א לוגאנא אפשטאמיגע, הרב ארלנגר, וואס פלעגט רעדען פון זיין רב מין בענקשאפט, און איך גלויב נישט אז ער האט נאך געלעבט דעמאלס, מיט מער ווי פינף און צוואנציג יאר צוריק.

ליטוואק פון בודאפעסט: איך ווייס עס נישט אלס פאקט. אבער איך מאך דעם חשבון אז דער הרב האראוויץ פון מאנטשעסטער מוז זיין אן אייניקל פונ'ם ראחוב'ער רב. ווייל ווען איך בין געווען א יונגל האטמען געשמועסט פונ'ם ראחוב'ער רב. און אז דער היינטיגער רב האט נאך א רויטע בארד מוז ער זיין אן אייניקל. לפי החשבון איז זיין טאטע אויכעט שוין בעלמא דקשוט. אויב נישט זאלל ער מאריך ימים ונשים זיין עד מאה ועשרים שנה...!

דאס איז נאר להערה בעלמא. צו די עצם עניין האט עס גארנישט. לא מעלה ולא מוריד...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11853
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7554 מאל

הודעהדורך יין שרף » מיטוואך מאי 16, 2018 9:09 pm

ביי אים אין די מיינד איז דאס א דרשה.. גייט פשוט נישט זיין גענוג פלאץ פאר אלע תלמידי רביה"ק זי"ע אשר לא ידעו את יוסף, ממילא דארף מען א סטעדיום אדער א ארמארי..

אין מציאות איז ער גערעכט. טויזענטער וואס פארופן זיך סאטמארע חסידים, האבן קיין מושג נישט וואס זייער אייגענע שיטה איז...
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1722
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2202 מאל

הודעהדורך גאנצל » מיטוואך מאי 16, 2018 9:16 pm

טשעפענען שטעכן חלילה

דער אסיפה איז דאך געווידמעט איבער צו חזר'ן די שיטה הקדושה און זיך מחזק זיין אין די שיטה אין אזעלכע שווערע צייטן ווען זייער הצלחה שיינט

רופט מען איינע פון די שענסטע רבנים און דער אקטיווסטער אין די עדה החרידית דער דגל הקנאות אין א"י שוין די לעצטע 40 יאר מפורסם מיט זיין דרשות קנאות מיט א אש קודש די לעצטע 40 יאר זאל מפאר זיין אזא מעמד און מעורר זיין לבבות ישראל

נישטא קיין פאסיגערע קאנדידאט

מ'דארף עפעס דוקא זיין א תלמיד פון רבין איבער צו חזר'ן קנאות ?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2786
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 469 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1106 מאל

הודעהדורך יין שרף » מיטוואך מאי 16, 2018 9:30 pm

ניין, אבער עט ליעסט א קנאי... בעניני ציונות וכדו'..
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1722
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2202 מאל

הודעהדורך גאנצל » מיטוואך מאי 16, 2018 11:16 pm

זיינע דרשות זענען פייערדיגע קנאותדיגע דרשות
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2786
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 469 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1106 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:23 am

גאנצל האט געשריבן:
אמת ויציב ונכון האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:קענסט זאגן וואס דו ווילסט איך ברענג נאר ארויס אייער הארץ ווייטאג קלארער

צוריק צו די נייעס איך פיל גארנישט פאר וויכטיג מער ווי שרייבן די נייעס און אלעס ארום


פילסט אבער אויך פאר וויכטיג צו מעלדן אז די שונאים גייען פלאצן......
יחי הארונישע פארריקטקייט יחי


סארי
איך האב אין ערגעץ נישט געשריבען אז די שונאים גייען פלאצן

אז דו זעיסט דאס אין איז עס דיין קטנות

פליז גיי צוריק קיין צימעס און שרייב דא נארמאל מיט דיין אנדערע ניק
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2304 מאל

הודעהדורך Gimpel » דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:29 am

בערל די ראחובער רב פין בני ברק איז די טאטע פין ראחובער. רב אין מאנטשעסטער
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:56 am

הייסט מ'רופט ר' משה שטערענבוך זאל אויסלערנען פאר סאטמארע אידן וואס די סאטמארע שיטה איז? ער האט דען עפעס מיט די סאטמערע שיטה?
דאס איז אן אלטע טעות פון די סאטמערע אז זיי מיינען זיי זענען אויף איין פעיזש מיט די ירושלימ'ע ליטווישע אנטי ציונים. איך האב נייעס פאר ענק סאטמורים: עטץ האטס סאך מער אין קאמאן מיט וויזניץ און בעלז ווי מיט די ליטווישע אנטי ציונים.
ס'געווען א שמועה אז ר' שמעי' גרינבוים גייט רעדן, דאס האב איך פארשטאנען און ס'איז באמת א גוטע אויסוואל. אבער ר' משה שטערענבוך? איינער וואס לערענט פאר אין זיין ישיבה אויף עיברית גייט לעקטורען סאטמארע וועגן ציונות?

און אז איך רעדט שוין, וויל איך מעורר זיין איבער דאס ווארט קנאות וואס ווערט אסאך גענוצט בנוגע די כינוס. "קנאות" איז נישט עפעס וואס מ'קען אויסלערנען פאר מענטשן, טאמער ביסטי א קנאי ביסטי, און טאמער נישט קען מען דיך נישט מאכן פאר א קנאי. אזוי אויך מיינט נישט קנאות צו מחמיר זיין און אננעמען אייביג די צד איסור. קנאות מיינט זיך קאכן פאר'ן אייבערשטענס וועגן און נישט ריען טאמער זעהט מען עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן על פי תורה. יגאל עמיר איז געווען א קנאי. ער האט נישט אויסגעהאלטן אז ראבין גיט שטחים פאר די אראבער, האט ער זיך איינגעשטעלט און גענומען די זאך אין די היינט אריין און אראפגערוימט ראבין'ן פון וועג.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2304 מאל

הודעהדורך Gimpel » דאנערשטאג מאי 17, 2018 1:50 am

ליטוואק וי קען שטיין אין תנ"ך די ווארט טראסק עד איז דאך אידיש
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » דאנערשטאג מאי 17, 2018 7:32 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין אז ערגעץ אין תנ"ך שטייט ׳לשבר החלונות ולהגדיל הטראסק׳. טאמער איינער האט א מראה מקום, ביטע אויסשרייבען

דאכט זיך מיר אז ס'איז ערגער'טס אין זבדיהו א' אדער נתניהו ב' אדער גאר אינעם היינטיגן נביא טראמפיהו יר"ה...
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 291
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 377 מאל

הודעהדורך גאנצל » דאנערשטאג מאי 17, 2018 7:53 am

שמעון וואלף האט געשריבן:הייסט מ'רופט ר' משה שטערענבוך זאל אויסלערנען פאר סאטמארע אידן וואס די סאטמארע שיטה איז? ער האט דען עפעס מיט די סאטמערע שיטה?
דאס איז אן אלטע טעות פון די סאטמערע אז זיי מיינען זיי זענען אויף איין פעיזש מיט די ירושלימ'ע ליטווישע אנטי ציונים. איך האב נייעס פאר ענק סאטמורים: עטץ האטס סאך מער אין קאמאן מיט וויזניץ און בעלז ווי מיט די ליטווישע אנטי ציונים.
ס'געווען א שמועה אז ר' שמעי' גרינבוים גייט רעדן, דאס האב איך פארשטאנען און ס'איז באמת א גוטע אויסוואל. אבער ר' משה שטערענבוך? איינער וואס לערענט פאר אין זיין ישיבה אויף עיברית גייט לעקטורען סאטמארע וועגן ציונות?

און אז איך רעדט שוין, וויל איך מעורר זיין איבער דאס ווארט קנאות וואס ווערט אסאך גענוצט בנוגע די כינוס. "קנאות" איז נישט עפעס וואס מ'קען אויסלערנען פאר מענטשן, טאמער ביסטי א קנאי ביסטי, און טאמער נישט קען מען דיך נישט מאכן פאר א קנאי. אזוי אויך מיינט נישט קנאות צו מחמיר זיין און אננעמען אייביג די צד איסור. קנאות מיינט זיך קאכן פאר'ן אייבערשטענס וועגן און נישט ריען טאמער זעהט מען עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן על פי תורה. יגאל עמיר איז געווען א קנאי. ער האט נישט אויסגעהאלטן אז ראבין גיט שטחים פאר די אראבער, האט ער זיך איינגעשטעלט און גענומען די זאך אין די היינט אריין און אראפגערוימט ראבין'ן פון וועג.


ער רעדט מיט די ליטווישע הבהרה דאס שרייבן עברית איז סתם אראפצורייסן

סאטמאר איז אלס געווען מער קנאותדיג ווי חברי העדה החרידית אבער מיט די שיטה קעגן ציונות זענען זיי אלעמאל געגאנגען צוזאמען אין א"י זענען זיי די פאן טרעגער פון די שיטה זיי פירן דאך עס אן דארט ווער רעדט דען אין א"י ביי אלע אסיפות ומחאות אז נישט די עדה החרידית און יעצט אז מ'מאכט אזא גרויסע אסיפה לחזור ולשנן איז דאך זייער פשוט אז מ'רופט איינע פון די ראשי מנהיגי העדה

אבי געהאקט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2786
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 469 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1106 מאל

Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:18 am

דער עדה החרדית איז פונקט אזויפיהל אין איין שיטה מיט סאטמאר אז די געלט זאל ווייטער פליסען. די ירושלימ׳ער זענען נישט געקנויטען פון די זעלבע טייג ווי די סאטמוירעם און זיי האבען נישט די זעלבע גלויבונגען. זיי זענען ׳אנגעפיקעוועט׳ מיט ציונות. זיי זוכען דער אויפבוי פון די לאנד און ארויס צו טרייבען די אראבער. אין אמעריקא קען מען אויסדרוקען מיטלייד מיט אראבער, די ירושלימ׳ער ווייסען בעסער\אנדערש.

הרב משה שטרנבוך פארטרעט, עטוואס, די בריסקער שיטה אין ציונות. דאס איז ווייט מזרח ממערב פון סאטמאר. אין בריסק, עגזיסטירט אין גאנצען נישט קיין מדינה, נישט קיין התגרות באומות, נישט קיין שלש שבועות, גארנישט. עס עגזיסטירט אן ארגאניזאציע וואס פיהרט א חינוך ווערטשאפט וואס שטימט נישט מיט תורה, דעריבער שטעלט מען זיך נישט צו, א.א.וו.. גארנישט מיט ויואל משה און גארנישט מיט גזירת גלות. זיי ׳שלאגען׳ זיך נישט מיט ציונים, פארשפרייטען נישט זייער מיינונג און זענען נישט באשעפטיגט מיט וואס ׳יענער׳ טוט צו האלט.
נישט צו ווייט פון אלע גדולי ישראל, נאר מער סימפליסטיש, נישט גוט פאר די ברייטע מאסען. אבער ווייט פון סאטמאר.

כלפי בריסק, זענען אהרוינעם פונקט ווי זאליס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7375
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6959 מאל

הודעהדורך Gimpel » דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:30 am

דפח"ח
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:38 am

יעצט אז ס'דא א רעדע אז די ראב"ד פון די עדה זאל רעדן, ווייס איך שוין קלאר אז די כינוס האט מיט'ן רבינס מלחמה קעגן ציונות גארנישט איינגעשטויסן. וואס יא ווייס איך נישט, מסתמא וועט מען גאוואר ווערן מיט די צייט.

און אז מ'רעדט שוין פון די בריסקע שיטה, האט מיר געזאגט א בריסקער אז ער האט א ראיה מוכרחת אז די רב'ס שיטה אין בחירות איז דער אמת. כ'געדענק נישט וועלכע משל ער האט גענוצט, אבער ס'געווען עפעס אזוי. די 'יושר דברי אמת' האט אמאל אפגעמאכט אז ער וויל דאווענען מנחה מיט תפילין, אבער למעשה האט ער עס נישט געטון. ווייל ער האט געזאגט אז ער האט געפילט עפעס אן עקסטערע חשק עס צו טון, אבער ביים לייגן תפילין ביי שחרית יעדן טאג ווי א נארמאלע מענטש פילט ער נישט די התלהבות, מוז זיין אז די חשק קומט פון די סטרא אחרא, און ס'נישט די רצון השם. האט ער געזאגט אז די זעלבע זאך דא, ס'קומט צו בחירות ווערט יעדער איין שטיק התלהבות מקיים צו זיין די גרויסע מצוה פון 'ועשית ככל אשר יורוך', וואס מ'זעט דאס נישט ביי קיין שום אנדערע מצוה. ווידעראום די אנדערע חברה גייען מוחה זיין מ'גיבט ארויס קונטרסים צעטלעך און מ'מאכט משוגע די מענטשהייט, וואס מ'זעהט נישט ביי קיין שום אנדערע עבירה. מוז זיין אז ביידנס התלהבות קומט נישט פון קיין גוטע מקור, און דער אמת איז ווי די רב האט געהאלטן אז ס'נישט קיין מצוה און נישט קיין עבירה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:05 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 530 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:55 am

יין שרף האט געשריבן:אין מציאות איז ער גערעכט. טויזענטער וואס פארופן זיך סאטמארע חסידים, האבן קיין מושג נישט וואס זייער אייגענע שיטה איז...

איך מיין אז ס'טאקע בעסער אז זיי ווייסן נישט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 530 מאל

הודעהדורך Gimpel » דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:01 am

די זאגסט גיט
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך יין שרף » דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:33 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:אין מציאות איז ער גערעכט. טויזענטער וואס פארופן זיך סאטמארע חסידים, האבן קיין מושג נישט וואס זייער אייגענע שיטה איז...

איך מיין אז ס'טאקע בעסער אז זיי ווייסן נישט.

פארוואס? איך בין גאווארן אינפלואינסט כלפי ארץ ישראל בכלל, און התחלתא דגאולה בפרט נאכן לערנע ויואל משה, אם הבנים שמחה ect.
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1722
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2202 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:37 am

איך אויך, אבער פאר די סאטמארע מאשין איז בעסער אזויווי ס'איז יעצט. די ר' אהרן כאפט נישט אז די כינוס וועט נאר האבן א פארקערטע עפעקט. (אדער אפשר גאר זענען די זאלוינים גערעכט, אז ער איז א באהאלטענע ציוני, און דאס איז זיין כוונה? גיי ווייס)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 530 מאל

הודעהדורך בן ישי » דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:02 pm

בלאט
בייגעלייגטע פיילס
בלאט ראבד 1.jpg
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1250
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 551 מאל

הודעהדורך בן ישי » דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:03 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
בלאט ראבד 2.jpg
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1250
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 551 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:55 pm

בן ישי האט געשריבן:בלאט

בן ישי: ס'איז זיכער בעסער און מער בכבוד'יג ווי דער ספרדי'שער שלאף רבי וועלכער האט גערעדט לשון הקודש בהברה אשכנזית ביים כינוס אין בארקלעי'ס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11853
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7554 מאל

הודעהדורך גאנצל » דאנערשטאג מאי 17, 2018 1:00 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער עדה החרדית איז פונקט אזויפיהל אין איין שיטה מיט סאטמאר אז די געלט זאל ווייטער פליסען. די ירושלימ׳ער זענען נישט געקנויטען פון די זעלבע טייג ווי די סאטמוירעם און זיי האבען נישט די זעלבע גלויבונגען. זיי זענען ׳אנגעפיקעוועט׳ מיט ציונות. זיי זוכען דער אויפבוי פון די לאנד און ארויס צו טרייבען די אראבער. אין אמעריקא קען מען אויסדרוקען מיטלייד מיט אראבער, די ירושלימ׳ער ווייסען בעסער\אנדערש.

הרב משה שטרנבוך פארטרעט, עטוואס, די בריסקער שיטה אין ציונות. דאס איז ווייט מזרח ממערב פון סאטמאר. אין בריסק, עגזיסטירט אין גאנצען נישט קיין מדינה, נישט קיין התגרות באומות, נישט קיין שלש שבועות, גארנישט. עס עגזיסטירט אן ארגאניזאציע וואס פיהרט א חינוך ווערטשאפט וואס שטימט נישט מיט תורה, דעריבער שטעלט מען זיך נישט צו, א.א.וו.. גארנישט מיט ויואל משה און גארנישט מיט גזירת גלות. זיי ׳שלאגען׳ זיך נישט מיט ציונים, פארשפרייטען נישט זייער מיינונג און זענען נישט באשעפטיגט מיט וואס ׳יענער׳ טוט צו האלט.
נישט צו ווייט פון אלע גדולי ישראל, נאר מער סימפליסטיש, נישט גוט פאר די ברייטע מאסען. אבער ווייט פון סאטמאר.

כלפי בריסק, זענען אהרוינעם פונקט ווי זאליס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


קודם כל : איך האב געהערט כמה פון זיינע דרשות די לעצטע פאר יאר און פון 20 יאר צוריק אין ארמערי עכטע סאטמארע דרשה, אבער נישט שייך צו טענהן אין דעם ווייל אוועקמאכן איז זייער גרינג און זאכן וואס זענען געבויעט אויף טעאריע און סברות איז אין לדבר סוף

אבער נניח אז ער איז פון בריסקע חדר איז וואס ? סאטמארע חסידים רעדן דאך אלס מיט אזא פייער ווי נאנט די בריסקע רב האט זיך געהאלטן מיט סאטמאר רב ובפרט אין זיין מלחמה קייגען די כופרים (דעס רופט זיך אין ענגליש עליי....)ווען מ'ברענגט ווען יעצט איינע פון די בריסקע ר"י וואלט געווען אזא פאני זאך ? אז מ'זאל דארפן בויען אזעלכע מדוקדוקע בריסקע תורות......... וואס מ'מאכט דא

די ווארט איז פשוט מ'גייט דא מאכן א כנוס לחזור ולשנן, אין אידיש גערעדט ארויף ברענגען די מלחמה קעגן רעיון הציוני און מ'גייט זיך מחזק זיין דערין אזוי ווי דער פסוק זאגט ולאחיו יאמר חזק און יעדע זאך וואס העלפט צו דעם ציל והמסתעף העלפט דעם ציל

אז מ'ברענגט אראפ איינע פון די שרי המלחמה אויפ'ן פראנט צו משמיע זיין דברים נכונים אין דעם ענין געט עס צו אסאך פאר די מעמד און פאר די וואס האלטן דאס מיט און עס וועט לאנג געדענקט ווערן לנו ולזרענו
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2786
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 469 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1106 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט