בלאט 1 פון 1

3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א גט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 6:36 pm
דורך המלוכה והממשלה
א שאקקינג פרשה שפילט זיך אפ , ווען עס ווערט באריכטעט אז צוויי אידן פון קרית יואל זענען געווארען ארעסטירט נאכן מאכן פלענער צו קידנעפען און מעגליך הרג'ענען איינעם כדי צו באקימען א גט. ווי געשריבן אויף [color=#0000BF][color=#0000BF][/color][/color]וואס איז נייעס , האבן זיי מיטגעארבייט מיט א מסור , און האבן זיך געטראפען אפאר מאל אויסצוארבייטען די פלענער. זיי האבן געוואלט צאלן 55,000 דאללער פאר דער וואס האט עס געדארפט טוהן פאר זיי , און האבן שוין געגעבן א דעפאזיט פון 25,000 דאללער.

איך ווייס גארנישט וועגן די פרשה , און עס איז גאנץ מעגליך אז איך וואלט געוועהן אויף די זייט פון די צוויי באשילדיג'טע , ווייל ווער ס'ווייסט ווייסט אז ליידער זענען דא רשעים ארורים וואס האלטען צוריק אידישע טעכטער פון קענען ווייטער אנגיין מיט זייער לעבן און ווילן נישט געבן קיין גט. נא , האבן די צוויי חברה לייט גענומען די געזעץ אין די הענט אריין און געוואלט מסדר זיין אזא איינעם.

איך ווייס נישט אויב דאס איז טאקע אזוי געוועהן , און אוודאי איז קיינמאל נישט בארעכטיגט צו גיין ממש ביז'ן הרג'ענען , אבער כ'קען הערן א געשמאקע קידנעפינג אקציע אויף אזא סארט שייגעץ.