אבאמא גייט אין מלחמה מיטן "חוק השקיפות",

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
יהושפט קליין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:11 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

אבאמא גייט אין מלחמה מיטן "חוק השקיפות",

שליחה דורך יהושפט קליין »

"חוק השקיפות" אדער ווי אנדערע ריפען עס "חוק העמותות", איז א געזעץ ארויסגעשטעלט דורך דעם מדינת ישראל שרת המשפטים איילת שקד,

וואס איז דאס "חוק השקיפות" ?

אזוי ווי ס'דא אין לאנד א פארפלייצונג פון לינקע ארגענעזאציעס וואס זענען געשטיצט פון אייראפעיאישע רעגירונגען, און אזוי אויך דורך אמעריקאנע ארגענעזאציעס, און און געוויסע פעלער אויך די "פריינטליכע..." אמעריקאנע רעגירונג,

די ציל פון די ארגענעזאציעס איז צו ציברעכען מדינת ישראל פון אינווייניג, זיי לויפען נאך צה"ל סאלדאטען, באשולדיגען זיי און אלדאס בייזען, זאגען עדות קעגען זיי און געריכט, ועוד ועוד, העלפען פאר די אראבער מיט געלט און לויער'ס כדי זיי צו העלפען זיך משתלט זיין אויף שטחים פון ארץ ישראל, גייען ארום אויף די וועלט און פארשפרייטען נעגאטיווע פראפעגאנדע קעגען מדינת ישראל, וכו',

האבען געוויסע שרים באשלאסען אז "גענוג איז גענוג" וויפעל איז די שיעור זיך צו לאזען שפייען און די קאשע, האבען זיי באשלאסען אנציהייבען מיט א פשוטע געזעץ, דאס געזעץ זאגט:

אז יעדע ארגעניזאציע וואס באקומט די עיקר פון אירע געלט שטיצע פון אויסלענדישע פאליטישע קוועלער, וועט דאס דארפען אנצייכענען און אירע אדווערטייזמענטס און און אנדערע ליטעראטור וואס זיי פארשפרייטען, זיי וועלען דארט דארפען אנצייכענען אז זיי זענען א ארגעניזאציע וואס באקומט איר געלט דורך אויסלענדישע פאליטישע שטיצע, און אזוי אויך ווען זיי ווענדען זיך צו ערוועלטע באמטע, אדער אנדערע פאבליק באמטע דארפען זיי דאס אויך באטאנען, אז זיי זענען א אויסלענדישע געשטיצטע ארגעניזאציע


בעצם זייער א לייכטע חק, ווייל ווען איך האב עס מיין וועג, ווארף איך זיי ארויס פון לאנד מיט א שטויס אינעם אחוריים, אזוי אז זיי וועלען פליען ביז אלאסקא, אבער די דאזיגע חוק לאזט זיי ווייטער אנגיין מיט זייערע פארעטערישע מעשים, נאר ביטע איין קלייניגקייט, "צייכען ביטע אן ווער ס'געבט דיר די געלט...."


האבען אבער די לינקע פארעטער אויפגעהויבען א שטורם, היתכן מדינת ישראל וויל זיך נישט לאזען שפייען און די קאשע, ווי איז געהערט געווארען אזא חוצפה און א דעמאקראטישע לאנד.... זיי באשולדיגען אז מען וויל זיי פשוט פארשטאפען די מיילער... און דאס איז א שרעקליכע בגידה און דער "חופש הביטוי" (פרידם אףף ספיטש)....

טאמער איז דאס נישט גענוג, האבען די אמעריקאנע זיך אנגעהויבען אריינמישען און די אינערליכע מדינת ישאל פאליטיק, דער וואשינגטאן פאוסט איז ארויס געקומען דערקעגען, פארגלייכענדיג מדינת ישראל צו רוסלאנד'ס פוטין !!!.... און אז דאס איז ממש א פארברעך... קעגען דעמאקראטיע....

אייראפעאישע פאליטיקאנטען האבען גאר געווארענט אז דאס דערמאנט גאר דיקטאטורישע רעזשימען..... און... נישט מער און נישט ווייניגער דער אבאמא אדמיניסטראציע האט געפינען פאר וויכטיג זיך צו אריינמישען און דער סטעיט דעפארטמענט ווארטזאגער האט געזאגט אז דער אבאמא אדמיניסטראציע האט געשיקט א מעסעדש צו די נתניהו רעגירונג אז זיי זענען "באזארגט וועגען דעם געזעץ, ווייל אזא געזעץ איז א "סכנה"... פאר א "פרייע סאסייעטי"... ,

[אינערליכע קוועלער געבען איבער אז אבאמא האט געסטראשעט אז טאמער מדינת ישראט וועט יא באשטעטיגען דעם געזעץ, דאן גייט ער נאכאמאל וויינען.... ]

ווי ס'ווערט באריכטעט האט די שרת המשפטים געלאזט ריפען דעם אמעריקאנע אמבאסאדאר און אים געלאזט וויסען אז אמעריקא האט זיך נישט וואס צו אריינמישען און אינערליכע פאליטיק פון א פרעמדע לאנד,

אבער באמת טייערע פריינט, וואס פאר א רעכט האט מדינת ישראל זיך נישט צו וועלען לאזען זיך אינטערברענגען פון אינווייניג ???

כ'מיין אבאמא האט דאך געוויינט.... ניין...

מיט אזעלכע פריינט... ווער ברויך פיינט ....

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר