עמעזאן Monopoly

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

עמעזאן Monopoly

הודעהדורך גראף » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 8:48 am

איך האלט שוין לאנג אז עס איז צייט צו צוברעכן דער ריז אויף קלענערע קאמפאניס. קיינער טאקע פרעגט מיר נישט אבער איך האב געוואוסט אז עס מוז זיין נאך מענטשן וואס האלטן אזוי ווי מיר. ענדליך הערט מען שוין שטימעס וואס טראגן מער געוויכט פון דער גראף'ס שטימע און אפשר טאקע ווארט פרעזידענט טראמפ זאל מאריך ימים זיין אויף מער מענטשן וואס זאלן שטעלן א ווידערשטאנד קעגן דעם פיראט זשעף בעזאס.

https://nypost.com/2018/10/09/break-up- ... o-america/

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 704
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 3:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 9:13 am

לדעתי איז דאס דער עיקר סיבה פארוואס די וואשינגטאן פאסט האסט אזוי טראמפ. איטס אלל אבאוט ביזנעס. ס'איז דא א ערנסטע מלחמה צווישן טראמפ און בעזאס.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1612
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל

הודעהדורך בנימין » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 9:31 am

איך בין נישט אזוי באקאנט אין די סוגיא, אבער אויבנאויף זעט מיר אויס אז עמעזאן שטייט בעיקר אין וועג פאר די גרויסע קאמפאניס, נישט אזוי ווייט פאר קליינע ביזנעסער. פאקטיש איז עמעזאן נישט ממש נאר א ריוח פאר בעזאס, פילע פריוואטע מענטשן געניסן דערפון דורכ'ן פארקויפן זייערע פראדוקטן דארט. אין אנדערע ווערטער איז עמעזאן באמת א גרויסע הילף פאר גאר אסאך מענטשן, און קליינע ביזנעסער, וואס וואס מאכן דארט פרנסה. נאר די גרויסע ריזיגע טשעין סטארס פארלירן דערפון.
און אויף די גרויסע קאמפאניס איז דאך געווען א גרויסע וויי געשריי לכתחלה אז זיי נעמען צו די פרנסה פון די קלענערע לאקאלע סטארס, מ'האט זיי דאך געגעבן די "קליינע ביזנעס זונטאג" טאג זיי צו ווארפן א ביינדל און בארואיגן, איז געקומען עמעזאן און געמאכט א צד השוה אז ס'זאל זיין זה נהנה וזה נהנה, די פריוואטע מענטשן און די קליינע סטארס זאלן אויך קענען פארקויפן דורך זיי, און ביידע וועלן פארדינען.
באניצער אוואטאר
בנימין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 10:08 am

גיי פרעג די קליינע ביזנעסעס וואס פארקויפן אויף אמאזאן, ווייסט הערן א גאנץ אנדערע געשיכטע. זיי האבן זיך אריינגעשטעלט אלץ די גרעסטע מארקעט און פלאטפארמע אין אמעריקע פאר פראדוקטן, און איינמאל זיי האבן זיך איינגעשטעלט אלץ א מאנאפאל האבן זיי ארויסגעלייגט די אלע קליינע ביזנעסער אויפן גאס.......
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1612
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 10:09 am

בנימין האט געשריבן:פילע פריוואטע מענטשן געניסן דערפון דורכ'ן פארקויפן זייערע פראדוקטן דארט. אין אנדערע ווערטער איז עמעזאן באמת א גרויסע הילף פאר גאר אסאך מענטשן, און קליינע ביזנעסער, וואס וואס מאכן דארט פרנסה. נאר די גרויסע ריזיגע טשעין סטארס פארלירן דערפון.


https://www.google.com/search?q=amazon+ ... e&ie=UTF-8
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום מיטוואך אקטאבער 10, 2018 10:12 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1315
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 730 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 10:11 am

[
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1315
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 730 מאל

הודעהדורך ברוך בער » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 11:23 am

כ'האב רעגיסטרירט א דאמעין און אביסל געפירקלט אבער איך קלער אויב די גרויסע נעמען זיך צוזאם מיט א קריעטיוו סאציאלן קאמפיין צו מסביר זיין אז לאנגן טערמין איז עמעזאן נישט אין בעסטן אינטערעס פון קיינעם ווען לייגן דרוק אויף געזעץ געבער צו האלטן דעם מאפיאנער ביזאס אין די ראמען. כ'האב נישט קיין צייט צו טוהן סתם אויפגעסעט פאר פאן, אפשר וועט וואלמארט אינוועסטן אין מיר: http://rejectamazon.com
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 9:00 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 12:31 pm

די אמאליגע אפענע אינטערנעט איז היינט קאנטראלירט און מאנאפאלירט דורך א קארטעל פון אפאר מעגא פירמעס וואס קומען זיך זייער גוט אדורך, און ווי ס'שיינט האבן זיי שטילערהייט פארשפראכן איינער פאר די אנדערע נישט צו טרעטן אויף די אנדערע'ס פיס. גוגל האט זיך ארויסגעלאזט פון פראדוקטן, אמאזאן האט זיך נישט אריינגעלאזט אין סוירטש, און די אנדערע האבן געלאזט פעיסבוק האבן זייער חלק, און זינט דאן האבן זיי פיין גע'טייטנ'ט די שרויפן אויף אינטערנעט פרייהייט. קענסט מאכן א וועבסייט קעגן אמאזאן אבער זייט זיכער ס'וועט נישט גרייכן אין ערגעץ............ ס'נישט די זעלבע אינטערנעט פון צעהן יאהר צוריק.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1612
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 12:44 pm

איינס

צוויי

דריי

פיהר

פינעף

זעקס. דאס האט מיר פערזענליך שטארק פארדראסן.

זיבן

אכט

ניין

ועוד ועוד.........
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1612
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:07 pm

אמאזאן איז גרױס נישט נאר אין פארקויפן. טאמער מען צוטיילט זיי, רעדט מען פין אנטיילען די פארקויפן זאכן אויף די מארקעט צו איין ביזנעס, די ווידעאס איינס, די וועב האסטונג נאך איינס וכו'. די צײטונג נאך איינס. דאס אז זיי לאזן קליינע מענטשן מאכן אפאר דאלאר האט גארנישט מיט דער פאקט אז זיי זענען צו גרויס אין צופיל מארקעטס.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1270
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 2:31 pm

קורקלענד האט געשריבן:קענסט מאכן א וועבסייט קעגן אמאזאן אבער זייט זיכער ס'וועט נישט גרייכן אין ערגעץ

?what about walmart
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1315
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 730 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 3:17 pm

די ציבור קען זיך נישט פארלאזן אויף די פארנאכלעסיקייט פון איין פירמע אז ס'זאל סערווירן אלס א איינגערעדטע לעזונג פאר א ערנסטע פראבלעם. ס'איז פיהל וויכטיקער אז מערערע זאל האבן אייניגע אפערטוניטי. קען זיין אז וואל-מארט וועט עווענטועל לייגן אמאזאן אין פלאץ, אבער אדערוויילע טוהן זיי זייער א שוואכע ארבעט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1612
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל

Re: עמעזאן Monopoly

הודעהדורך החוקר » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 8:47 pm

ר' @ברוך בער, מאכט זיכער אז דו קענסט נישט זיין אויף צרות אויב דו קומסט ארויף אויף עמעזאן'ס ראדאר.
https://sellercentral.amazon.com/gp/hel ... /200573210?
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 675
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 340 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 533 מאל

הודעהדורך ברוך בער » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 10:25 am

החוקר האט געשריבן:ר' @ברוך בער, מאכט זיכער אז דו קענסט נישט זיין אויף צרות אויב דו קומסט ארויף אויף עמעזאן'ס ראדאר.
https://sellercentral.amazon.com/gp/hel ... /200573210?


נע ברינג איט אן. וואלט געברענגט פאבליסטי פאר א גארנישט. זעסט כ'האב א פראוני אנשטאט די סמיילי, נישט זייער לאגא, וועל מיר זיך שלאגן אין געריכט אויב פעלט אויס.
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 9:00 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 8 געסט