רב בישראל איז מודה על טעותו - קאנצערט-געיט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

רב בישראל איז מודה על טעותו - קאנצערט-געיט

הודעהדורך גדליה » מאנטאג אקטאבער 07, 2019 10:57 am

ליידער אין די לעצטערע יארן הערשט א גרויס זלזול אין די חשובע רבנים ואדמורים, מנהיגי יהדות החרדית, וועלכע שטייען בראש פון דעם ערליכן שיף, וועלכע ברויזט צו ווערן דערטראנקען אין ברויזענדע כוואליעס, און ווי געניטיע קברניטים שטייען זיי און פירן די זאך ביד רמה.
רוב מנין ורוב בנין פון כלל ישראל פארשטייט אז אויב מיר ווילען האבען א סוקסעספולע קאמיונטי ברויך מען האבען שטאנדהאפטיגע און פעסטע רבנים וואס האבען נישט מורא ארויסצוזאגען דעם דבר ה' ברמה, און זיי שרעקען זיך נישט ארויסצוזאגען זייערע מיינונג אפילו זיי וועלען ליידען פון דעם, און אפילו ס'איז נישט פאפולער.
אבער ליידער זענען פארהאנען יחידים וואס טוען אפלאכען פון די רבנים, און זיי זאגען אז די רבנים און רבי'ס געבען זיך נאך פאר זיך אליינס כל תאוות שבעולם, אבער נאר די עמך איד ליידט.
ס'איז אפשר א שטיקעל טענה, און פארדעם זעהט מען מער און מער מענטשען וואס קריטיקירען די רבנים , אבער יעדע מענטש מיט אביסעל שכל פארשטייט אז אזוי איז עס, ס'איז א דבר מובן מאיליו אפילו ביי די גוי'שע פאליטישענס אז א מנהיג העדה מעג זיך פירן בריש גלי מיט גרויס פאמפע און מיט תאוות, און וואס זעמיר אונז אנדערש?
אין די פארגאנגענע פאר טעג האט זיך אבער אפגעשפילט א געשעעניש וואס האט געוויזען באשיימפערליך אז עוד יש מנהיג בישראל, נאך פארהאנען עהרליכע אידן וואס האבען נישט מורא פון גארנישט און זאגען ארויס די דבר ה' ברמה.

די רעדע איז איבער א געפלאנטע קאנצערט, פון נגינה מיט מוזיק און פארשידענע רעדענערס און אויפטריטן, וואס האט געזאלט פארקומען אין עיר התורה והחסד מאנסי יצ"ו דעם בעפארשטייענדיגן חול המועד סוכות.
יעצט לגבי די עצם ענין איז דא צדדים לכאן ולכאן, די פרומערע עהרליכע שיכט זעהט עס אלץ א גרויסע שווערע חורבן, וואס קען צוברענגען אז די יונגווארג זאל אנהייבען זיך אריינלייגען אין מוזיק, און דאס קען צוברענגען אומגעהויערע ביטול תורה ותוצאותיו מי ישורנה, פארוואס זאל א יונגערמאן צו א בחור זיך אנשטאפן מיט מוזיק אז ער קען זיצען דורכטוהן א שיינע מנחת חינוך אויף יאנטעף. פארוואס זאל א יונגערמאן אפלאזען זיין גמרא און גיין זינגען אין א זאל מיט נאך אנדערע חסידישע יודן, ווען די גמרא זאגט שוין לא ניתנו מועדין לישראל אלא כדי שילמדו תורה (אדער עפעס אזוי).
פין די אנדערע זייט זענען פארהאן וואס טענה'ן פארקערט, ניין זאגען זיי. ס'איז דייקא יא פארהאנען א נידעריגערע עלעמענט ביים ציבור, וואס ליידער אויב וועט מען נישט צושטעלען מוזיק אויף א עהרליכע חסידישע שטייגער, קענען זיי צוקומען הערען מוזיק פון גאר שוואכע זינגערס, וואס פארמאגען נישט קיין עהרליכע שטימעס, און ווער קען דען נעמען אזא אחריות אויף זיך?
פאריארן האבען זיך טאקע צאמגענומען א גרופע מענטשען און מ'האט געמאכט אזא מוזיק מסיבה, און מ'האט זיך איינגערעדט אז ס'איז טאקע נישט קיין פראבלעם, און בסך הכל גייט מען זינגען שיינע ווארעמע חסידישע ניגונים וואס קען שוין זעהן.
למעשה האבען די פיס פון די עיני העדה געזען זייער ווייט, און זיי האבען פארשטאנען אז דאס איז א זאך וואס אפילו אויב מ'ברויך עס מתיר זיין, קען מען נישט זיך ערלויבען צו טראכטען וואס דאס קען צוברענגען.
ווייל אז א חסידישע יוד קען זיך צאמקומען אין א זאל סתם זינגען מוזיק, פארוואס זאל דאס נישט צוברענגען אז נאכדעם זאל מען זיך צאמקומען פאר אנדערע זאכען, און נאכדעם קען מען אינגאנצען פאלן.
איך שיהיה האט א בית דין פון איינע פון די קהילות אין וויליאמסבורג זיך אוועקגזעצט אין סאמע יאנטעף און דן געווען בכובד ראש, און ס'איז געבליבען אז די זאך איז אסור.
תיכף נאך יאנטעף האט מען ארויסגעגעבען א צעטעל פון רוב מנין ורוב בנין פון די חרדישע רבנים פין געוויסע קהילות פון געוויסע געגענטער אין אידישע ניו יארק, וועלכע האבען אונטערגעשריבען בחתימת יד קדשם אז די א. ג. קאנצערטן און מוזיק אווענטן זענען אסור.

די מעשה וואלט זיך געקענט ענדיגען דא, האט דער אייבערשטער אבער צוגעפירט אז דאס יאר האט מען נאכאמאל געגרייט צו מאכען אזא קאנצערט אין מאנסי, און איצטערט האט מען אנגאזשירט איינע פון די אנגעזעענסטע רבנים אין מאנסי פון א גאר חשוב'ע פרומע קהילה, וועלכע זאל קומען משמיע זיין דבר ה' ברמה, און אנווארעמען די געמיטער ביי די מוזיק קאנצערט.
אגב, יענע רב האט בעצם נישט באלאנגט צו די פרומע קהילה ווי ער דינט אלץ רב, נאר ער קומט פין א אנדערע קרייז.
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז געווען א געוואלדיגע חילול ה', וויבאלד די זעלבע רב האט אונטערגעשריבען פאראיארן אז א מוזיק קאנצערט איז אסור.
איין לץ ואיש בליעל איז געגאנגען און ער האט צאמגעשטעלט די צוויי צעטלעך, די ערשטע צעטל פון פאריארן ווי די רב (וועלכע איז א גרויסע בקי און מומחה אויף פארשידענע ענינים, ווי סת"ם און שחיטה און נאך און נאך) האט גע'אסר'ט די מסיבה און איצטערט ווי די רב גייט אויפטרעטען ביים מסיבה. יענע ביליגע לץ איז געגאנגען און גענוצט א רויטע מארקער צו אונטערשטרייכען די מעשה לסתור, און דערמיט האט דער יעניגער בן בליעל געוואלט פארשעמען און מזלזל זיין אין א רב בישראל.
דא ברויכן מיר געבען קרעדיט פאר די חשוב'ע רב, וואס האט געטוהן עפעס וואס כמעט קיין רב האט נאכנישט געטון די לעצטע צוויי הונדרעט יאר.
נעמליך ער האט מודה געווען טעיתי, און נישט נאר וואס ער האט מודיע געווען אז ער גייט נישט געבען קיין דרשה, נאר ער האט זיכער געמאכט אז די זעלבע מסיבה, ווי ער האט געברויכט ערשיינען און געבען א רעדע, זאל טאקע בטל ווערען, און דערמיט האט ער מאשר געווען די פסק פון פאראיארן, נישט ווי די וואס האבען זיך טועה געווען אז אויב א רב קריגט געלט פאר א דרשה מעג ער יא געבען א חותם כשרות דערויף. היה לא תהיה.
דאס כבוד פון דעם רב איז פארשוינט געווארן, און די פסק איז קביע וקיימא. נישט גיין צו טריפהנ'ע קאנצערטן ווי חסידישע אינגעלייט זינגען חסידישע ניגונים.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1030
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1616 מאל

הודעהדורך גדליה » מאנטאג אקטאבער 07, 2019 11:11 am

נאמען פון רב האב איך פארמעקט משום כבודו, סזאלל נישט אויסקוקען כאילו א חשובע רב מאכט פסקים לויט ווי סאיז בעסער פאר עם.
בייגעלייגטע פיילס
C8DC89A3-8D2C-441D-A0A5-9FAEE3A677D1.jpeg
B1786BDE-7D77-42C5-B3BC-DEE007A63746.jpeg
AC586726-06A9-45A7-9126-1EF2777F38F3.jpeg
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1030
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1616 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג אקטאבער 07, 2019 11:20 am

האסט נישט גענוג גוט פארמעקט, איך קען ליינען אברהם צבי הלוי וואזנער.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1796
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

הודעהדורך גדליה » מאנטאג אקטאבער 07, 2019 11:30 am

אישתישבי האט געשריבן:האסט נישט גענוג גוט פארמעקט, איך קען ליינען אברהם צבי הלוי וואזנער.

אז דו האלטסט דו ווייסט - פיין.
אבער וואס געט דיך א רעכט צו מפרסם זיין די נאמען און פארשעמען א חשובע רב מגדולי הוראה?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1030
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1616 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג אקטאבער 08, 2019 12:14 am

גדלי', איך באסמאקעווע מיך מיט דיינע אנאליזן אויף קארענט איווענטס. גאו אן.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2519
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג אקטאבער 08, 2019 1:39 am

שמעון וואלף האט געשריבן:גדלי', איך באסמאקעווע מיך מיט דיינע אנאליזן אויף קארענט איווענטס. גאו אן.

Metoo
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3776
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1857 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג אקטאבער 08, 2019 1:47 am

נולד מאוחר האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:גדלי', איך באסמאקעווע מיך מיט דיינע אנאליזן אויף קארענט איווענטס. גאו אן.

Metoo


Metoo איז ענגליש, אבער וואס איז "באסמאקעווע" ? אידיש?
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2259
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2940 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » פרייטאג אקטאבער 11, 2019 4:12 am

די לצים האבן אויך געעפנט אן ארגענעזאציע כדי עס זאל זיין כשר אויך...

איינער האט שוין אמאל געהערט פון יעודד?
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

הודעהדורך גדליה » פרייטאג אקטאבער 11, 2019 12:20 pm

"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1030
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1616 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » פרייטאג אקטאבער 11, 2019 4:41 pm

:lol:
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

הודעהדורך גדליה » פרייטאג אקטאבער 11, 2019 4:45 pm

אני אדם משום מקום שמחפש לו רק סיבה לצחוק.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1030
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1616 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מוצ"ש אקטאבער 12, 2019 9:40 pm

שמצא סיבה לצחוק, ובגדול!
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט