גראף האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט וויאזוי דו קענסט זאגן אז 'רוב קעיסעס' איז אזוי, דו ווייסט סה"כ איינער אזוי.
און דאס אז ער האט א 'זאכליכע' טענה איז לכאורה נישט גענוג. טאמער זי קען עפעס טון יעצט, און ער האט רעכט אז זי זאל עס טון, קען מען אפשר טענה'ן אזוי. אבער טאמער זי האט אים געשלאגן למשל, צוליעב דעם מעג ער האבן א זאכליכע טענה, אבער א גט מעג ער נישט צוריק האלטן, און געלט מעג ער נישט פאדערן איידער'ן געבן די גט
וואס קען א טאטע דען טון אויב מען לאזט עם נישט זען זיינע קינדער? איך רעד וועגן א נארמאלע מענטש וואס איז נישט א סכנה. האט ער בכלל א טשענס פאר אביסל יושר נאך וואס ער געבט איר א גט?
א חבר מיינע, גראדע איז ער א שטיקל אפגעריסענע אויבער חכם, האט מסכים געווען צו געבן א גט מיט טשיילד סופפארט אבער אלעס אלעס איז געווען דורך געטון דורך זיין דיין/יועץ מיט זיין עקס און ערשט דעמאלסט האט ער איהר ג'גט. אפשר פארשטיי איך נישט דא, אבער ס'קוקט מיר אויס ווי מאנכע דא האלטן אז קודם א גט און נאך דעם וועלן מיר שוין רעדן. צוריק גייט א קאזע.
אויב מען האלט צוריק די טאטע פון די קינדער, קען ער עס נעמען אין court אויסצוארבייטן.
מען רעדט נישט דא פון אויסארבייטן דעטאלן וואס שלעפט זיך אביסל ארום.
ווען מען רעדט פון די פראבלעם פון עגונות מיינט עס געווענטליך ווען א גט ווערט צוריק געהאלטן פאר 5 יאר אדער מער.