בלאט 1 פון 1

ראמני'ס וויצע פרעזידענט קאנדידאט

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 12, 2012 8:35 pm
דורך משה געציל
א דראדזש רעפארט ווייסט צו פארציילן אז מיט ראמני האט גענצליך אומערווארטעט באשלאסן צו נעמען פרוי קאנדעליזע רייז אלטס ווייס פרעזידענט קאנדידאט.

לויט ווי דראדזש באריכטעט וועט ראמני מעלדן זיין באשלוס אין די קומענדיגע וואכן, דאס קען זיין א גאר געלונגענע אויסוואל, צוליב דעם וואס קאנדעליזע איז זייער באהאווענט אין אויסערליכע פאליטיק דינענדיג אלס סעקרעטרי אף סטעיט אונטער דעם געוועזענם פרעזידענט בוש, ווי אויך דער פאקט אז זי איז א אפריקאנער אמעריקען, אזוי ארום האט זי א כח צו אריבערברענגען שווארצע וויילער וואס וואלטן נאטורליך געשטימט פאר די אבאמא ביידען טיקעט אריבער צו די ראמני טיקעט, ווי אויך קען דאס ארויסשלעפן מער פרויען שטימעס פאר ראמני.

הודעהפורסם: זונטאג מאי 26, 2013 6:21 am
דורך זר זהב
למעשה האט ראמני איר גענומען אדער נישט

הודעהפורסם: זונטאג מאי 26, 2013 12:06 pm
דורך איחוד פעלד
ער האט נישט......

און ער האט בדרך אגב פארלוירען......

הודעהפורסם: זונטאג מאי 26, 2013 12:17 pm
דורך קופערניקוס
איך הער אז ראמני לויפט אלס וויצע מעיאר מיט כאטצימאטידיס. ווייסט איינער אויב די מילקשעיקער ציבור שטיצט אים?

הודעהפורסם: זונטאג מאי 26, 2013 12:17 pm
דורך יואב
איחוד פעלד האט געשריבן:ער האט נישט......

און ער האט בדרך אגב פארלוירען......


Source please
?

הודעהפורסם: זונטאג מאי 26, 2013 12:25 pm
דורך זר זהב
אויב ראמני האט פארלוירן זאל ער כאטש זעהן דאס טיפשות פון נישט פאלגן משה געצילס אנאליז. אבער קודם ווארט מען פאר א לינק פון איחוד אז ער האט טאקע פארלוירן.

הודעהפורסם: זונטאג מאי 26, 2013 3:12 pm
דורך איחוד פעלד
איך זוך און איך קען נישט טרעפען.

קען זיין ס'איז נאר קאנספריסי, גיי ווייס, פרעגט דער קעניג.

הודעהפורסם: זונטאג מאי 26, 2013 3:21 pm
דורך זר זהב
אקעי, ס'שוין איינמאל א קאנספיריסי! ראמני האט געוואונען, סוי האט ער יא קלוג געטון נישט צו נעמען רייס.

http://www.dailykos.com/story/2012/12/1 ... -a-Mandate

הודעהפורסם: זונטאג מאי 26, 2013 3:44 pm
דורך מאטי
איך קום דא בשליחות פון מח שליט אויפצוקלערן דעם עולם, אז דאס וואס איז אנגענומען בין הבריות אז דער קאנדידאט וואס באקומט ווייניגער שטימען און בשכר זה קומט ער נישט אן צום ווייסן הויז הייסט א פארלירער, איז סך הכל אן אויפגעבויטער קאגנעטיווער קאנטשעס אין מח בעיסד אויף פרייער עקספיריענסעס און קאמאן נאלעדש.
מ׳קען בעצם טרעינען דעם מח אז דאס זאל יא ווערן אנגענומען אלס א געווינס און אויב דער מח זאגט אזוי איז דאך דאס דער קאנטשעס און אויב קאנטשעס זאגט אזוי ווערט דאס ריאליטעט.