3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א גט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך דער שכן » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 9:45 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:ווער ווייסט, אפשר וועט ער גאר יעצט ארבעטן פארקערט און גאר טערארעזירן די ארונים....


אדער גאר פארקערט, יעצט שוין זיך געלערנט און תשובה געטון וועט ער אפילו העלפן די (נייע) שֹונא... :mrgreen: יָמים יְדבֵּרוּ....
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס..
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 438
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג פעברואר 04, 2018 5:47 pm

עס דערפרייט דאס הארץ צו הערן ווי דער נידריגער מנובל גולדבערג שר''י וואס האט אזויפיל אזויפיל מענער ווייבער און קינדער דערביטערט אויף זייער גאנץ לעבן ,וויינט יעצט ב''ה אליינס אביסל.

אהרן, אז דו וועסט צעהן טויזענט יאר וויינען אין איין צוה וועסטו נישט מכפר א צעהן טויזענסטל פון דיינע עקלהאפטיגע מעשים.

ניין, עס איז נישט א ענין פון נקמה, אבער בפירוש יא א ענין פון באבוד רשעים רינה.

אבער למען ה' וואס ווילסטו פונעם אייבערשטען? ער האט דיך געהייסן טוהן דיינע טויזענטער מעשה נבלות אכזרות און פראוד? ער האט דיר געהייסן פלאנען א מארד בפועל ממש?



http://www.bhol.co.il/129882/%D7%94%D7% ... 7%99.html#
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5469
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2471 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 04, 2018 6:31 pm

איך אויך: ייש"כ פאר ברענגען דעם לינק. דער שייגאץ און פאטענציעלער רוצח. קודם פאררופט ער זיך אויף זיין ייחוס אז ער האט משמש בקודש געווען דעם הייליגן מאכנובקא'ער רעבי'ן זצ"ל. און אויך אז הער האיז א העיניקל פונ'ם חוזה פון לובלין און פון לעלוב'ער רעבי'ן. און ער איז מחייב א יעדן איינעם מיט לכל הפחות פיפציעג דאללער. און ער וועינט מיט ביעטערע טררררערררן און הער א האיז מעקאבל בעי אהאוועה אז ער קען נישט זאן ביי די חתענע פין זאן זין. ער טרייט מסביר צו זיין וואספארא צער דאס איז אז א טאטע קען נישט זיין ביי די חתונה פון זיין קינד. ס'איז פונקט אזוי ווי דזשאהן גאטטי זאלל ארויסרופן רחמנות ביי די וועלט אז ער קען נישט זיין ביי די חתונה פון זיין קינד. וואס האט ער אנגעשטעלט אז ער קען נישט זיין ביי די חתונה...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12165
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13545 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7763 מאל

Re: 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א ג

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » זונטאג פעברואר 04, 2018 7:06 pm

איך אויך האט געשריבן:עס דערפרייט דאס הארץ צו הערן ווי דער נידריגער מנובל גולדבערג שר''י וואס האט אזויפיל אזויפיל מענער ווייבער און קינדער דערביטערט אויף זייער גאנץ לעבן ,וויינט יעצט ב''ה אליינס אביסל.

אהרן, אז דו וועסט צעהן טויזענט יאר וויינען אין איין צוה וועסטו נישט מכפר א צעהן טויזענסטל פון דיינע עקלהאפטיגע מעשים.

ניין, עס איז נישט א ענין פון נקמה, אבער בפירוש יא א ענין פון באבוד רשעים רינה.

אבער למען ה' וואס ווילסטו פונעם אייבערשטען? ער האט דיך געהייסן טוהן דיינע טויזענטער מעשה נבלות אכזרות און פראוד? ער האט דיר געהייסן פלאנען א מארד בפועל ממש?



http://www.bhol.co.il/129882/%D7%94%D7% ... 7%99.html#



Link not working?
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 812
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 9:16 am
האט שוין געלייקט: 999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » מאנטאג פעברואר 05, 2018 11:06 pm

קען זיין אז אהרן גאלדבערג איז טאקע א רשע וואס ארבעט אויס זיינע שיטות גענוי ווי א מאפיע.

אבער וויפהל איך ווייס נוצט ער נאר אויס אויף אזעלכע וואס האבן אויסגעפייניגט און דערגאנגען די יאהרן פון זייערע ווייבער
האט ער זיך אנגעטראגען צו נקמה נעמען אין זיי און פארביטערן זייערע לעבן אויכעט.

איך האב נישט ליב זיין דרך השלום,
אבער ער האט זיך אנגענומען פאר פרויען וואס האבן געליטן פאר ער האט זיך אריינגעמישט אין זייערע פרשה

איך ווייס נישט ווער איז א גרעסערער מערדער...
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 2:16 am
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:41 am

נקודת אמת: דו זעהסט דאך אז דער דרך ארבעט נישט. ס'איז נישט איש כל הישר בעיניו יעשה. ווי זאגט די משנה אין מס' אבות..."הוי מתפלל בשלומה של מלכות. שאילמלא מוראה, איש את רעהו חיים בלעו"...או'קעי. ער האט קודם געוואלט הרגנ'ען דעם מאן...זעסט דאך אז מ'האט איהם געכאפט. איך האלט אז ער (אהרון גולדברג) זאלל זאגן אט די טענה פאר'ן דזשאדזש אין קאורט. אז ער האט עס נאר געטון אויס רחמנות אויף די פרוי...איז לאמיר זעהן. אפשר וועט איהם דער שופט זאגן א גרויסן יישר כח...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12165
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13545 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7763 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » דינסטאג פעברואר 06, 2018 10:43 am

ס'דא א באקאנטע מעשה פון איינער פון צדיקי הדורות וואס עפעס א יודענע האט זיך אפגערעדט צו עם אויף איהר מאן וואס איז איהר מעגן שוין א לאנגע תקופה.

דעם צדיק האט געשיקט זיין גבאי צו א געוויסער פלאץ און ער האט דארט געטראפן יענער פארשוין.

און דער גבאי האט איבערגעגעבן פארן בעל-המעגן אז דעם רבי'ן האט געהייסן אז ער זאל קומען שנעל געבן א גט און אפ'פטר'ן זיין צובראכענע יידענע.
דער מאן האט בשום-אין-אופן נישט מסכים געוועהן.
האט די גבאי עם איבערגעגעבן א שרעקעדיגע מעסעדזש פון רבי'ן:
זאלסט וויסן אז דער ערשטע משנה אין קידושין דערציילט אונז אז א פרוי האט 2 וועגן צו זיך צוריק קונה זיין פון דער מאן'ס רשות:
"וקונה את עצמה בשתי דרכים, בגט ובמיתת הבעל",
אז דו וועסט נישט געבן קיין גט, וועט דיין ווייב זיך מוזן קונה זיין אויף די צווייטע וועג...,

דער מאן האט זיך דערשראקן און גלייך געקומען געבן א גט פאר זיין ווייב.

(ויש חסידים שאהבו לסיים: ער איז געבליבן שטארק ביי זיך און ער האט נישט מוציא שנתו געוועהן... ;) )


להבדיל בין צדיקים לאלו שאינם, ובין דרכיהם הקדושות למול דרכיהם הנלוזות של אחרים.
היינטיגע צייטן וואלט מען א וודאי איינגעזעצט דעם רבי'ן מיט'ן גבאי, וועגן: סחיטה באיומים וכדו'.

אהרן גאלדבערג האט צו זיך לערנען אין די נעקסטע פאר חדשים וואס ס'איז עם נעבעך געבליבן צו זיצן.
אז אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע סטראשעטמען נישט אזוי אויפן טעלעפאן...

אבער גודל עוונו ברציחה לא השכלתי הבינו.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 2:16 am
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 06, 2018 1:58 pm

נקודת אמת: איך האב מורא אז אין ארץ ישראל טאלערירט די רעגירונג אויך נישט קיין איומי רציחה...!

גדולי ראשי הכנופיות יוכיחו. זיי אלע זיצן אין דזשעיל אדער מ'זאגט שוין קדיש נאך זיי...! און די באבא'ס מאכן אזכרות פאר זיי...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12165
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13545 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7763 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 06, 2018 2:02 pm

נקודת אמת: ועוד. דו קענסט זיין רואיג אז בלויז פאר רעדן אויפ'ן טעלעפאן האט מען איהם נישט ארעסטירט און פארמשפ'ט צו לאנגע חדשים אין תפיסה. די אמעריקאנער רעגירונג ארבעט אזוי אז זיי נעמען א סוכן (סמוי) כפול וועלכער רעדט איהם צו צו געבן געלט אדער טון עפעס אן אנדערע זאך בפועל וואס ווייזט אז ער איז גרייט אדורכצופיהרן די מעשי רציחה. און נאכדעים ארעסטירט מען איהם...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12165
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13545 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7763 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 10 געסט