3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א גט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 2:57 pm

איך וויל נאר פארשטיין וואס דו זאגסט. מיך האט מען אויסגעלערנט אז ס'דא תרי"ג מצוות און דאס דארף מען היטן און גארנישט עפעס אנדערש, קומסטו און דו זאגסט אז ס'דא עפעס וויכטיגער פון די תרי"ג מצוות ס'רופט זיך "חיזוק הדת", און דאס איז נאך וויכטיגער פון די פשוט'ע תרי"ג מצוות. פון וואו קומט דעם מושג "חיזוק הדת"? פארוואס קען מען נישט אויפקומען מיט א נייע מושג פון "תקנת ארמלות חיא", הערט זיך לומדיש, ניין? אין טויזענט יאר ארום וועט מען אין בריסק לומדעווען אין די טיעפקייט דערפון, די מקובלים וועלן שוין מסביר זיין ווי ס'איז אויסגעשטעלט לויט די עולמות העליונים און ס'קען פשוט אנדערש נישט זיין. איינער וואס וועט מדייק זיין פון די תורה אנדערש וועט מען אפשטעמפלען אלץ קראי, און אז איינער וועט קומען מדייק זיין אין גמרא אנדערש וועט מען פארשרייען אז מ'קען נישט פסק'נען פון גמרא, די שו"ע איז דאך פשוט אז ס'איז געמאכט פאר גרים, מנהג עוקר הלכה, און אלעס וועט שטימען הונדערט פראצענט. ס'וועט זיין א חיזוק הדת, א שמירת הדת, מיט אלע גוטע זאכן אינדערמיט.

דו זאגסט אז שלא תנעול דלת בפני לווין איז כדי מ'זאל קענען מקיים זיין די מצוה פון אם כסף תלוה את עמי, און ווען מ'האט מבטל געווען די איסור פון הסבת נחלות איז עס געווען פאר וועלכע מצוה? אפשר כדי ס'זאלן זיין מער פרויען מיט וועם צו קענען חתונה האבן און מקיים זיין די מצוה פון פרו ורבו, קען מען דאך זאגן די זעלבע פורים תורה דא אויך!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:11 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3793
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3651 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2948 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:08 pm

אינטרעסאנט, האסט פונקט אזויפיל לאזונגן ווי דאס דו באשולדיגסט אנדערע, און דו זעסט נאר יענעם.

ווער האט דיר איינגערעדט אז די חכמים האבן א כח צו מאכן סתם תקנות לתועלת דער צו יענעם? האסט בכלל א מקור פאר דעם? אפשר וואלטן זיי זייער געוואלט, נאר זיי קענען נישט. ווייל נישט דאס איז זייער ארבעט. איי, אלע אנדערע תקנות זייערע? זיי זענען נאר פאר'ן דת זעלבסט, נישט עפעס אנדערש.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:13 pm

זיי האבן נישט די כח? א נייע מעשה, זאלן זיי יא האבן די כח! די כח צו טוישן מצוות האבן זיי זיך אליינס גענומען, קענען זיי נעמען דעם כח אויך.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3793
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3651 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2948 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:14 pm

וואס גענוי איז דיין פראבלעם? האסט געגעסן פרישטיג היינט? פארוואס ווילסטו נישט רעדן צו דער זאך? אדער סתם אזוי קענסטו נישט?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:24 pm

איך זעה נישט וואס כ'האב געזאגט אזוי שלעכט, כ'האב פשוט איבערגעזאגט וואס דו האסט אמאל גע'טענה'ט דא.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3793
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3651 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2948 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:28 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך זעה נישט וואס כ'האב געזאגט אזוי שלעכט, כ'האב פשוט איבערגעזאגט וואס דו האסט אמאל גע'טענה'ט דא.

וואס האב איך שוין דארט געשריבן? אז הלכה איז געמאסטן מיט גדרי הלכה, נישט זייטיגע חשבונות. די תורה גיבט און באפליכטעט די חכמים צו מאכן א משמרת למשמרתי, און נישט טון סתם זאכן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:39 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די תורה גיבט און באפליכטעט די חכמים צו מאכן א משמרת למשמרתי.

איך געדענק נישט אזא פסוק.

אגב, דאס וואס מ'האט פריער גערעדט צו היתר עיסקא איז גלאט צו נישט מיין איך אז ס'הערשט דא אביסל א מיספארשטענדעניש, אן עיסקא אליינס איז טאקע גלאט, א היתר עיסקא (ד.ה. א געהעריגע הלוואה וואס מ'דמיונ'ט כאילו ס'איז אן עיסקא) איז אבער גארנישט אזוי גלאט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3793
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3651 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2948 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:42 pm

אם רק הוא, מכם הוא רק.

די כלל וואס איך האב באמערקט ביי אלע אפיקורסים, אז נישט זיי האבן קשיא'ס אומפארשטענדענישן און סתירות, נאר מער האט מען א לייכטיזיניקייט צו תורה און איר פרטים און יסודות, מ'גייט צו מיט א ליצנות, און דערנאך פארשטייט מען טאקע נישט. טאמער דיין הנחה קדומה איז אז אלס איז גארנישט מיט נישט, וועסטו טאקע נישט פארשטיין. טאמער דו זוכסט צו פארשטיין די נושא פון תושבע"פ על בוריה, גיי לערן די סוגיות. נעם ארויס א גמרא יבמות, נעם דיר ארויס די אלע ספרים וואס רעדן דערפון, און פראביר עפעס צו דערגיין. סתם חוזק מאכן מיינט אז צום אמת וועסטו קיינמאל נישט אנקומן, און דאס וועט זיין פון דיין שולד, נישט צוליעב קושי השעבוד.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:44 pm

פארוואס מיינסטו אז כ'האב נאכנישט געלערנט די סוגיות? אה, ווייל איך בין געקומען צו אן אנדערע מסקנא ווי דיר.

איך האלט אז דו האסט נישט געלערנט די סוגיות, פון וואו ווייס איך? ווייל דו ביסט צוגעקומען צו אן אנדערע מסקנא ווי מיר... פרעג מיך אפ.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3793
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3651 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2948 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:49 pm

ביסט נישט געקומן צו א מסקנא, דו טרייבסט שפאס, דו שרייבסט נישט קיין גלאטע ווארט דא. נישט קיין מסקנות, נישט קיין ראיות, נאר ליצנות. און טאקע פון דעם ביסטו געקומן צו דיין מסקנא. פון ערנסטע קשיא'ס האב איך נאך נישט געזען מ'זאל קומן צו אזעלכע מסקנות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:54 pm

איך געדענק נישט וואו כ'האב געטריבן שפאס, כ'על איבערזאגן נאך איינמאל אין קלארע ווערטער. די תורה האט אינערגעץ נישט געגעבן פאר די חכמים א כח צו טוישן מצוות, פארקערט גאר, ס'דא אן איסור פון בל תוסיף און בל תגרע, די כח צו טוישן מצוות האבן די חכמים זיך אליינס גענומען און עס נאכדעם אריינגעטיישט אין פסוקים. קענסט נישט יעצט קומען טענה'ן "אונז האבן נישט קיין כח" ווייל אויב דו טוסט נאר וואס דער באשעפער האט דיר געגעבן א כח וואלסטו געווען א קראי, געבלאזן שופר אום ראש השנה וואס געפאלט אין שבת, נישט חתונה געהאט מיט א פרוי פון אן אנדערע שבט, זיך נישט פארלאזט אויפ'ן עירוב, געטראגן תכלת, און נאך אסאך. דו טוישסט יא און דריי נישט קיין קאפ.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3793
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3651 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2948 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:59 pm

ביסט געווען דארט ווען די חכמים האבן עס געטון? אן עד האט עס דיר פארציילט אז זיי האבן גענומן די רעכט? פון וואנעט ווייסטו אז אזוי איז געשען?

דאס שרייבן סתם מעשיות אן א דעקונג, אן א ראיה, סתם פון ארבען ארויס, איז ליצנות, לייכטזיניקייט.

ווען דו וואלסט געווען טאקע אן ערנסטע זוכער, וואלסטו אפיר געברענגט די מקורות, און געוויזן פארוואס דו מיינסט אז זיי האבן די רעכט נישט באקומן פון די תורה. און אויף דעם זאג איך דיר, אז ווען דו וואלסט געזוכט די אמת, וואלסטו צו אזא מסקנא נישט געקומן. עכ"פ, אין מיין עקספיריענס, נאר אזעלכע שבת אחים'לעך וכדו' ווערן כופרים, ווייל זיי ווייסן טאקע נישט וויאזוי צו ליינן און זוכן דער אמת. מער ווי א קורצע ווידיאו אדער א גוגל זוך קענען זיי נישט, אדער האלטן זיי נישט ביים טון. עכ"פ אין מיין עקספיריענס, און דו ווייזט די זעלבע זאך. נעם עס ערנסט, זוך ערנסט, און נאך דעם קום צוריק מיט א קשיא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 4:02 pm

ניין, איך בין נישט געווען דארט, איך ווייס עס ווייל אזוי שטייט אין גמרא ברכות דף יט:, אין תענית לב: איז דאס די איינציגסטע פשט, און איך גלייב די גמרא.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3793
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3651 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2948 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 4:09 pm

דער אמת איז אז אפילו די רבנים אין ארץ ישראל וואס דינען פאר די מדינה ווילען אויך נישט מאכען קדושין על תנאי, איך ווייס נישט פין ווי זייער התנגדות קומט, אבער לויט ווי זייער הילוך המחשבה גייט, איז עס א פראקטישער נישט א הלכה'דיגער, און לכאורה ווייל זיי ווילען נישט קיין זלזול אין קדושין, דער זנות וואלט אפשר געשטיגען, וויסענדיג אז לעת הצורך קען מען מבטל זיין די קדושין און מטהר זיין ממזרים, און דער יחס צו חתונה בכלל וואלט געווארען ווייניגער חשוב, אזוי ווי מען זעהט טאקע אין די גוי'שע וועלט.

הגם לדעתי וואלטען רבנים געדארפט זיך צוזאמען נעמען דורך עסקנים, און איינפירען א הלכה'דיגע גט געזעץ, ווי מען קען דורך די ערכאות צווינגען א גט אויף א וועג וואס עס זאל נישט הייסען א גט מעושה, און אהן אריין גיין אין דער מסובך'דיגער נושא, איז דא וועגען וואס מען קען עס מאכען. אין דער סיטי קארט סיסטעם איז דא ריכטערס וואס פארשטייען צו דעם, און זיי מאכען א געלט קנס ביז א בי"ד שרייבט נישט אז די פרוי איז געג'ט, ועוד דרכים. און ווי מען זעהט אז אין ארץ ישראל האבען זיי כשר'ע וועגען צו באקומען א גט פין יעדעם איינעם.

עס וואלט אבער געדארפט זיין א אפיציעלער מהלך אין דעם, אז אלע ריכטערס, נישט נאר אפאר אין נ"י סיטי, נאר אין גאנץ אמעריקע זאלען קענען נאכגיין דער פרעצידענט.

הגם אין דער קעיס פין דער רשע מסרי שר"י, וואלט עס נישט געארבעט ווייל ער האט נישט קיין געלט, און איז סתם א נידריגע רשע מרושע אהן קיין מאטיוו אין לעבען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 4:25 pm

קידושין על תנאי איז נישט די פראבלעם, נישואין על תנאי איז די פראבלעם. וכבר הלכו בו נמושות.

@רביה"ק זי"ע די גמרא אין ברכות שטייט נישט אז זיי האבן 'גענומן' דער רעכט, און טאמער דאס איז דיין ראיה, איז עס ניטאמאל ליצנות, נאר סתם געשארט פון ארבל ארויס.

וועגן די גט געזעצן האט מען דאך פראבירט און עס איז נישט געלונגן, אי הלכה'דיג, אי געזעצליך. און דער אמת איז, יעדער פרואוו ארויס צו נעמן די רעכט פון דער מאן צו זיין דער גאנצע מגרש, איז שוין צרות, ווייל עס קומט אין קעגענזאץ צו די גאנצע יסוד פון הלכות גיטין. ווען מ'נוצט עס נאר פאר א מאן וואס אנטלויפט פון זיין ווייב וואס מ'מעג אים נייטן צו גט'ן, איז שוין גוט. ברגע דער רבנות האט ממציא געווען זייער נייער מצוה פון פאלגן די רבנות פון מדינת ישראל, און ממילא וואס זיי גרעפסן איז שוין פונקט ווי אין לשכת הגזית און מ'מעג צווינגן א גט דערפאר, איז שוין צרות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 7:33 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:@רביה"ק זי"ע די גמרא אין ברכות שטייט נישט אז זיי האבן 'גענומן' דער רעכט.

וואס שטייט יא דארט?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3793
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3651 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2948 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 9:28 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: אין תענית לב: .


נישטא אזא דף.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2380
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1867 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1921 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 10:38 pm

ריכטיג האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: אין תענית לב: .


נישטא אזא דף.

עס זאל נאך עפעס שטיין אויך?

דאס דארף מען איבערחזר'ן, נישט אויפצווייזן פאר דער ניק וואס האלט אין איין טרייבן שפאס פון די סוגיא, נאר פאר די דערויסענדיגע וואס ליינן דא. דאס איז נישט קיין געבויטע שיטה און קשיא אויף די חכמים, נאר ליצנות און לייכטזיניקייט.

און דאס איז די ישועה פאר קשיאס. קשיאס מאכן נישט קיין אפיקורסים, מ'קען ווייטער האנדלן און טראכטן. ברגע מ'הערט אבער אויף צו טראכטן, מ'מאכט סתם ליצנות און מ'רעכענט זיך נישט מיט דברי חכמים מיט א חשיבות, נאר כאילו ער איז א שיכור אויפ'ן באנק, דעמאלס ווערט מען גאנץ שנעל אן אפיקורס. און באמת, דאס איז די טייטש פון די ווארט אפיקורס, וואס באדייט א הפקר יונג, א הולך בטל, נישט א מענטש וואס האט עפעס אן אנדערן מיינונג אויף התגשמות וכדו'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך מיינונגזאגער » מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 10:41 pm

ריכטיג האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: אין תענית לב: .


נישטא אזא דף.

תענית האט נאר 30 בלאט.
לא עמוד א איז די לעצטע דף
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 10:50 pm

ריכטיג האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: אין תענית לב: .


נישטא אזא דף.


טעות, ס'איז ל: דא האסטו מיט ענגלישע איבערזעצונג.

און ווי רש"י דארט איז זייער שיין מסביר, וז"ל: "דרחמנא אמר וְכָל בַּת יֹרֶשֶׁת נַחֲלָה מִמַּטּוֹת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, לְאֶחָד מִמִּשְׁפַּחַת מַטֵּה אָבִיהָ תִּהְיֶה לְאִשָּׁה, וכתיב וְלֹא תִסֹּב נַחֲלָה לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל מִמַּטֶּה אֶל מַטֶּה ועמדו והתירו דבר זה בחמשה עשר באב".

אין אידיש: "ווייל דער באשעפער האט געהייסן אז יעדע פרוי וואס ירש'נט איר טאטע זאל חתונה האבן מיט א מאן פון איר שבט, און ס'שטייט 'ס'זאל זיך נישט אריבערפירן קיין ארבטייל פון איין שבט צום אנדערן', און די רבנים האבן זיך אויפגעשטעלט און עס מתיר געווען אום ט"ו באב.

אויב לערנען פשוט גמרא רש"י הייסט געטריבן לצנות בין איך שטאלץ צו זיין א לץ.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3793
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3651 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2948 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 10:56 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קידושין על תנאי איז נישט די פראבלעם, נישואין על תנאי איז די פראבלעם. וכבר הלכו בו נמושות.

@רביה"ק זי"ע די גמרא אין ברכות שטייט נישט אז זיי האבן 'גענומן' דער רעכט, און טאמער דאס איז דיין ראיה, איז עס ניטאמאל ליצנות, נאר סתם געשארט פון ארבל ארויס.

וועגן די גט געזעצן האט מען דאך פראבירט און עס איז נישט געלונגן, אי הלכה'דיג, אי געזעצליך. און דער אמת איז, יעדער פרואוו ארויס צו נעמן די רעכט פון דער מאן צו זיין דער גאנצע מגרש, איז שוין צרות, ווייל עס קומט אין קעגענזאץ צו די גאנצע יסוד פון הלכות גיטין. ווען מ'נוצט עס נאר פאר א מאן וואס אנטלויפט פון זיין ווייב וואס מ'מעג אים נייטן צו גט'ן, איז שוין גוט. ברגע דער רבנות האט ממציא געווען זייער נייער מצוה פון פאלגן די רבנות פון מדינת ישראל, און ממילא וואס זיי גרעפסן איז שוין פונקט ווי אין לשכת הגזית און מ'מעג צווינגן א גט דערפאר, איז שוין צרות.


זאגסט גארנישט כדרכך.
א גט געזעץ קען געמאכט ווערן און עס זאל זיין הלכה'דיג אויסגעהאלטען. די רבנים האלטען נישט דערביי.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 10:59 pm

אישתישבי האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קידושין על תנאי איז נישט די פראבלעם, נישואין על תנאי איז די פראבלעם. וכבר הלכו בו נמושות.

@רביה"ק זי"ע די גמרא אין ברכות שטייט נישט אז זיי האבן 'גענומן' דער רעכט, און טאמער דאס איז דיין ראיה, איז עס ניטאמאל ליצנות, נאר סתם געשארט פון ארבל ארויס.

וועגן די גט געזעצן האט מען דאך פראבירט און עס איז נישט געלונגן, אי הלכה'דיג, אי געזעצליך. און דער אמת איז, יעדער פרואוו ארויס צו נעמן די רעכט פון דער מאן צו זיין דער גאנצע מגרש, איז שוין צרות, ווייל עס קומט אין קעגענזאץ צו די גאנצע יסוד פון הלכות גיטין. ווען מ'נוצט עס נאר פאר א מאן וואס אנטלויפט פון זיין ווייב וואס מ'מעג אים נייטן צו גט'ן, איז שוין גוט. ברגע דער רבנות האט ממציא געווען זייער נייער מצוה פון פאלגן די רבנות פון מדינת ישראל, און ממילא וואס זיי גרעפסן איז שוין פונקט ווי אין לשכת הגזית און מ'מעג צווינגן א גט דערפאר, איז שוין צרות.


זאגסט גארנישט כדרכך.
א גט געזעץ קען געמאכט ווערן און עס זאל זיין הלכה'דיג אויסגעהאלטען. די רבנים האלטען נישט דערפון.

FTFY
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 11:51 pm

דער ליטוואק זיצט און זאגט אזוי:

פרוזבול? דאס איז א גדר פאר איסור (השמר לך וכו'). נישט מאטעווירט דורך א פראקטישער פראבלעם נאר happens to be אז די איסור איז א social economically איסור, אבער ווען נישט ס'איז דא א עקסטערע פסוק אויף די איסור וואלט מען נישט געמאכט קיין פרוזבול.

(פארוואס ווייס איך נישט. אז די חכמה ארבייט, איז דאך גוט. זאגסט אז די חכמים וואלטן עס נישט געמאכט אבער מפואר דזודעיקעי וואלט עס עניוועס געמאכט? און ס'וואלט טאקע געארבייט אדער רב חיים דוד כ"ץ וואלט עס גע'אסר'ט?)

העלפען פרויען? מע, נישט דא קיין איסור זיי מצער צו זיין. די מצוה פון ועשיתא הישר והטוב? אלמנה ויתום לא תענין וואס איז דיבור הכתוב בהווה, נע נישט אזוי וויכטיג. ואהבתה לרעך כמוך? וואס איך, אפגעריסענע עגונות זיי זענען מילעך קעסטלעך. מ'קען מאכען אן ארבטשעישען clause און די כתובה? נע ס'וועט ברענגען אנדערע פראבלעמען.

בקיצור, מ'האלט נישט דערביי. איך האב עס גוט ארויס.

איך וויל נאר זאלסט פארשטיין איין נקודה. די פראבלעם פון עגונות איז נישט א אינדיווידועלע פראבלעם. ס'איז א דת פראבלעם. ס'איז א דת פראבלעם ווען אידישקייט גיט זיך נישט קיין עצה מיט א ישיבה של עולם פראבלעם.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 264
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 425 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:21 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:@רביה"ק זי"ע די גמרא אין ברכות שטייט נישט אז זיי האבן 'גענומן' דער רעכט.

וואס שטייט יא דארט?

ליטוואק, מיין עקפעריעס און אזא פאל מיט עם איז
ער קאפיט נאך פין א סייט וואס ער פארשטייט אליינס נישט און זיכט צי ווארפען זאמד אין די אויגן

פרעג נישט פין וואו ער זעט אין די גמרא אין תענות אז חז"ל האבן זיך אליין 'גענומן' דער רעכט, ער ווייסט אויך נישט אבער דאס האט ער געטראפן אויף א קריסטליכע סייט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:28 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1171 מאל

הודעהדורך מיינונגזאגער » זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:26 am

הקטן האט געשריבן:ליטוואק, מיין עקפעריעס און אזא פאל מיט עם איז
ער קאפיט נאך פין א סייט וואס ער פארשטייט אליינס נישט און זיכט צי ווארפען זאמד אין די אויגן

אין מיין אפיניען איז ער א ידען נפלא וואס שטעלט כסדר צו די ריכטיגע מראי מקומות. נאר וואדזשע דען, מאכט זיך אמאל א ראנג אפטייטש. כבר היה לעולמים. דערפאר דארף נישט אלעס ווערן פארדאמט צום טויט.
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט

cron