רבי חיים קניבסקי ליידער נכשל געווארן אין ברכה לבטלה רח"ל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1484 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

רבי חיים קניבסקי ליידער נכשל געווארן אין ברכה לבטלה רח"ל

שליחה דורך רימון »

דרייט זיך ארום א טשאדעלע באדעלע מעשה מיט א קעניג וואס איז געקומען באזוכן רבי חיים קניבסקי און הערנדיג אז ער איז אומשטאנד צו הרג'ענען, האט רבי חיים א כאפ געטון הוט און רעקל און געמאכט א ברכה לכבודו פונעם געערטן קייזער.
דער קייזער איז געווארן גאר פאפולער און ווערט שוין אינטערוויאירט אין אן אויסגאבע וואו ער מאכט באמבאסטישע סטעיטמענטס איבער עשרת השבטים און אז ער גייט זיך מגייר זיין און כמעט וואס קופת העיר וויל שוין קומען צו לויפן מיט א גרויסן פאפנדעקל פושקע זיך געזעגענען ביי דעם באהאלטענעם צדיק.
שטעלט זיך ארויס אז אין כאן לא קייזער ולא קעניג, זיין קעניגרייך איז אן אור-אלטער וויץ און די ברכה איז ליידער געווען א לבטלה, די גאנצע מעשה איז א פראוד און א הוילע געבעקס, ער איז קייזער אין טאגא ווי איך בין קייזער אין יעהופעץ, ווי דינובער רבי'לע אין דינוב, און ווי די קאפקעיק לעידי זאל האבן א בארד.
קוים וואס מ'קען עפעס טרעפן איבער דעם קעניג אויפ'ן אינטערנעט אויסער זיין אייגענע וועבסייט, און דא קענט איר זען אז סך הכל איז ער עפעס א קריסטליכער גייסטיגער וואס האט קיינמאל נישט גענעכטיגט נעבן קיין קעניג, טאגא האט כלל נישט קיין קעניג און איז בלויז א רעפובליק, די אמעריקאנער רעגירונג זעט אים נישט ווי קיין פארטרעטער פון טאגא, ער איז נישט קיין איד און נישט קיין עשרת השבטים, סתם א מיסיאנער, זיין שנאר קאסע סרח'ט, זיין יוגנט און עדיוקאציע איז מוטל בספק, א שווינדלער ככל השווינדלערס, ואגב תמימתו פון רבי חיים און די טפשות פון זיינע ארומיגע האט מען אים געלאזט נכשל ווערן אין א שם שמים לבטלה רח"ל.
ב"ה אז אונזער עולם גולם קען מען אלעס פארקויפן און מ'טוט אן עפעס א קריסט א בעל דמיון א טלית און א קאפל. מ'נעמט היי רעז בילדער, מ'זעצט אים לעבן בעל מבקשי אמונה וועלכער איז אים מכבד צו זאגן שלש סעודות תורה, און מ'פארקויפט און דרוקט זיינע באבקעס און שטותים און אטענשאן טוויסטס מיט פאנטאזיעס איבער א קעניג אויף קכ"ז מדינות וועלכע שפילט מיט לייבן ויאכלו ענוים וישבעו.
לאנג לעבן זאל אידישע ליטעראטור.
פעס אראפ די קעטשאפ פליז.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר