טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א - קומענדיגע מיטוואך אי"ה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:31 am

קאך_לעפל האט געשריבן:זיי זעען דאך אויס ווי די וויסטע מלאכי חבלה...

זינט ג-ט האט באשאפן די שטן, האט נישט עספיעט צו באשאפן אזעלכע זינדיגע לייט פון די פירער פון דעם פארשאלטענעם קולט.

כלל ישראל איז הייס מתפלל צום בורא עולם, אז דער רשע ימ''ש וועט באפרייט ווערן פון טורמע, און פארברענט ווערן אויפן שייטער הויפן אין צענטער פון שטאט..
טורמע איז צו א לייכטער אורטייל פאר אזא פארשוין ווי שייגאץ העלבראנץ.

טעיק איט איזי.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2828
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4499 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2956 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 9:54 am

שיך דיין ווייב און קינדער אהין און נאכדעם שרייב טעיק איט איזי.

כ'מיין מען זיצט זיך באקוועם אויפן פאטעל בראקענדיג סעסעמי טשיקן און יענעמ'ס ווייב און קינדער זאלן ליידן נאצישע פיינונגן אבער דער עיקר איז צו טעיק איט איזי זאלסט ח''ו נישט ווערן אביסל אפסעט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5950
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2780 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 5:41 pm

איך אויך: א יעדער נארמאלער מענטש איז אפסעט איבער דעם מצב. אבער למעשה איז דא זייער ווייניג וואס מ'קען טון. מ'קען דאך סוכ"ס נישט אריינגיין מיט א בריגאדע קנאים און זיי צוטרייבן און פאריאגן. די איינציגע וועג איז דורך לעגאלע מיטלען. אין א יעדן לאנד וואו זיי געפונען זיך אלס גרופ. יעצט איז עס גואטעמאלא. דארף מען אנווענדן אלע (לעגאלע) מיטלען אז זייער גרופ זאלל צושטערט ווערן דורך די רעגירונג...!

מ'וואלט געדארפט גלייך אין אנהייב ווען דער גרינדער פון די צודרייטע קולט שלמה העלבראנס האט אנגעהויבן ארומצורידערן, איהם צושטערן און ארעסטירן. ווייל ער איז געווען נישט מער ווי א פשוט'ער קרימינאל...!

דו זעהסט דאך אפילו די לאקאלע (גוי'אישע) רעגירונג פון קוויבעק אד'ער פונ'ם שטעטל וואו זיין קולט האטציך אויפגעהאלטן האבן אויך אין אנהייב זיך נישט געוואלט אריינמישן. כדי מ'זאלל זיי נישט חושד זיין אז זיי זענען אנטיסעמיטיש. נאר ווען די מעשים תעתועים פון די פאררוקטע גרופ איז שוין אנגעקומען צו די אלגעמיינע מידיא האבן זיי אנגעהויבן טון עפעס ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10090 מאל

הודעהדורך מרדכי מרדכי » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 8:21 am

berlbalaguleh האט געשריבן:איך אויך: א יעדער נארמאלער מענטש איז אפסעט איבער דעם מצב. אבער למעשה איז דא זייער ווייניג וואס מ'קען טון. מ'קען דאך סוכ"ס נישט אריינגיין מיט א בריגאדע קנאים און זיי צוטרייבן און פאריאגן. די איינציגע וועג איז דורך לעגאלע מיטלען. אין א יעדן לאנד וואו זיי געפונען זיך אלס גרופ. יעצט איז עס גואטעמאלא. דארף מען אנווענדן אלע (לעגאלע) מיטלען אז זייער גרופ זאלל צושטערט ווערן דורך די רעגירונג...!

מ'וואלט געדארפט גלייך אין אנהייב ווען דער גרינדער פון די צודרייטע קולט שלמה העלבראנס האט אנגעהויבן ארומצורידערן, איהם צושטערן און ארעסטירן. ווייל ער איז געווען נישט מער ווי א פשוט'ער קרימינאל...!

דו זעהסט דאך אפילו די לאקאלע (גוי'אישע) רעגירונג פון קוויבעק אד'ער פונ'ם שטעטל וואו זיין קולט האטציך אויפגעהאלטן האבן אויך אין אנהייב זיך נישט געוואלט אריינמישן. כדי מ'זאלל זיי נישט חושד זיין אז זיי זענען אנטיסעמיטיש. נאר ווען די מעשים תעתועים פון די פאררוקטע גרופ איז שוין אנגעקומען צו די אלגעמיינע מידיא האבן זיי אנגעהויבן טון עפעס ...!

,אין אמעריקא האט מען אין ארעסטירט ווען ער איז ארויס איז ער געפארן קיין מאנטריאל
מרדכי מרדכי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 9:44 am

איך בין זייער צומישט אויף די ווילדקייט פון עולם דא (אזש ביזן פאברענען אויפן שייטער הויפן...).

וועלכע קרימינאלע אקטן ווערט באגאנגען מיטן זיך אנטוהן די מוסלעמענער לבוש?? און פארוואס איז די אלטמאדישע מזרח-אייראפעאישע לבוש ווייניגער קרימינאל?

און בכלליות, וואס איז די שנאה אזוי גרויס קעגן זיי? דער וואס וויל נישט זיין דארט זאל זיך אוועקגיין (איז נישט דאס וואס ווערט גענטפערט פאר די שונאים אין סאטמאר/סקווער וכו?).
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1744 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 615 מאל

הודעהדורך בת קול » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 4:25 pm

ליב צו וויסן האט געשריבן:איך בין זייער צומישט אויף די ווילדקייט פון עולם דא (אזש ביזן פאברענען אויפן שייטער הויפן...).

וועלכע קרימינאלע אקטן ווערט באגאנגען מיטן זיך אנטוהן די מוסלעמענער לבוש?? און פארוואס איז די אלטמאדישע מזרח-אייראפעאישע לבוש ווייניגער קרימינאל?

און בכלליות, וואס איז די שנאה אזוי גרויס קעגן זיי? דער וואס וויל נישט זיין דארט זאל זיך אוועקגיין (איז נישט דאס וואס ווערט גענטפערט פאר די שונאים אין סאטמאר/סקווער וכו?).



וואס זאל מען טוהן אז די 12 יעריגע מיידלעך וואס ווערן גערעיפט קענען נישט אליין אוועק גיין.
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1171 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1176 מאל

הודעהדורך חכמת שלמה » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 3:37 am

ברוך השם היינט אנגעקומען צו אונזער נייער מקום יישוב.

דער פלאץ דא איז אזוי אנדערש, קולטור איז אזוי משונה פון וואס אונז זענען צוגעוואוינט, אז איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי מענטשן לעבן דא אזוי... איך וואלט עס נישט געגלויבט ווען נישט מיינע אויגן זעהען דאס, ס'איז אן אנדערע מין וועלט דא, אינגאנצן אנדערש פון וואס אונז קענען.

די נסיעה איז נישט אנגעקומען לייכט. עס זענען פארהאן פארשידענע גורמים וואס לייגן שטיינער אין וועג און פראבירן מיט אלע כוחות צו זען אז מיר זאלן נישט קומען אל המנוחה ואל הנחלה, אבער אויסער אביסל שווער מאכן דעם וועג, קענען זיי גארנישט טון. קענסט דען צוריקהאלטן א מענטש לעגאל פון גיין וואו ער וויל? - מ'קען סך-הכל מאכן מסירות מיט בלבולים, אז מיר פארמאגן געקידנעפטע קינדער און די פאספארטן זענען פאלשע... נו, קוקט מען עס איבער איין מאל און נאכאמאל, מען שפעטיגט א פליגער און מען כאפט א נייער פליגער, אבער וואס קענסטו בכלל טון? - קענסט נישט צוריקהאלטן פון פארן. פאקט איז, אז די עתיד פון אונזער קהילה איז דא, מיר האלטן אינמיטן אהערקומען. די מוסד אגענטור פון די ציוניסטישע מדינה, רעדט ברייט, "זיי טוען וואס זיי קענען צוריקצוהאלטן..." - קענסט ווייטער טון, רעד ברייט און טון וועלן זיי גארנישט... מיר קומען אהער. פאקט. קענסט רעדן וויפיל דו ווילסט, אבער מיר וועלן אהער אנקומען. אפילו ס'שטעכט דיר די אויגן דאס צו זען, און דאס איז אן אמת'ער גירא בעיני של המדינה הציונות.

אה, פאר איך פארגעס... אונזער נייער פלאץ איז נישט איראן און מיר האבן נישט קיין שום אויסקוק צו פארן קיין איראן. איך קאטשע זיך פאר געלעכטער ווי אזוי אלע צייטונגען און מידיע זענען פארנומען אז מיר פארן קיין איראן... מען רעדט מיט אזא זיכערקייט און ברייטקייט, כאילו עס איז זיכערע זאכן. ניין, איך וויל דא מגלה זיין א סוד פאר אנשי הקאווע שטיבל, איך זאג אייך דא אן עדות ראשונה, פון אן ערשט האנטיגע מקור, אז מיר זענען נישט אויפן וועג קיין איראן. ס'איז אן אנדערע מוסלומענע געשטימטע מדינה.

פארוואס שרייב איך דאס? - חכמת שלמה איז יא פון דארט, ער איז נישט פון דארט... כסדר הערט מען די סארט דעבאטירונגען, איך מיש זיך נישט אריין און איך לאז זאגן אויף מיר וואס מען וויל. איך וויל אייך אבער דא ווייזן עפעס. בשעת אלע באריכטן שרייען פה אחד אז מיר פארן קיין איראן, און לויט טייל זענען מיר שוין אפילו דארט (עטליכע משפחות), זאג איך אייך דא טייערע ברידער אין אמעריקע, אז מיר זענען נישט אין איראן, און מיר ווילן נישט אהין אנקומען (איראן דארף אונז אויך נישט האבן דארט - לכאורה). שפעטער וועט איר זען אז מיר זענען טאקע נישט אנגעקומען קיין איראן, און מסתמא וועלן קורסירן פארשידענע שמועות, אז דער מדינה און יענער כח האט זיכער געמאכט אז מיר קענען נישט אהין אנקומען, אדער וועט זיך גלאט אזוי ארויסשטעלן אז די שמועות זענען געווען פאלשע. זאלט איר געדענקען, אז בשעת יעדער האט געשמועסט מיט א זיכערקייט אז מיר זענען אויפן וועג קיין איראן, און א.ג. "קראנטע" מקורות האבן דאס באשטעטיגט, איז חכמת שלמה געשטאנען און געשריבן אויף קאווע שטיבל אז עס איז הוילע שקרים, מיר זענען נישט אויפן וועג קיין איראן, נאר ערגעץ-אנדערש.

זאת ועוד: ווער ס'האלט מיט די נייעס, ווייסט אז עטליכע משפחות פון בני-ברק זענען אנגעקומען קיין גוטאמאלא, קיין לב טהור אין בבל. וואס עס איז נאכנישט באריכטעט אין קיין איין פלאץ אין די נייעס איז, אז נאך עטליכע משפחות זענען אויפן וועג אהין, מען וועט הערן דערפון בעתיד.

איך שרייב דאס, אויך פאר די זעלבע סיבה, אז איר זאלט געדענקען אז איך האב דאס שוין געשריבן, נאך איידער איינער האט אפילו געזאגט א פיפס דערויף. געדענקט.

נ.ב. מיין דירה דא איז גראדע גאנץ א באקוועמע, הגם יעדער פארשטייט אז עס איז א צייטווייליגע. מאידך גיסא, איז די קולטור אזוי אנדערש דא, אז די זאכן זענען אזוי אינטערעסאנט אויסגעשטעלט, אז עס איז אנדערש פון וואס מיר זענען צוגעוואוינט.

ביי אייך אויף שמחות.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חכמת שלמה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 11:56 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:33 am

חכמת שלמה: איך פיהל זייער שטארק אומבאקוועם צו דארפן זאגן פאר א מענטש אז ער רעדט שטותים. אבער איך מוז עס דיר זאגן אין פנים. די אלע זאכן וואס דו רעדסט ארום און ארום זענען טפילים/טפילות. די נקודה העיקרית דא איז אז לב טהור איז א קולט. במלוא מובן המילה. די געמיינע און קעגן תורה'דיגע זאכן ווי ..."מחליפין נשותיהם"...וויאזוי דו זאלסט עס נאר נישט אנרופן, קומען פאר. און די ..."מלקיות"...אויך. ס'וואלט געווען א שיינע זאך ווען די גאנצע גרופ קען זיך צושפרייטן און בטל ווערן בלי שום צער ונזק לכל איש ואשה מישראל...! אדער זאלט עטץ אנהייבן זיך אויפפיהרן ווי נארמאלע מענטשן. עפ"י דרך התורה...!

והשנית. אויב דער ..."מוסד"...ווילל קענען זיי ענק צו פיקסן בגדול. נאר זיי זענען דאך אידן. זיי האבן א אידיש הארץ און נשמה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10090 מאל

הודעהדורך סעגאל » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:42 am

berlbalaguleh האט געשריבן:והשנית. אויב דער ..."מוסד"...ווילל קענען זיי ענק צו פיקסן בגדול. נאר זיי זענען דאך אידן. זיי האבן א אידיש הארץ און נשמה...!


???
ר' בערל איר האלט טאקע אז זיי האבען א אידיש הארץ און אז זיי האבען א פראבלעים צו טון עפעס וועגן דעם.
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:50 am

סעגאל: יא. לאמיר זיך נישט נארן. ווען זיי וויללן קענען זיי דען נישט צו פיקסן די משוגעים פון די נטורי קרתא וועלכע גייען צו אכמאדינעדזשאד אדער צו די דייטשע נאציס. נאר וואדען.? זיי לאכן זיך אויס פון די שמוציגע, סרח'דיגע ברואים. (יא. זיי שמעקן פון שווייס. צוליעב נישט נעמען קיין שאוערס און אנטון פרישע קליידער...! לפי עדות אחד מן החבורה... ער פארציילט אז ער איז אמאל ביי א הפגנה אין ירושלים אריינגעשטופט געווארן בעל כורחו צוזאמען מיט עטליכע נטורי קרתא ברואים (מענטשן קענמען זיי נישט אנרופן) און ס'האט אזוי געסרח'ט פון שווייס אז ער האט עס ממש נישט געקענט אויסהאלטן. ער האט געדאנקט דעם באשעפער ווען ער איז ארויס אויף די גאס און געקענט אטעמען פרישע לופט...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 10:38 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10090 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 9:41 am

חכמת, שכוח פארן מיטיילן מיט אונז ערשט-האנטיגע סודות נשגבים.

בד"וו ביידע סודות זענען געווען באריכטעט, סיי אז עטס גייטס נישט קיין איראן נאר צו איראק אדער ענליך און סיי אז ס'איז פארהאן נאך משפחות פון ישראל וואס זענען אין די ווארקס ענק צו דזשוינען.

און די זעלבע איז עפליקעבעל אויף די בילדער וואס דו האסט ארויפגעלייגט פון עירפארט נאך די פיקטשערס זענען ארומגעפארן אין די גאנצע וועלט.

אויב ווילסטו בויען דיין קרעדיביליטי מיט דעם אז דו האסט אינסייד אינפא, האסטו געמאכט זייער א שוואכע קעיס דאס מאל.
אינגערמאנטשיקל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 393
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re: טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א - קומענדיגע מיטוואך א

הודעהדורך אונטער חכם » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 10:57 am

ווי האסטו עס געזען באריכטעט?
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 880
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 639 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 455 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:16 am

בת קול האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:איך בין זייער צומישט אויף די ווילדקייט פון עולם דא (אזש ביזן פאברענען אויפן שייטער הויפן...).

וועלכע קרימינאלע אקטן ווערט באגאנגען מיטן זיך אנטוהן די מוסלעמענער לבוש?? און פארוואס איז די אלטמאדישע מזרח-אייראפעאישע לבוש ווייניגער קרימינאל?

און בכלליות, וואס איז די שנאה אזוי גרויס קעגן זיי? דער וואס וויל נישט זיין דארט זאל זיך אוועקגיין (איז נישט דאס וואס ווערט גענטפערט פאר די שונאים אין סאטמאר/סקווער וכו?).



וואס זאל מען טוהן אז די 12 יעריגע מיידלעך וואס ווערן גערעיפט קענען נישט אליין אוועק גיין.


אונז האלטן דאך אז מען מעג... עפן א מסכת קידושין.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1744 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 615 מאל

הודעהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:34 am

חכמת שלמה האט געשריבן:
פארוואס שרייב איך דאס? - חכמת שלמה איז יא פון דארט, ער איז נישט פון דארט... כסדר הערט מען די סארט דעבאטירונגען, איך מיש זיך נישט אריין און איך לאז זאגן אויף מיר וואס מען וויל. איך וויל אייך אבער דא ווייזן עפעס. בשעת אלע באריכטן שרייען פה אחד אז מיר פארן קיין איראן, און לויט טייל זענען מיר שוין אפילו דארט (עטליכע משפחות), זאג איך אייך דא טייערע ברידער אין אמעריקע, אז מיר זענען נישט אין איראן, און מיר ווילן נישט אהין אנקומען (איראן דארף אונז אויך נישט האבן דארט - לכאורה). שפעטער וועט איר זען אז מיר זענען טאקע נישט אנגעקומען קיין איראן, און מסתמא וועלן קורסירן פארשידענע שמועות, אז דער מדינה און יענער כח האט זיכער געמאכט אז מיר קענען נישט אהין אנקומען, אדער וועט זיך גלאט אזוי ארויסשטעלן אז די שמועות זענען געווען פאלשע. זאלט איר געדענקען, אז בשעת יעדער האט געשמועסט מיט א זיכערקייט אז מיר זענען אויפן וועג קיין איראן, און א.ג. "קראנטע" מקורות האבן דאס באשטעטיגט, איז חכמת שלמה געשטאנען און געשריבן אויף קאווע שטיבל אז עס איז הוילע שקרים, מיר זענען נישט אויפן וועג קיין איראן, נאר ערגעץ-אנדערש.

זאת ועוד: ווער ס'האלט מיט די נייעס, ווייסט אז עטליכע משפחות פון בני-ברק זענען אנגעקומען קיין גוטאמאלא, קיין לב טהור אין בבל. וואס עס איז נאכנישט באריכטעט אין קיין איין פלאץ אין די נייעס איז, אז נאך עטליכע משפחות זענען אויפן וועג אהין, מען וועט הערן דערפון בעתיד.

איך שרייב דאס, אויך פאר די זעלבע סיבה, אז איר זאלט געדענקען אז איך האב דאס שוין געשריבן, נאך איידער איינער האט אפילו געזאגט א פיפס דערויף. געדענקט.


ביי אייך אויף שמחות.

חכמת, אז די ווילסט פראפן אז די ביסט אינסיידער, געב רשות פארן מנהל צי מפרסם זיין אז די איי פי איז בדרך כלל פין געווטאמאלע, מוועט דיר גלייבן מער ווי אלע דיינע הוכחת,
טשאדעלע באדעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 238
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:09 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

הודעהדורך בן נון » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:24 pm

איך הייב אהן טראכטן אז זיי פארן קיין לבנון ווייל אזוי זאגט שוין דער בעל חכמת שלמה און די חתימה
ונער לא ימוש מתוך הקאווע שטיבל
בן נון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הודעהדורך cictim » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 5:46 pm

The cult has begun preparations for the move to the Kurdish region, to northeastern Iraq (Erbil area) which borders Iran. Cult leaders believe that the area is the biblical Bavel and Moshiach will arrive there first. Some cult members are already in the area seeking to purchase land and begin building a living compound. Others are in the process of leaving Guatemala in groups, both via the airport and by land, via Mexico and El Salvador.
Rabbi Gluck said that the cult members are currently trying to leave Guatemala in groups of 70.
https://www.theyeshivaworld.com/news/he ... -iran.html
cictim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 317
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 177 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:37 pm

אונטער חכם האט געשריבן:ווי האסטו עס געזען באריכטעט?

אז זיי פארן קיין איראן קענסטו זעהן אין די YWN לינק וואס איז אין cictim תגובה. אויך חיים שאולזוהן שרייבט שוין לאנג איראק.

אז ס’איז דא נאך משפחות אויפן וועג האב איך געזעהן אויף טוויטער פון אהרון נוראני אבער אפאר שעה נאכן טוויטן האט ער עס אויסגעמעקט און געשריבען אז ער מעקט ווייל ס’קען שאטן פאר די פעולות וואס מ’טוט עס אפצוהאלטן. דא קען מען זעהן א שמועס וואס האט זיך אנגעהויבען פון זיינע פארמעקטע טוויטס.

איך האב איהם יעצט געשיקט א DM צו ער קען מיר עס קאנפירמען.
אינגערמאנטשיקל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 393
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 9:54 pm

אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:בד"וו ביידע סודות זענען געווען באריכטעט, סיי אז עטס גייטס (צ״ל זיי גייען) נישט קיין איראן נאר צו איראק אדער ענליך און סיי אז ס'איז פארהאן נאך משפחות פון ישראל וואס זענען אין די ווארקס ענק (צ״ל זיי) צו דזשוינען.


איבעריגנס בין איך נייגעריג צו איינער ווייסט בערך וויפיל מיטגלידער ציילן זיך אין דעם קהילה, בערך וויפיל בולבולים זענען מבולבל אין בבל שבגוואטמאלה, וויפיל מעריצים בערך לעכצן נאך זיך משתתף צו זיין אינעם מבולבלשאפט ווען מ׳וועט בעז״ה אנקומען אל המנוחה ואל הנחלה אין קורדיסטאן, און פארוואס האבן זיי זיך נישט אנגעשלאסן ביז היינט?
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
אלע מיינע ארטיקלען פון קאוועשטיבל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4763
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4579 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4416 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 10:44 pm

cictim האט געשריבן:The cult has begun preparations for the move to the Kurdish region, to northeastern Iraq (Erbil area) which borders Iran. Cult leaders believe that the area is the biblical Bavel and Moshiach will arrive there first. Some cult members are already in the area seeking to purchase land and begin building a living compound. Others are in the process of leaving Guatemala in groups, both via the airport and by land, via Mexico and El Salvador.
Rabbi Gluck said that the cult members are currently trying to leave Guatemala in groups of 70.
https://www.theyeshivaworld.com/news/he ... -iran.html

cictim: My question is...When Moshiach comes, are we all (ch"v) going to be Lev Tahor..? Adopt their lifestyle in dress and behavio(u)r...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10090 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 8 געסט