קינדער לקח'נען א ישראל'דיגע דגל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2007 מאל

קינדער לקח'נען א ישראל'דיגע דגל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

דרייט זיך א קליפ ווי קינדער שפאצירען אהיים פון תלמוד תורה, א טאג פון תורה, עבודה, גמ"ח, א טאג נאכדעם וואס די מלמד האט אין זיי אריין געבלאזן אידישקייט, עבדות השם.

אזוי גייענדיג האט איין קינד באמערקט ווי אויף א הויז שטייט א ישראל'דיגע פאן, און טייטלט מיטן פינגער צו זיינע חברים אויפן פאן.
נישט טראכטן צוויי, לויפן זיי אריין צום יענעמס פראפערטי און פליקן אראפ די פאן,
https://youtu.be/3IQrSDd7Uhs

האט מען דאס געלערנט פאר אונזער נייע דור? דאס האט דער סאקמער רב געוואלט זיינע חסידים זאלן טוען?

היינט ביים דאוונען איז צו געגאנגען א וויזניצ'ע אינגערמאן און געוואלט זאגן קדיש, שטייט דארט א אינגערמאן מיטן סמארטפאון אין די האנט, האט נאכנישט געדאווענט געהעריג די לעצטע צען יאר, אין הייבט אן שרייען ווי א צולאזטע פערד (קרעדיט נחום) האלוי, גיי דיר ארויס פון דא, שייגץ..
נעבעך דער וויזניץ אינגערמאן האט נישט געוויסט וואס מ'וויל פון עיהם, וואס זאל ער טוען אז איהם ליגט נישט אין קאפ די מדינה א גאנצע טאג.

אבער עכ"פ, האט ענקער רבי ז"ל דאס געמיינט?
Doubt it

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר