כותל המערבי צוריק פארכאפט..

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

כותל המערבי צוריק פארכאפט..

הודעהדורך שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 3:09 pm

נאך א האלבע יאר וואס די UNESCO האט אנגענומען אז די הר הבית באלאנגט פאר די אראבער, האבן 24* לענדער געשטימט פאר די רעזעלוציע אז די הר הבית מיטן כותל המערבי באלאנגט פאר די אראבער. (זעקס** לענדער האבן געשטימט דערקעגן, און 26*** נישט געשטימט)

אין אמעריקע האט טעד קרוז מיט נאך 39 לעגעסלאטיווע מעמבערס געשיקט א בריוו צו די עקזעקיוטיוו באורד פון די יו ען, ווי זיי פארדאמען די פסק..

אין ארץ ישראל האט דער פרעימיער מיניסטער נתניהו אנגערופן דעם פסק "אבסורד", צולייגענדיגצו זאגן אז מדינת ישראל האט נישט מיטן הר הבית איז ווי מ'זאגט אז כינע האט גארנישט מיטן 'גרויסן וואנט' און מצרים מיט די פיראמידן" דער פרעזידענט ראובן ריבלין האט דאס גאר אנגערופן "א פארשעמונג". און קאלטור מיניסטער רגב האט צוגעלייגט "שאנדפול און אנטי-סעמיטיש".
נתניהו האט געטוויט: וואס איז ווייטער? די יו ען גייט אפווענדן די קאנעקשאן צווישן פינאט באדער און דזשעלי...?

יעצט בלייבט איבער די אבעי' צו די סאטמארע חסידים וועלן צוריק אנהייבן צו שטראמען צום כותל איינמאל ס'ליגט שוין נישט ביי די ציונים ימ"ש, אדער א פסק איז א פסק, און די "לדעתי, לדעתי" גייט אן ביז משיח'ס טאג (כלשון קדשו)

*Algeria, Bangladesh, Brazil, Chad, China, Dominican Republic, Egypt, Iran, Lebanon, Malaysia, Morocco, Mauritius, Mexico, Mozambique, Nicaragua, Nigeria, Oman, Pakistan, Qatar, Russia, Senegal, South Africa, Sudan and Vietnam.

Estonia, Germany, Lithuania, The Netherlands, United Kingdom and United States**.

*** Albania, Argentina, Cameroon, El Salvador, France, Ghana, Greece, Guinea, Haiti, India, Italy, Ivory Coast, Japan, Kenya, Nepal, Paraguay, Saint Vincent and Nevis, Slovenia, South Korea, Spain, Sri Lanka, Sweden, Togo, Trinidad and Tobago, Uganda and Ukraine. Serbia and Turkmenistan.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3366 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 3:31 pm

שעפטל: אפיריון נמטיה פאר די שטארק וואוילע בני נח ובני חם, וועלכע ווערן פאררעכנט צווישן די חסידי אומות העולם פאר ענדליך אויסלייזן די כותל המערבי פון אונטער די הענט פון די שענדליכע, ווילקירליכע (כ'ווייס נישט וואס דאס ווארט מיינט. אבער מיין רבי ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו האט עס א סאך גענוצט ווען ער האט באשריבן די מעשים תעתועים פון די רשעי ישראל די ציונים, שר"י, ימ"ש, עפ"ל.) רשעי ישראל פון מדינת ישראל. מהיום והלאה וועללן אונז ערליכע אידן, די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני שוין נישט מוזן גיין דארט אהין נאך חצות הלילה מיט די הוט אראפגעצויגן ביז די נאז.
נאר איך האלט אז זיי האבן זיך מטריח געווען אומזיסט. ווייל אונזערע ברודערס די נטורי חרתא האבן שוין געטראפן א לעזונג צו דעם ציוני פראבלעם. זיי האבן געשיקט א פעטישן צו דעם דאמאלס'דיגן קעניג פון ירדן, הוסעין, אז ער זאלל זיי שיקן ירדנ'ישע פאספארטן און רשות צו גיין דארט אהין און צו קבר רחל. לפענ"ד וועט די ירדנ'ישע מלוכה אדער די מלוכה פון אבו מאזן יר"ה, פון פאלעסטינע (וועלכע איז שוין יעצט ב"ה אן אנערקענטע מדינה פון די חשוב'ע וועלטס ארגאניזאציע.) זיך שטאק פרייען פון די הכנסה פון די 20,000 פאספארטן וואס קהילתנו הקדושה וועט באשטעללן. פאר די פרייז פון $200.00 פאר א יעדן איינעם...!

נ.ב.: די סדרנים און גבאים קענען (און וועללן) מעקן מיין תגובה, ווייל ס'שטעכט א ביסל, בבחינת ויחד יתרו. מיט'ן תירוץ אז ס'איז רעטאריק און שלא מן העניין. איך וועל נישט ברוגז זיין...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13604
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8723 מאל

הודעהדורך שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 3:34 pm

תהילים כולל האט שוין געמאלדן זייער פרישע ברענטש..

די עדה גייט שטעלן א רב הכותל..

חיים לייב ווייס האט שוין פראקלעמירט זיין חי רוטל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3366 מאל

הודעהדורך בן אדם » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:02 pm

.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:11 pm

שלום עליכם @שעפטל!

איינער זאגט מיר אז די רעזאלוציע איז נישט אזוי געפערליך ווי די ציונים מאכן עס. קענסט עס דא אראפברענגען אז מיר זאלן קענען דן זיין?
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10019 מאל

Re: כותל המערבי צוריק פארכאפט..

הודעהדורך mevakesh » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 12:31 am

באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 869
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 812 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 3:34 am

לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 401 מאל

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 9:19 am

ווי גייט משה בער דרעק געבן קידוש?
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 795 מאל

הודעהדורך משה פראגער » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 11:26 am

ציבעלע-קיגל האט געשריבן:ווי גייט משה בער דרעק געבן קידוש?

און זיין פריוואטע ביייסכיסע על כסא כבודו
משה פראגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 11:56 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 11:42 am

זאג, עטס האטס נישט עפעס בעסער ווי אנצודרעקן יעדער נארמאלער אשכול?
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1483
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1963 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3898 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט