9/11 וויקטים פאמיליעס ווילן קלאגן סאודי אראביע #JASTA

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

9/11 וויקטים פאמיליעס ווילן קלאגן סאודי אראביע #JASTA

שליחה דורך שושן פורים »

סענאט שטימט אנידער פרעזידענט אבאמא'ס וועטא איבער די JASTA 9/11 וויקטים ביל.

דער אמעריקאנע סענאט האט היינט מיט א איבערוויגנדע מערהייט אנידערגעשטימט א וועטא פון פרעזידענט אבאמא איבער א ביל וועלכע וואלט ערמעגליכט פאר פאמיליעס פון געטראפענע פון די סעפטעמבער 11 אטאקעס צו קלאגן די סאודי אראבישע רעגירונג און נאך לענדער אין געריכט איבער זייער פארבינדונג צו די אטאקעס.

אבאמא האט געוועטאוט דעם ביל אנגעבנדיג אז JASTA קען עפענען די טיר פאר געליטענע פון אמעריקאנע מיליטערישע אקציעס צו פערזענליך קלאגן אמעריקאנע דיפלאמאטן און מיליטער פערזענליכקייטן איבער די אקציעס, ווי אויך קען דאס שטארק שעדיגן די דיפלאמטישע באציאונגען מיט סאודי אראביע וועלכע איז א וויכטיגע אלאירטע פריינט אין מיטל מזרח.

די ספאנסארס פון די געזעץ טענה'ן אבער אז די געפילן פון די אטאקע געליטענע איז פילפאכיג וויכטיגער ווי די דיפלאמאטישע באציאונגען, ווי אויך גייט עס גארנישט אויסמאכן פאר סאודי אראביע אויב האבן זיי טאקע נישט געהאט קיין שייכות מיט די אטאקעס.

די וועטא איז היינט אנידערגעשטימט געווארן מיט א מערהייט פון 97-1 אינעם סענאט, פיל מער פון די פארלאנגטע 67 וועלכע פעלט זיך אויס אנידערצושטימען א פרעזידענטליכע וועטא, דער דעמאקראטישע מינאריטעט פירער הערי ריעד איז געווען דער איינציגסטער צו שטימען קעגן, די דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט קאנדידאט טים קעין און געוועזענע פרעזידענט קאנדידאט בערני סאנדערס האבן זיך ארויסגעדרייט פון שטימען.

שפעטער אין טאג איז עס אריבער צום האו"ז או"ו רעפרעזענטעטיוו"ס ווי כמעשהו בראשונה האבן די קאנגרעסלייט אנידערגעשטימט די וועטאו מיט א מערהייט פון 348-77

די נייעס איז גאר היסטאריש זייענדיג דאס ערשטע מאל אין פרעזידענט אבאמא'ס 8 יעריגע קאדענציע וואס זיינס א וועטאו זאל ווערן אנידערגעשטימט.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
רעאגיר