דער ביליגער ביבי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 800 מאל

דער ביליגער ביבי

שליחה דורך shem-tov »

די כעלעמער איזראעליס ברעכן זיך שוין קאפ די לעצטע 4 חדשים זיי קענען זיך נישט גלייבן וואס דא גייט פאר, מען האלט אינמיטן א העפטיגער קאמפיין אין אמעריקע און קיינער דערמאנט נישט קיין ווארט פון איזראעל... נישט טראמפ נישט בערני נישט קלינטאן, קוים וואס איינער דערמאנט איר אבער, בכלל נישט קיין פארגלייך צו די אמאליגע גוטע צייטן ווען יעדער האט פארשפראכן נאכאמאל און נאכאמאל גאנצע פעק מיט זעק טובות פאר איזראעל. די רול איז היינט צו טאגס מער ווייניגער די זעלבע ביי אלע פאליטישאנס און ביי רוב בירגער, איזראעל איז אונזער וויכטיגע עליי אין די מידל איסט, מיר באטראכטן איר ווי דער איין און פופציגער סטעיט, מיר ברויכן איר האבן, דעריבער וועלן מיר איר שטיצן און באגלייטן, דאס מיינט אבער נישט אז מיר גייען מיטטאנצן מיט אלע זייערע משוגעתן און סטראשונגן, מיר פארשטייען נאך אזוי גוט ווי זיי צו די וועלטס פאליטיק און מיר וועלן טאן וויאזוי מיר פארשטייען.

אט דער נייער סיסטעם האט איינגעפירט אבאמא און דערמיט מעכטיג צוגעפיקסט דעם ביבי מיט זיין מדינה אז זיי ווייסן זיך נישט ווי אהין צו טאן, אנגעהויבן ווען ביבי מיט זיין סארקאסטישער שמייכעל האט זיך גענומען באהאנדלן אונזער פרעזידענט מיטן גרעסטן מאס בטול און דיסרעספעקט כמנהג איזראעל, ווען ער האט אים געגעבן לעקטשורס ביים ערשטען וויזיט. אבאמא האט שנעל קלאר געמאכט פאר ביבי אז מיר וועסטו נישט דרייען קיין קאפ איך בין דער פרעזידענט און נישט דו... דיינע חכמות און דריי שטיקעס וועסטו שפילן מיט דיינע רעפובליקאנער לעקער ביי מיר גייט זיין עכטע שלום ביזנעס. דער שחור האט צובראכן זיין גאווה און אגב געווארן א העלד אין די גאנצע וועלט, ער האט אנגעפיפן די מדינה מיט זייערע שטיקעס ובפרט ביי די איראן דיעל ער האט זיך פון זיי אויסגעלאכט און וואונדער איבער וואונדער דאס גאנצע אמעריקאנער פאלק שטיצט דעם פרעזידענט ופני ביבי וכל בני מדינה חפו, אלע איזרעליס שימפן פאר כעס בעיקר קענען זיי נישט אראפשלינגן אז יעצט ביי די עלעקשאנס קוקט קיינער ניטאמאל אויף זייער זייט. מען רעדט פון מעקסיקאו פון פלינט מישיגען פון סיריע און אויך אביסעלע פון איזראעל... אבאמא, טראמפ, קלינטאן, בערני יעדער רעדט היינט פון די מדינה ווי גלייך מען רעדט פון עפעס א קליינער סכסוך וואס מען דארף אויסגלייכן און דאס איז פאר די מדינה ממש טויט שטראף.

זענען די חכמי כעלעם אויפגעקומען מיט א פלאן, לויט ווי איך הער פון מיינע קוועלער האט מען אויפגעברענגט מערערע פארשלאגן אבער דער פלאן איז די מערסטע געפאלן פאר דעם פארשעמטן ביבי... מען גייט ארבעטן אונטערן טיש צו באקומען א מיטינג מיט די ווייסע הויז און ווי באלד דער מיטינג וועט באשטימט ווערן מטעם די אמעריקאנער וועט ביבי לאזן וויסן אז ער קומט נישט.. פארוואס.. ווייל ער וויל זיך נישט אריינמישן אין די איצטיגע פרעזידענשעל פאליטיקס... פונקט ווי אבאמא האט אים נישט געוואלט אויפנעמן פאראיאר.. ממש א שטיקל שאין כמוהו בעולם וואס מיט דעם האט מען מעכטיג אפגלערענט אבאמאס ביינער און אוודאי וועט יעצט יעדער רעדן פון די נעבעכדיגע איזראעל וואס ווערט אזוי געפייניגט פון אבאמא און אולי יחוס אז מען וועט צוריק אנהייבן רעדן פון זיי ביי די עלעקשאנס.. וואס דער ביליגער ביבי כאפט נישט איז אז ער טוט דערמיט די גרעסטע טובה פאר אבאמא וואס קען באמת נישט דערליידן דעם עקעלדיגן ביבי, אויך פארשטייט ער נישט אז עס גייט אים גארנישט העלפן מיט טראמפ וואס באטראכט זייער פאליטיק ווי עפעס א ריעל עסטעיט דיעל, (פארשטייט צעך אז זיי ציטערן פאר אים אויך אימת מות ווען ער וועט זיי צווינגען מיט זיינע דיעלס...) אויך גייט עס אים גארנישט העלפן מיט די וויילער דא וואס זענען שוין לאנג פעד אפ מיט איזראעלס שטיק דער איינציגסטער וואס וועט ליידן דערפון איז ביבי אליינס וואס וועט נאך אסאך כאפן דערפאר פון זיינע מענטשן.. אלץ א יודע פאליטיק און אלץ א סאטמארער קען איך זאגן אז דער פרישער פלאנטער וועט אים נאך אסאך באנק טאן...

איין זאך וואס איך וויל אבער פארשטיין ווי קומט צו א גוי אזויפיל כוחות הנפש ווי דער אבאמא פארמאגט וויאזוי קען ער זיך נאך בכלל וועלן טרעפן מיט דעם דל גאה וואס האט אים פרובירט צו באהאנדלן ווי א אפגעשמיסענער קליין קינד, וואס האט אפען און גראב קאמפיינט קעגן אים, וואס איז געגאנגן אין קאנגרעס אים צו פארשעמן, וואס פייפט זיך אן אין אמעריקאנער פאליסיס וועגן בויען אין איסט, וואס האט אים פרובירט אונטערצוהאקן מערערע מאל און יעצט מיט אט דעם ביליגן שטיקל... עס איז אומגלויבלעך בו בזמן וואס דער פרעזידענט גייט אן מיט זיין סדר היום ער טוט וואס ער דארף לטובת די מדינה.. דערפאר ליגט אויף אונז א פליכט מפרסם צו זיין זאל די וועלט וויסן אז מיר תורה יודן זענען נישט קיין ביליגע מטורפים נאר נארמאלע מענטשן און זאל דער אויבערשטער היטן אויף כל בית ישראל און ווייטער געבן כח און מח פאר אונזער הויעכגעשעצטע פרעזידענטן זיי זאלן זיך מיט אונז פירן מיט חסד און רחמים עד ביאת משיח
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים

דער אשכול פארמאגט 78 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר