דוד שווארטץ פאר דיסטריקט לידער

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1648
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 792 מאל

דוד שווארטץ פאר דיסטריקט לידער

שליחה דורך בן ישי »

דוב הייקינד דער אסעמבלימאן פון assembly district 48 וועלכע נעמט אריין בארא פארק אין חלקים פון פלעטבוש, האט מחליט געווען אז ער גייט מער נישט לויפן פאר די פאזיציע פון 48 ditrict leader א פאזיציע וועלכע ער האט אנגעהאלטן די לעצטע דרייסיג יאר.

ער האט אינדארסירט זיינס א געהילף דוד שווארץ ער זאל לויפן פאר די פאזיציע.

א דיסטריקט לידער באקימט נישט באצאלט אבער אפיציעל הייסט עס א שטארקע כח אין בעיקר מיטן אינדאסירן קאנדידאטן פאר די וואלן (אין אנדערע ווערטער ער וועט קענען נעמען פיקטשערס ווי ער קאכט אין משביע אדער טרעפט זיך מיט פאליציי אין פאליטיקאנטן)

ווער איז דוד שווארץ?

דוד איז א סאטמארער (מהר"א) חסיד וועלכע פלעגט וואינען אין וויליאמסבורג ביז א האלבע יאר צוריק ווען ער האט חתונה געהאט צו בארא פארק, ער האט געלערנט אין סאטמאר קרית יואל ישיבה, ער האט זיך אריין געדרייט אין פאליטיק די לעצטע פאר יאר אין האט געארבעט פאר הייקינדס ווידערווילינג קאמפעין אין שפעטער אלס זיין געהילף.

דוד איז 22 יאר אלט אין אויב געווינט ער די פאזיציע וועט ער זיין די יונגסטע חרידישע יוד צו געווינען די פאזיציע.

די וואלן גייט פארקימען דעם קימעענדיגן דינסטאג september 13.
דוד בן ישי עבדך משיחך

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר