שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!

שליחה דורך אדנירם »

עס איז מיר זייער אומבאקוועם צו רעדן פון דעם פרשה, וואס איז אקארשט פארלאפן פאריגע וואך, אבער ההכרח לא יגונה והשקט לא אוכל. ליינט מיט שרעק איבער ווי ווייט די דור האט זיך דערקייקלט.


עפעס א בחור - לכאורה פון די אפפאל - פון א בארימטע ישיבה, איז געוואויר געווארן פון א געוויסע פלאץ וואו מיידלעך קומען זיך צאם, פאר 'דענסינג קלעססעס'. זייענדיג נישט קיין גרויסע יר"ש ויצרו בערה בו, האט ער געטראפן א וועג זיך אריינצובאקומען אין יענעם פלאץ. איך וויל נישט אריינגיין אין די פרטי פרטים משום הרחק מן הכיעור, כ'וועל נאר זאגן בקיצור נמרץ, אז ס'האט זיך אנגעהויבן מיטן פארשטעלן ווי א מיידל און צוקוקן, און נאכן געווינען טראסט האט ער צוביסלעך קאלט געמאכט די מיידלעך צום מושג פון 'נישט רעדן מיט א מאנסביל', און עווענטועל האט דער בחור אריינגעריקט זיינע חברים אינעם עסק, און ס'איז געווארן לעבעדיג.

כמובן אז כדי מ'זאל נישט כאפן וואס גייט פאר האבן די מיידלעך אנגעהויבן גיין אינדרויסן פון שטאט צום טאנצן, און זיי זענען געווארן גוט מיט די בחורים. כ'וויל מיך נישט פארשטעלן דאס ווייטערדיגע, אבער אזויפיל איז יא קלאר אז א שיינע פאר בחורים זענען 'געפאלן אין ליבע' פאר געוויסע מיידלעך, און זיי האבן מחליט געווען אז זיי ווילן הייראטן די מיידלעך. און דאס זעלבע פארקערט, געוויסע בחורים זענען געפאלן אין די מיידלעך'ס אויגן, און זיי האבן געזאגט עלי יניח צדיק את גופו.

יעצט קומט מען צום עיקר פראבלעם: בחורים און מיידלעך קומען אהיים אז זיי ווילן חתונה האבן מיט פלוני אלמוני/פלונית אלמונית, און זאכן הייבן אן פארן 'אאוט אוו קאנטראל'. ס'דויערט נישט לאנג, און נאך קורצע חקירות ודרישות שטעלט זיך ארויס די פרשה אין פולן פראכט: עוורידזש בחורים פון ישיבת.... האבן זיך געטראפן מיט מיידלעך, געפאלן פאר זייערע חנ'וועדיגע גופים, טענץ, און קול [הגה בעצמך, דער בחור האט קיין מושג אין די ענינים. ווען טרעפט ער זיך אמאל מיטן אפעזיט דזשענדער?!], און מחליט געווען אז זיי האבן 'ליב' די מיידל, און ווילן גאר חתונה האבן מיט זיי.


און יעצט האלט מען שוין בעפאר א שטינק אין גאס. די בחורים און מיידלעך האבן זיך זייערע באליבטע, און קענען בעצם טון כאוות נפשם, מיט הסכמה אדער אן. מצד שני, אויב מ'שטעלט זיך נישט צו צו זיי און זיי מאכן די שידוך אומאפיציעל, ווערט אן עמטליכער שטינק אין שטאט. און דא קומט אריין די הויפט פאקטאר: דאס וועט מאכן א שלעכטע נאמען פאר די 'פיינע ישיבה' וואו די קלי הדעת האבן געלערנט, און קומענדיגע זמן קענען זיי זיין אונטער גראטעס.

זעצן זיך צאם די חכמי כעלם אין ישיבה, לדעת את שלום הישיבה ומה יעשה בה. דער ראש ישיבה קומט אויף מיט א גראנדיעזע הצעה: די ישיבה קומט בעפאר אלעס, און מ'קען ח"ו נישט פארשמירן אונזער נאמען אין גאס. איי די הפקרות פון די בחורים? מ'קען עס פארענטפערן בגיבובי סרק. מ'גייט צאמרופן אלע בחורים שידם היתה במעל, און מ'וועט זיי זאגן אז פאקטיש טוען אזוי די ליטווישע בחורים [אזוי? שקר וכזב. זיי טרעפן דען מיידלעך טאנצן, וואס רייצן פשוט אן א בחור?!], און ס'נישט עק וועלט, און אדרבה די שידוכים זאלן גיין ווייטער בהסכמה, און מ'וועט לייגן לחץ אויף די עלטערן אנצושטעלן א פנים כאילו דאס האבן זיי גאר געוואלט, ושלום על ישראל. די מעשה האט פאסירט פאריגע וואך פרייטאג.

למעשה איז עס אנגעקומען צו די אויערן פון אפאר חשוב'ע רבנים ודיינים אין שטאט, און די כעס אקעגן די ישיבה שטייגט עד לב השמים. איינע פון די רבנים האט זיך אויסגעדריקט, אז מיט אזא צוגאנג 'אפיציעל מטעם הישיבה', וועט מען נאך איין טאג אפיציעל אויסקלאפן אין ישיבה אז בחורים דארפן הייראטן מיידלעך נאכן פאלן אין 'ליבע', וואס דער טריפה'נער גוי'אישער מושג מיינט אין אנדערע ווערטער - שמוץ בעפארן חתונה, וד"ל. פון איינע פון די גרעסטע רבנים אין שטאט האב איך געהערט נאכזאגן, אז ער פלאנט ארויסצוקומען מיט א שארפע קול קורא קעגן די ישיבה, זאגנדיג אז זייער צוגאנג פאסט ענדערש פאר משכילים וקלי הדעת, און תוצאתיה מי ישורנה.

ווי עס האלט יעצט, ווערט א באוועגונג ביי די רבני העיר ענטליך ארויסצוקומען בחרב ובחנית אקעגן די ישיבה, וואס האט כמעט ווי גע'כשר'ט אזא מנוול'ישע מעשה, אלעס צוליב אייגענע אינטערעסן. הגם די ישיבה לייקנט שטיין און ביין אז דאס זאל זיין זייער חשבון, און דער ראש ישיבה טענה'ט אז ער מיינט נאר די תועלת פון די בחורים, וואס וועלן האבן אן אומגליכקליך לעבן אויב זיי וועלן נישט חתונה האבן מיט זייערע באליבטע...



איך ווייס אז דער עולם וועט זיין סקעפטיש איבער אזא שמוציגע פרשה, און פארוואס זאל איינער גלייבן אז ראשי ישיבות האלטן אין אזא נידעריגע מצב, אבער כ'האב קלארע דאקומענטאציע דערוועגן, וואס איך גיי דא שוין אראפברענגען, כדי יעדער זאל קענען וויסן קלאר ווער עס זענען די משכילים און מהרסים מקרב המחנה.

דא האט איר דעם ערשטן דאקומענטירטן מעשה, בפשטות געשריבן דורך משכילים למיניהם:
משנה תענית כ"ו ע"ב האט געשריבן:"לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיוה"כ, שבהן בנות ירושלים יוצאות בכלי לבן... ובנות ירושלים יוצאות וחולות בכרמים. ומה היו אומרות? 'בחור, שא נא עיניך, וראה מה אתה בורר לך, אל תתן עיניך בנוי - תן עיניך במשפחה', שקר החן והבל היופי אשה יראת ה' היא תתהלל (משלי לא, ל)".


אויב דאס איז נישט גענוג, זענען געקומען שפעטערדיגע מהרסים און צוגעלייגט שארפערס:
גמרא תענית ל"א ע"א האט געשריבן:"תנו רבנן, יפיפיות שבהן מה היו אומרות? 'תנו עיניכם ליופי - שאין האשה אלא ליופי', מיוחסות שבהן מה היו אומרות? 'תנו עיניכם למשפחה - לפי שאין האשה אלא לבנים', מכוערות שבהם מה היו אומרות? 'קחו מקחכם לשום שמים, ובלבד שתעטרונו בזהובים'. וברש"י ד"ה שאין אשה אלא לבנים: אם בניך יהיו מיוחסין, הכל קופצין עליהם, בין זכרים בין נקבות".


מ'שטיינס געזאגט, די גרעסטע יום טוב פאר כלל ישראל איז ווען בחורים טרעפן זיך מיט מיידלעך, זעען זיי טאנצן אנגעטון אין שיינע ווייסע קליידער, ווען די שיינהייטן טריצן 'קוקטס אויף ביוטי, אויף וואס דען בין איך דא?', און די ראשי ישיבה געבן גאר הסכמה דערצו. מיר זענען מוחה בכל התוקף קעגן די רעפארם ראבייס וואס האבן אפגענויגט פונעם דרך הישר - - -

- - - וואס שטייט אין גמרא.

דער אשכול פארמאגט 95 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר