ריכטיג האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:עס שטייט May- קען- עס קען געשעהן, עס קען זיך מאכן, אבער עס איז נאכאלץ נישט א געווענטליכע ערשיינונג.
אין רוב פעלער געבן זיי joint custody.
דו האסט גאנישט מחולק געווען מיט דיין source.
מיינע sources זענען פון די זעלבע site ווי דיינס.
איך מיין דו פארמישט זיך מיט וואס איך האב געשריבן, און וואס ליטוואק האט געשריבן.
די סיבה פארוואס עס איז גרינג פאר חסידישע אויף צו ווייזן אז דער יונגערמאן איז נישט capable, איז ווייל רוב חסידישע מענער קענען נישט קאכן, וואשן וועש, און אויף רוימען א הויז. ווי אויך ארבייטן זיי על פי רוב אינדרויסן פון הויז.
אין די גויעשע וועלט איז זייער אנגענומען צו באקומען joint custody, און די קינדער זענען א האלבע וואך דא, א האלבע וואך דארט.
זיי האבן וועש און וויכטיגע זאכן אין ביידע הייזער א.א.וו.
אויב איין פארטנער מופט אוועק פארלירט מען די רעכטן, ווייל עס איז נישט פארן טובה פונעם קינד צו וואוינען אין 2 שטעט.
מיינע sources זענען פון לאיערס וואס איך האנדל א סך מיט, נישט פון סייטס. אייער source פאר אייער גרייז אז פיזיקל קאסטאדי איז זעלטן איז פון גוגל, וואס אין דעם פאל שיסט גוגל ארויס אפאר שורות פונעם סייט justia, און ס'איז גרייזיג. אויף דעם האב איך געברענגט מיין ערשטע לינק וואס איך זעה אז יענע וועבסייט איז מער אקוראט.
און יא, שענקן פיזיקל קאסטאדי בלויז פאר איינעם איז "נישט" זעלטן, אדרבה, דאס איז וואס געשעהט כמעט אין יעדע פאל, און עס גייט געווענליך צו די מאמע אפילו ביי די גויים.
מיינע sources זענען פון לעבנס ערפארונג. אין 2020 האבן ביידע עלטערן די זעלבע רעכטן אין קארט.
רוב מאל געבן זיי יא joint custody.
איך האב גענוצט גוגל צו ווייזן proof אז דאס איז ריכטיג, און גוגלס source איז בצפל פון די זעלבע source ווי דיינס.