איך וואלט געזאגט אז קיין שום מאלעסטער זאל נישט באקומען אינטער 25 יאר תפיסה. איך קוק אן אזא מענטש פונקט ווי א רוצח, און פאר א רוצח וואלט איך אויך געגעבן מינומום 25 יאר טורמע.
עס קען זיך אפשר הערן בארבאריש, און עס איז שווער פאר א בעל רחמן צו פראסעסן אזא זאך, מען דארף זיך אבער אריינלייגן אין די שיך פון די וואס האבן געליטן. מען דארף זיך פארשטעלן ווען עס קומט א רוצח מיט א מעסער... און רח"ל... דיין אייגן קינד... ה"י, וואלסטו אים נישט געוואלט זען פארשפארט פאר 25 יאר?
מען פארציילט א ווערטל, א גרויסע בעל עבירה איז געקומען צו א רב פאר א תיקון תשובה, זאגט אים די רב, נעם 20 לעמאנס, קוועטש זיי אויס און טרינק אויס די זאפט... פרעגט דער בעל עבירה "און...? אלעס וועט ווערן אויסגעמעקט"? זאגט אים די רב, "דאס האב איך נישט געזאגט, אבער קודם וועט דאס אראפנעמען דעם שמייכל פון דיין פרצוף"...
אז דער פעדאפיל קען נאך לייקענען, און די תוצאה דערפון וועט זיין אז ווען ער וועט ארויסקומען פון תפיסה וועט ער באקומען כבוד מלכים, דאן דארף ער בלייבן דארטן ווילאנג ס'איז קלאר אז דאס וועט נישט געשען. אזא זאך קען זיין סיי גאר טראומאטעזירנד פאר די וויקטעמס, און דאס קען אויך אפשוואכן די פחד פון אנדערע צוקומפטיגע פרעדעטארן. אבער בכלל, אז דו ביסט נישט גרייט צו נעמען פאראנטווארטליכקייט און ליידן די בושה און קאנסוקווענסן וואס עס קומט זיך פאר איינער וואס טוט אזעלכע זאכן, דאן איז נאכנישט צייט ארויסצוקומען פון תפיסה.
ס'איז דא אן אנדער ווערטל איבער 2 אידן בעלי עבירה (ר"ל) וועלכע זענען געקומען בעטן א תיקון תשובה צו א גרויסן רעבי'ן. איין חבר איז צוערשט אריין. זיי האבן אפגעמאכט צווישן זיך אז אויב ס'וועט זיין א גוטע תיקון תשובה וועט דער צווייטער חבר אויך אריינגיין. שוין . ער קומט אריין. די רבי, דער בעל רוה"ק הייבט אן אויסצורעכענען מיט וועים ער האט אלץ געזינדיגט...זאגט די רבי לאמור...אפשר מיט די פרוי פון די 43'סטע גאס ביי 13'טע עוועניו. אדער גאר מיט די פרוי פון די 15'טע עוועניו ביי 57. און אזוי ווייטער. די רבי האט איהם אויסגערעכנט אפשר א 12 (נייע) אדרעסן.
יעצט זאל איך אים מעניש זיין אז די וויקטים זאל זיך גוט פילן? איז דאס יושר? יעצט זאלן ביידע ליידן ווייל יענער האט א קרענק?
מיט די מהלך פון הכול צפוי איז דאך די עונש וואס מ'געבט יא און וואס מ'געבט נישט, אויך צפוי, און אז דו האלסט אזוי איז אויך צפוי... בקיצור דאס איז שוין א צווייטע מעשה
מען פארציילט א ווערטל, א גרויסע בעל עבירה איז געקומען צו א רב פאר א תיקון תשובה, זאגט אים די רב, נעם 20 לעמאנס, קוועטש זיי אויס און טרינק אויס די זאפט... פרעגט דער בעל עבירה "און...? אלעס וועט ווערן אויסגעמעקט"? זאגט אים די רב, "דאס האב איך נישט געזאגט, אבער קודם וועט דאס אראפנעמען דעם שמייכל פון דיין פרצוף"...
אז דער פעדאפיל קען נאך לייקענען, און די תוצאה דערפון וועט זיין אז ווען ער וועט ארויסקומען פון תפיסה וועט ער באקומען כבוד מלכים, דאן דארף ער בלייבן דארטן ווילאנג ס'איז קלאר אז דאס וועט נישט געשען. אזא זאך קען זיין סיי גאר טראומאטעזירנד פאר די וויקטעמס, און דאס קען אויך אפשוואכן די פחד פון אנדערע צוקומפטיגע פרעדעטארן. אבער בכלל, אז דו ביסט נישט גרייט צו נעמען פאראנטווארטליכקייט און ליידן די בושה און קאנסוקווענסן וואס עס קומט זיך פאר איינער וואס טוט אזעלכע זאכן, דאן איז נאכנישט צייט ארויסצוקומען פון תפיסה.
ס'איז דא אן אנדער ווערטל איבער 2 אידן בעלי עבירה (ר"ל) וועלכע זענען געקומען בעטן א תיקון תשובה צו א גרויסן רעבי'ן. איין חבר איז צוערשט אריין. זיי האבן אפגעמאכט צווישן זיך אז אויב ס'וועט יין א גוטע תיקון תשובה וועט דער צווייטער חבר אויך אריינגיין. שוין . ער קומט אריין. די רבי, דער בעל רוה"ק הייבט אן אויסצורעכענען מיט וועים ער האט אלץ געזינדיגט...זאגט די רבי לאמור...אפשר מיט די פרוי פון די 43'סטע גאס ביי 13'טע עוועניו. אדער גאר מיט די פרוי פון די 15'טע עוועניו ביי 57. און אזוי ווייטער. די רבי האט איהם אויסגערעכנט אפשר א 12 (נייע) אדרעסן.
יעצט זאל איך אים מעניש זיין אז די וויקטים זאל זיך גוט פילן? איז דאס יושר? יעצט זאלן ביידע ליידן ווייל יענער האט א קרענק?
מיט די מהלך פון הכול צפוי איז דאך די עונש וואס מ'געבט יא און וואס מ'געבט נישט, אויך צפוי, און אז דו האלסט אזוי איז אויך צפוי... בקיצור דאס איז שוין א צווייטע מעשה
תרמב: יא. נאר אויב איינער האט א מחלה אדער א מיחוש שעדיגט ער נישט קיין צווייטן. אויב ער האט, למשל ציין ווייטאג טוט דאס נאכנישט וויי פאר א צווייטן. משא"כ א פעדאפיל, רח"ל. שעדיגט די אלע ארומיגע. ווי בני משפחה און אנדערע (אומשולדיגע) מענטשן אין די סאסייעטי. ער איז טאקע נישט געזינט, ל"ע אבער מ'דארף איהם אומשעדליך מאכן פאר די סביבה. איך קען (ליידער) איינעם אזא פארשוין. מילא די שמועות לא טובות וואס זענען ארומגעפלויגן איבער איהם איז איין זאך. נאר איך האב אליינס געזעהן. בעיני ראיתי ווי ער הייבט זיך אן מיט א 10 יעריג שיקסל, ל"ע. ער האט מיך נישט באמערקט. איך בין געווען אפגערוקט פון איהם א קליינע מרחק. איך האב אלעס קלאר געזעהן. ווען ער האט מיך באמערקט האט ער אנגעשטעלט א תמ'וואטע פנים. און געקלאצט אויפ'ן בוידעם. ווי חיים גראדע פלעגט צו זאגן...ער האט געקוקט אויב די קוימענס רייכערן זיך...ה' ירפאהו ויחלמהו במהרה...!
נו, אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות, זאל מען איהם נאך שטראפן דערויף אויך?! ער ליידט אויף א רוח שטות פונקט ווי א צווייטער וואס ליידט אויף וואטעווער. הייל היטלער!
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
נו, אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות, זאל מען איהם נאך שטראפן דערויף אויך?! ער ליידט אויף א רוח שטות פונקט ווי א צווייטער וואס ליידט אויף וואטעווער. הייל היטלער!
ברוך שפינוזה: דו מיינסט צו זאגן אז מ'וואלט געקענט אויסהיילן היטלער, ימ"ש פון זיין קרענקליכע שנאת ישראל.
איך האב א סאך מאל געהאט אזא פאנטאזיע...וואס וואלט געווען ווען איין טאג גייט אדאלף היטלער ימ"ש וזיכרו, שר"י. צו א רב און ער זאגט. היות איך שטאם דאך פון ענק אידן. (אמת. א ולד פגום. בן נשג"ז. סטריקטלי עפ"י הלכה. קיין ממזר איז ער נישט ווייל זיין מאמע איז געווען א פנויה. אויך. ווייל קידושין זענען נישט תופס ביי גויים. כי בשר חמורים בשרם.) (נאך א זייטיגע באמערקונג. איך טוה מיך דא אנטשולדיגן פאר אונזער חשוב'ן, געעהרטן און הויכעגעשעצטן פאנטרעגער פון סאציאליזם הרב שבת אחים, ג.ב.ה. אז איך רעד געפערליכע ראסיזם, שאוויניזם און פאשיזם און אפיקורסות. איך בעט סטאלין און לענין זאללן מיר מוחל זיין.). שוין ער קומט צום רב . טוט אן א קאפל און זאגט אז ער וויל ווערן אן אוהב ישראל. דער רב נעמט איהם אן און הייבט אן צו לערנען מיט איהם תורה און אידישקייט. אין א געוויסע צייט ארום גייט ער דורך די געהעריגע גיור פראצעדור. (ווייל זיין מאמע איז דאך געווען א גוי'אישע דינסט ביי די ראטשילדס. און איינער א פון זייערע זיהן, א רענעגאט האט איהם משפיע געווען. ער פארט קיין ארץ ישראל צו לערנען א פאר יאר אין א ישיבה פון קירוב. נאכדעים גייט ער אריין אין כולל. און ער ווערט א ראש ישיבה ערגעץ אין א ישיבה אויפ'ן הר הכרמל. א שיינע פאנטאזיע. נאר אן ענליכע געשיכטע האט זיך אפגעשפיעלט מיט בערך צען יאר צוריק. נאר דער אנדערער פראטאגאניסט איז עכט יא געווען א איד עפ"י הלכה. זיין באבע און מאמע זענען געווען אידישע קינדער. זיי האבן חתונה געהאט צו גויים...!
נ.ב.: דו זאלסט נישט מיינען אז דער בעל עגלה איז אזא פארטעמפט און נאאיוו יונגל. ער ווייסט נישט וואס הייל היטלער מיינט...לאל