בלאט 1 פון 1

א פארלוירן איד געזוכט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 2:06 pm
דורך דער געוואגטער יונגעל
עס קומט פאר א זוכעריי אקציע דורך די פאליציי און ערשטע הילף פון שיכון סקווירא, נאך א איד דוד מרדכי אהראנאוויטש ני"ו. ער פעלט שוין פון פרייטאג נאכמיטאג, ווי ער איז געזען געווארן צום לעצט.

דוד מרדכי, איז א איד מיט ספעציעלע געברויכן. [אדאנק 'פראדאקטיוו' וואס האט אים באוואפענט מיט קאנפידענץ האט ער גע'סטאפט נעמען מעדיקאציע, די נאכפאלגן איז היסטערי... (ווי איך האב פארציילט אין די פראדאקטיוו אשכול) אזש עס קען גאר זיין פאטאל.]

די לעצטע הודעה איבער אים, איז דורך א טעקסי דרייווער וואס האט אים גענומען פרייטאג נאכמיטאג צום 'וואשינגטאן ברידזש'. (...)

ער איז 46 יאר אלט.
בערך זעקס פיס הויך.
לייכט ברוינע קאליר בארד.
פיאות ארום די אויערן.
מיט ברילן, ברוין אין ווייס.
וואקט שטייט און פאמעליך.
טראגט אלטץ א בענדל וואס האלט די ברילן צוגעבינדן צום קאפ.

ווער עס ווייסט עפעס, זאל זיך פארבינדן מיט די פאליציי. ויה"ר ער זאל זיך אפגעפונען געזונט און שטארק.