לב מלכים ושרים: פרעזידענט אבאמא

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16553
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19046 מאל

לב מלכים ושרים: פרעזידענט אבאמא

שליחה דורך שמעקעדיג »

כ'האב געטראכט אביסל אויסצושמועסן אונזער פרעזידענט אבאמא, וועלכער שטייט שוין מיט א פוס אינדרויסן פונעם ווייסן הויז, און ווערט באזידעלט און באשייגעצט ביי אלע שיכטן און קרייזן. לאמיר אביסל אראפלייגן דעם פארשוין פון מיין קוק ווינקל, כאטש איך פארשטיי אז נישט יעדער וועט זיין צופרידן דאס צו ליינען :x

דער אבאמא האט זיך איינגעקויפט שונאים, וואו אימער מען קוקט נאר און מען לייענט (בפרט ביי די רעפובליקאנע צייטונגען און בלאגס) זעהט מען אין איהם א פערזאן מלא חסרונות, וואס פירט אמעריקע אזש אין דר'ערד, האט נישט קיין לידערשיפ סקילס א_ווי דעם פריערדיגן פרעזידענט בוש וואס האט געמאכט די וועלט ציטערן פון אמעריקע. כהיום יום איז אמעריקע א געלעכטער, ממש א חוכא וטלולא איבער די וועלט, א פאפירענער טיגער וואס קען דערשרעקן מיט רויטע ליניעס, אבער נישט קיין סאך מער פון דעם. ביי אונז אידעלעך קומט נאך צו דער פאקט אז ער איז אביסל אומפריינדליך צו מדינת ישראל, נתניהו האקט שטיקער אקעגן אים, בפרט נאך די איראנער דיעל, הקיצור... דער אבאמא מאכט פורים פון אמעריקע.

אבער מיין בילד אויף אים איז אינגאנצן נישט אזוי, און עס קרענקט מיך פארוואס מענטשן טראכטן אנדערש ווען עס מאכט נישט קיין סענס. איך בין בדעה אחת מיטן פרעזידענט אז אמעריקע איז נישט די וועלטס-פאליציי, און מיר דארפן אויפהערן זארגן פאר יעדן און שטעלן יענעמ'ס פריאריטעטן בעפאר אונזער אייגענע. ער איז אמעריקאנער פרעזידענט, ריכטיג? אלזא זאל ער זארגן פאר אמעריקע, און א כפרה די איבריגע וועלט! מיר גייט גאנץ ווייניג אן צי דער שייגעץ אין סיריע "ציטערט" פון אמעריקע צי נישט. אודאי רעדט מען נישט אז עס זאל ווערן א הפקר וועלט און עס זאל זיך גיסן טעראר אין די גאסן ה"י, עס מוז זיין מוראה של מלכות; אבער דאס איז איין חלק פון אסאך אנדערע און באלאנגט הויפטזעכליך פאר די סי.איי.עי., עף.בי.איי., און די האומלענד סעקיוריטי חברה. און ב"ה אמעריקע האט נישט געליטן קיין ערנסטע טעראר אטאקעס בעת אבאמא'ס קאדענץ. אבער אויסער דעם חלק איז נאך פאראן אסאך וויכטיגע זאכן אינערהאלב אונזער אמעריקע וואס מען ברויך אדרעסירן, און סאמהאו קוקט מיר אויס ווי אבאמא פרובירט צו פאוקעסן אויף די דאזיגע חלקים, ווי איידער אויף די איבריגע וועלט. בקיצור, ער איז ענדערש א אינערן מיניסטער ווי איידער א אויסערן.

אבאמא האט אריינגעלייגט א געוואלד כוחות צו ברענגען מער דזשאבס אין אמעריקע; צו פארשפרייטן דעם אינטערנעט אפילו אין רורעל עריעס; ער האט געשאפן דעם קאנטראווערסיאלן אבאמא קעיר, און כאטש מען קען דן זיין איבער די בענעפיטן דערפון, למעשה זעה איך נישט פונקטליך וואס ער האט אויפגעטון, די העלט אינשורענס פרייזן זענען נאך אלץ הימל-שרייענד הויך, האט ער אבער כאטש פרובירט זיין בעסטע עד שידו (יד כהה ;) פאן אינטענדעד) מגעת, און זיך גענומען איבער דעם נושא. אנדערע פרעזידענטן האבן זיך נישט צופיל געקימערט דערמיט.

איך בין אויך געווען גאר צופרידן אין זיינע בראשית יארן אז ער האט קעהר גענומען פון די שווינדלערייען פון די בענק און די קרעדיט קארדס, און זיי געשטעלט אויפן פלאץ מיט שטארקע רעגולאציעס, צו פראטעקטן די קאנסומערס און נישט צולאזן די בענק זיך צעפירן אויפן חשבון פון די ארימע מאסן. איך האב בשעתו געשריבן דערפון דא אין שטיבל.

איבער איראן, דער פרעזידענט האלט אז ער טוט די בעסטע זאך פארן לאנד, און ער האט געקעמפט דערפאר מיט ציין און נעגל, און איבערגעקומען אלע שטערונגען און בזיונות אנטקעגן אים. לויט אים, איז אמעריקע – און די וועלט – היינט מער א פארזיכערטע פלאץ מיט שלום, ווי איידער די סכנות וואס וואלט געקענט קומען מיט א צעקריגטע איראן וואס וועט זיך ממילא פארשאפן דעם אטאם מיט דער צייט. דאס האט אויך געהאלפן נידערן די געז פרייזן, וואס איז אויך געשען אויף זיין זייגער, און עס קומט אים קרעדיט דערפאר (כאטש ער האט גארנישט געטון דערצו). איי מדינת ישראל איז מ'כלומר'שט ווייניגער פארזיכערט יעצט לגבי איראן? לו יהא אז ס'איז אמת, האלט נישט דער אמעריקאנער פרעזידענט אז זיינע בירגער דארפן סעקריפייסן צוליב עפעס א אידיש לענדל וואס איז נישט זיין דאגה, און ליתר שאת חוצפה'ען זיי צו אים די גאנצע צייט... וואס נאך ברויך ער טון?

יעצט אין דעם לעצטן יאר, האט אבאמא זיך גענומען ארבעטן צו רעפארמירן דעם פארשאלטענעם אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם. ווי אויך ארבעט ער שווער צו פארמיידן גאן שיסערייען, טראץ די מעכטיגע דרוק פון די לאביאיסטן און גאן אסאסיאציע. דער וויצע פרעזידענט ביידען וויל אויפטון גדולות ונצורות צו טרעפן א רפואה צו די ביטערע מחלה ל"ע. און איך בין זיכער אז כ'האב פארגעסן אפאר זאכן. דאס אלעס זענען זאכן וואס וועט מאכן א חילוק פאר מיר און דיר אינעם טאג-טעגליכן לעבן. איך שפיר אז אבאמא איז "מיין" פרעזידענט, נישט דער וועלטס פארזארגער וואס טוט אפשר אויף אויף יענעם עק וועלט אבער פאר מיר פערזענליך כאפט עס נישט קיין נפק"מ אין ערגעץ. אבאמא רעדט צו מיר, צו מיין טאש, צו מיין געזונט, צו מיין יוסטיץ, צו מיין זיכערהייט.

דאס איז שוין אויסער די פאקט וואס זיין מהלך המחשבה לויפט אביסל ווי מיינס... ער איז א איש השלום, זוכט נישט קיין געפעכטן מיט קיינעם, פרובירט אלעס אויסצוגראדן בדרכי שלום, און נישט אויפצורעגן קיינעם, גיבט אכטונג אויף יעדן ווארט, כאטש בשעת מעשה שיסט מען און מען איז שטילערהייט גורם חורבנות ביי די אייסיס רוצחים, אבער לפנים איז ער א נייס דזשענטלמאן.

אודאי בין איך ביי דער מיינונג אז מען דארף קענען פייטן ווען עס פעלט זיך אויס, און פאר אן עת מלחמה וואלט ער נישט געווען דער פאסיגער קאנדידאט; אבער אינעם יעצטיגן מצב פעלט עס נישט אויס, ער איז ווייניג אינטרעסירט אז אונזערע אמעריקאנער סאלדאטן זאלן אויסשטארבן און פארוואונדעט ווערן אין די אראבישע לענדער, ער ברענגט זיי אהיים צו זייערע משפחות, און שפארט זיך נאך אפאר דאלער אויך...

בקיצור, איך בין ווייט נישט אלעס מסכים מיט אים, אבער דאס איז נישט דער נושא דא. דער פאקט איז, איך שפיר אז ער פרובירט מיט אלע זיינע כוחות צו זיין א געטרייער פרעזידענט פאר אונז פשוט'ע מענטשן. ווער געדענקט נאך אנהויב האט אבאמא געהאט א סיסטעם אז ער זאל נישט ווערן "סטאק אין זיין וואשינגטאן באבל", און געהאט א אימעיל אדרעס וואו מען קען קאמענטירן און געבן עצות. ער האט געוואלט הערן פון די פשוט'ע בירגער וואס עס קוועטשט זיי.

בדרך כלל האט יעדער פרעזידענט אסאך קריטיק בשעת'ן דינען אויפן אמט, און "היסטאריע" טוט זיי רי-עוועליועיטן שפעטער און ע"פ רוב קומען זיי ארויף מיט בעסערע אפשאצונגען ווי בשעת מעשה. איך גלייב אז דא וועט אויך זיין אזוי, סוף כל סוף וועט דאס לאנד איינזעהן אז דער פרעזידענט האט שווער געארבעט צו פארבעסערן זייער (אונזער!) לעבן, און אין א געוויסע זין, וועט מען אפילו זיך בענקען נאך אים.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר