ברוך דיין האמת: הגאון הרב יוסף שלום אלישיב זצ״ל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך קלאר » מיטוואך יולי 18, 2012 7:27 pm

הדד בן בדד האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:הרב שטיינמאן איז מער פארהאסט ביים קנאישן עולם ווי הרב אלישיב. הרב אלישיב'ן האט מען אייביג רעספעקטירט עז פאר איי רעמעמבער.


הרב שטיינמאן איז מער פארהאסט ביים יונגן קנאי'שן עולם, די סיקריקים טייפ קנאים, ווידער הרב אלישיב איז פארהאסט ביי עלטערע, מער באזעסענע קנאים, די וואס פארפירען נישט און שרייען נישט אין די גאסן.

.


רב שטיינמאן'ס מתיר זיין די נחל חרדי איז געווען אין די אויגן פין ערליכע רבנים א שרעקליכע הסתה, אויב געדענק איך גיט האט ר' מאיר בראנסדארפער ז''ל זיך אויסגעדריקט גאר שארף קעגן אים

בנוגע רב אלישב, איך האב קיינעם נישט געזעהן פארפירן ווען ר' יצחק טובי' ווייס - ירושלימער רב איז אים געווען באזוכן ביי אים אין שפיטול
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 335 מאל

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך יולי 18, 2012 7:41 pm

זר זהב האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:וואו און ווען האט מנשה פילאף געשריבען אויף אים "זקן אשמדאי"????
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך משה געציל » מיטוואך יולי 18, 2012 8:20 pm

אביסעל איבער די ביאגראפיע פון הרב אלישיב זצ״ל, אויב איינער האט עפעס אינטערעסאנטע ביאגראפישע פאקטן זאל ער עס ביטע מגיב זיין דארט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2760 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:33 pm

זר זהב האט געשריבן:הרב שטיינמאן איז מער פארהאסט ביים קנאישן עולם ווי הרב אלישיב. הרב אלישיב'ן האט מען אייביג רעספעקטירט עז פאר איי רעמעמבער.


א ליסט מיט טענות קעגן הרב שטיינמאן פון זייערע קרייזן
בייגעלייגטע פיילס
עובדות והנהגות מרן הגראי''ל שליט''א - מחולק עם או'.pdf
(121.5 KiB) אראפגעלאדנט 98 מאל
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:58 pm

איז נישט דער קונטרס אין באצוג צום קריג צווישן יתד און הפלס?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 452 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:06 pm

קלאר האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:הרב שטיינמאן איז מער פארהאסט ביים קנאישן עולם ווי הרב אלישיב. הרב אלישיב'ן האט מען אייביג רעספעקטירט עז פאר איי רעמעמבער.


הרב שטיינמאן איז מער פארהאסט ביים יונגן קנאי'שן עולם, די סיקריקים טייפ קנאים, ווידער הרב אלישיב איז פארהאסט ביי עלטערע, מער באזעסענע קנאים, די וואס פארפירען נישט און שרייען נישט אין די גאסן.

.


רב שטיינמאן'ס מתיר זיין די נחל חרדי איז געווען אין די אויגן פין ערליכע רבנים א שרעקליכע הסתה, אויב געדענק איך גיט האט ר' מאיר בראנסדארפער ז''ל זיך אויסגעדריקט גאר שארף קעגן אים

בנוגע רב אלישב, איך האב קיינעם נישט געזעהן פארפירן ווען ר' יצחק טובי' ווייס - ירושלימער רב איז אים געווען באזוכן ביי אים אין שפיטול


קלאר, האסט דאך ציטירט וואס איך האב געשריבן, ליין עס אלזא איבער, און דערנאך וועסטו פארשטיין, איך האב דאך קלאר געשריבן אז ביי די שרייערס און פארפירערס איז הרב שטיינמאן ערגער, אבער הרב אלישיב איז ערגער ביי די וואס פארפירן נישט.

עס צו פארשטיין פשוט, הרב שטיינמאן האט געזאגט א זאך איבער די נחל חרדי, עס איז א פרט אין די מערכה צווישן די רעכט און לינק, און דאס איז געווען אינגאנצן מיט א פאר יאר צוריק. ווידער הרב אלישיב איז געזעצן פאר פילע יארן אין דעם גע'אסר'טן היכל שלמה, וועלכע איז געווען גע'אסר'ט נישט דורך ר' טובי' וייס און ר' יהושע ראזענבערגער וגו', נאר דורך אזעלכע אידן ווי דער בריסקער רב און מהרי"צ דושינסקי ועוד, פון יענע דורות. און ער איז קיינמאל נישט ארויס פון דארט, ער האט נאר גענומען א פריע פענסיע ביי די פרשה פון אח מיט די אחות פון גורן.

אבער אפילו דאן איז ער געבליבן ביי זיי אויף פענסיע, דאס מיינט אז ביז זיין לעצטן טאג האט ער געהאט זיין פרנסה פון זיי (אמת טאקע ער איז געווען א שונא בצע און מען האט אים נישט געקענט אונטערקויפן מיט געלט, אזוי ווי פילע האבן געטרייט צו טוען, ער האט נישט געהאט קיין מוסדות מיט בודשעטן צו דעקן אזוי אז מען זאל אים קענען שמירן, אבער דאס איז אלעס געווען ווייל ער האט געהאט זיין פרנסה, זיינע פאר טאללער וואס ער האט געדארפט צום לעבן, און דאס האט ער געהאט פון זיי). און צו לעבן און האבן פרנסה פון זיי, און נאכמער, צו זיין א דיין אין דעם גע'אסר'טן רבנות אין היכל שלמה, דאס איז געווען פיל מער ווי סתם חילוקי דיעות צווישן רעכטן און לינקן לאגער, דאס האט זיך גערעדט פון א מעסער אין רוקן פון דעם חרד'ישן ציבור אין איינע פון די זאכן וואס זענען דעמאלס, אין יענע תקופה, געווען גערעכנט אלס איינע פון די יסודי הדת, און איז דאן געווארן גע'אסר'ט די גרעסטע גדולי הדור. דאס איז שוין גאר עפעס אנדערש, אסאך הארבער פון הרב שטיינמאן'ס עבירה.

נאר ווי געזאגט, די עלטערע באזעסענע מענטשן, זיי שרייען נישט און לייגן נישט קיין פאשקעווילן, ממילא הערט מען כמעט נישט פון זיי, אבער ביי זיי האט זיין פסק קיין שום ווערט.

(נ.ב. לויט ווי איך האב געהערט, (איך ווייס נישט ווי קראנט עס איז) פלעגט הרב אלישיב כמעט נישט לערנען קיין אחרונים, און ער האט געהאלטן אז ער מעג חולק זיין אויף סיי וועלכן אחרון, אויב איז דאס אמת דאן שטימט דאס מיט זיינע מעשים. אבער נאכמאל, איך קען נישט נעמען קיין אחריות אויף דעם)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך באריסטא אום דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:10 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: צוגעלייגט "הרב" לויט ווי די פרינציפן פון ק"ש לויטן.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך chasid » דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:13 pm

איך בין נישט געווען אין יענע צייטן אבער אינעם "השקדן" לייגט ער אראפ די היכל שלמה פרשה מיט א אנדערע בליק אינגאנצן ווי ס'איז ידוע אינעם קנאי'שען לאגער
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:02 am
האט שוין געלייקט: 172 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:28 pm

וויאזוי האסטו געוואלט ער זאל שילדערן פרשת היכל שלמה, פונעם בריסקן קוק ווינקל?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 452 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:30 pm

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:וויאזוי האסטו געוואלט ער זאל שילדערן פרשת היכל שלמה, פונעם בריסקן קוק ווינקל?


אדער פון דעם עדה החרדית קוק ווינקל?

און סתם אזוי וויל איך צולייגן, אז א גרויס חלק פון דעם גרויסן "פוסק הדור" טיטל וואס ער האט זיך ערוואבן צוזאמען מיט די גרויסע אהדה, קומט פון זיין זוכה זיין צו אזא טיפן עלטער, וואס אין א"י זענען זיי שטארק עמפפינדליך צו אזעלכע ערשיינונגען. איך געדענק ווען איך האב געלערנט אין א"י, כאטש ער איז שוין דאן אויך געווען שטארק מפורסם, אבער די סארט ג-טליכקייט מיט וועלכען מען האט זיך באצויגן צו אים אין די לעצטע יארן, האט דאן אינגאנצן נישט עקזיסטירט.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 1:47 am

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך דבילה » זונטאג יולי 22, 2012 1:56 am

זר זהב האט געשריבן:ער האט פארלוירן 3 קינדער בחייו. 1 נאטורליך, 2 נישט.


כ'פארשטיי אז דו ווילסט ארויסברענגן אז ער איז אריבער יסורים בחייו, הקובר בניו וכו'. איז להוי ידוע לך אז מרן האט זיך מיט די סארט זאכן בכלל נישט געקירעוועט:

http://lukeford.net/blog/?p=41872
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 631 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 1:58 am

פארשטייסט נישט
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

מהספד הרב אברהם יוסף לייזערזאן פארזיצער פון חינוך עצמאי בא"י

הודעהדורך פעדער » דינסטאג יולי 24, 2012 12:02 am

בס"ד
ונר אלוקים טרם יכבה

עס איז שוין א לענגערע תקופה וואס כלל ישראל האט זיך געפונען אין א קלעם. די ספר תורה איז געווען שרוי בצער, און אונזער דור האט געשפירט פאריתומ'ט. מיר האבן געהאפט, מתפלל געווען און געבעטן א נס זאל פאסירן און דער גרויסער גאון אין פוסק הגרי"ש אלישיב זצוק"ל וואס האט זיך געפינען אינעם אכטן שטאק פון שערי צדק שפיטאל, זאל צוריק געזונט ווערן, און זיך קענען אומקערן צו זיין עבודת הקודש אין זיין היים אויף רחוב חנן, פארזעצן צו קענען ענטפערן פאר די פילע אנפרעגער, דעם דבר ה' זו הלכה.

און מיטאמאל אומגעראכטן, דעם פארגאנגענעם מיטוואך נאכמיטאג, נאנט צו דעם חודש וואס מען מוז פארמינערן מיט שמחה אויף שריפת בית מקדשינו, ווען איך בין נאך געווען פארזונקען מיט די עבודת הקודש אין בית חינוך העצמאי, טיף אינמיטן די צוגרייטונגען צום נייעם יאר פון לימודים הבעל"ט. ווען איך בין אינגאנצן אריינגעטוהן געווען ראשי ורובי אין די מערכה אפצוהיטן און באשיצן די מויערן פון אונזער ריינע הייליגע חינוך, אנטקעגן די גזירות פון די בג"ץ, וועגן דאס זיך אריינמישן פון די ממשלה אין די סדרים און סיסטעמען פון אונזערע מוסדות, א מערכה וואס די גאון זצוק"ל איז געשטאנען אין שפיץ, און אונז מחזק געווען און געמוטיגט מיר זאל בלייבן פעלזן פעסט, שטארק ווי אייזן זיך נישט אונטערצוברעכן און איינגיין אויף קיין שום פשרה מיט זיי אזוי ארום אפצוהיטן אונזער חינוך הטהור, לויט די מסורה וואס מיר האבן מקבל געווען דור אחר דור פון ווען מיר זענען געשטאנען אויפן בארג סיני.

און דאן אינמיטן גרעסטן שוואונג, האט דערגרייכט צו אונז די ביטערע שמיעה אז עס האט אריינגעטרעטן א שינו לרעה אינעם געזונט צושטאנד פונעם גרויסן גאון, און אז די חושיבע פאמיליע מיגטלידער זענען פארזאמלט ארום זיין בעט. אן טראכטן א סעקונדע אפילו, האב איך אינסטינקיוו געפילט א אינערליכע געפיהל און שטופ זיך אויפצוהייבן און תיכף אריבערגיין אין שפיטאל. איך האב געשפירט א חוב צו זיין אין זיין הייליגע גענגווארט אין אזעלכע גורל'דיגע און קריטישע מינוטן. איך בין אין איילעניש אריבער צום שפיטאל, צו נעמען א טייל אין די איינרייסענדע תפילות און געבעהטן, פון די בני המשפחה, תלמידים, מקורבים און מעריצים, וועלכע האבן שוין דאן געהאט איבערגעפילט די קארידארן פון די שפיטאל.

מיט א ציטער האב איך אריבערגעטרעטן דעם שוועל צום צימער ווי די אויגן פון גאנץ כלל ישראל איז געווען געוואנדן די לעצטע האלבע יאר. איך האב געזען דעם ארון קודש ארומגענומען מיט צענדליגע פאמיליע מיטגלידער, און גרויסע באקאנטע גדולי ישראל, וועלכע האבן מיט שטילע ווייעדיגע קרעכצן און צובראכענע הערצער, איינגעריסן וועלטן מיט תפילה אויסצופועלן א רפואה שלימה. באטראכטנדיג מיט זארג און ציטער די פילצאליגע מאשינען וואס זענען געווען צוגעטשעפעט צום גאון, און וועלכע האבן געוויזן, אויף ווייט נישט קיין סטאבילער צושטאנד. די אנגעצויגענע פענימער פון די דאקטורים שטאב, וועלכע גייען אריין אין ארויס יעדע וויילע פון צימער, און זייערע פארזיגלטע פארדאגה'טע געזיכטער טוען אונטערשטרייכן די הארבע מצב אין וועלכע דער גאון געפינט זיך כעת. א מצב וואס ווערט נאר ערגער פון מינוט צו מינוט. און אט ליידער זענען אנגעקומען די שרעקליכע ביטערע רגעים. א צייכן איז געגעבן געווארן מען זאל אנהויבן זאגן די פסוקי יחוד.

וואו איז די פעדער וואס זאל אויסמאלן און אפפארבן די דאזיגע פארכטיגע שרעקעדיגע מינוטן, ווען מיר האבן געזען די הייליגע צורה פון דער שר התורה פלאקערט און שיינט מיט א ליכטיגקייט, נישט פון אונזער וועלט. די געטליכע פייער פונעם פוסק הדור, דער עמוד הוראה וועלכע האט באשיינט אונזער נידריגע וועלט אין לויף פון הונדערט יאר, צאנקעט ווי א ליכט, און פארלעשט זיך פארנט פון אונזערע אויגן. דער פעדער איז צו ארים, און עס איז נישטא די אויסדרוקן וועלכע זאלן קענען אראפלייגן און ממחיש זיין די געפילן וואס מיר האבן געשפירט אין יענע מינוטן. די פחד און שרעק אין אונזערע הערצער וויסענדיג אז אין געציילטע רגעים גייען מיר זיך ליידער צעשיידן פונעם גרויסן גאון, וועמענס הארץ קלאפענישן ווערן שוואכער און שוואכער. מיר האבן געזען באשיינפערליך, ווי די אראלים און מצוקים כאפן אוועק דעם ארון הקודש.

ווער איז אומשטאנד אראפצוגעבן די שרעקעדיגע שאקירענדע געפילן וואס האט ארומגעכאפט די אלע הונדערטע אנוועזנדע - וועלכע האבן דאן פארפולט די קארידארן אינעם אכטן שטאק – א מינוט נאך יציאת נשמה, ווען מיר אינעם צימער זענען ארויס צו זיי און געזאגט אויפצוהערן מיט די אמירת תהילים. "ברוך דיין האמת".

אין יענע הארץ טרייסלענדע רגעים, קומט אויטאמאטיש פון זיך אליין ארויף, אלע זכרונות און געדענקענישן וועלכע זענען אויסגעשפרייט איבער א צירקע פערציג יאר. די פילצאליגע ציבורישע פעולות, קאמפן, מערכות, און מלחמת הקודש צו פרעזערווירן די עקזיסטענץ פון אונזער הייליגע גלויבן און גאנצקייט פון די תורה. דורכאויס די אלע יארן האבן מיר זוכה געווען צו דערלייכטענדע שמועסן, קלארע הדרכות , אנווייזונגען און שארפע קלארע הנהגות וועלכע ער האט מיט זיין דעת תורה אונז אנגעוויזן וויאזוי זיך צו פירן. ווען ער אליין האט זיך געשטעלט ווי א פייער זויל און א פארפעסטיגטן פאנצער, אלץ אויף זיין אייידעלע צניעות'דיגע שטילע אופן אפצושלאגן די אלע וואס ווילן אונז אונטערברעכן. פון זיי האבן מיר געשעפט און שעפן ווייטער כח, שטארקייט, לערע און מוהט.

איך בין ארומגענומען געווארן אין יענע רגעים וועלכע האבן אויסגעזען ווי א אייביגקייט, מיט א מורא'דיגע התגרשות און ציטער, דערמאנענדיג זיך אין א ענליכע רירנדע מעמד וואס איז פארגעקומען אינעם זעלבן צימער, הלוואי וואלט איך דארט אנוועזנד געווען מיט א זיבעצן יאר צוריק ווען עס איז געקומען די צייט פאר זיין מחותנו ורעו, מיין פעטער דער גרויסער גאון און פוסק מרן הגרש"ז אויערבאך זצ"ל זיך צו שיידן פון די וועלט. עס איז אוממעגליך נישט צוגעדענקען די געוואלדיגע טיפע פריינדשאפט, שעצע און עהרע וואס האט געהערשט צווישן די צוויי אויסגערופענע פוסקים פונעם דור, וועלכע זענען געווען אנגענומען ביי גאנץ כלל ישראל, אין אלע הינזיכטן, צווישן אלע שיכטן און קרייזן.

מי יתנני ירחי קדם, עס בענקען זיך די אלטע צייטן, ווען איך בין געווען עדות צו די וואונדערליכע התבטלות און אונטערטעניגקייט צווישן די צוויי גרויסע מענטשן, די פסקי הלכה, און געמיינזאמע הוראות וועלכע זענען געפסק'עט געווארן תחת ידם, אין תורה, און אזוי אויך ווען ס'האט זיך געהאנדלט איבער שאלות וויאזוי צו פירן דעם כלל. ווען איך האב זוכה געווען צו זיין א שותף אין היסטארישע שליחות'ן וואס זענען צושטאנד געקומען צווישן רחוב פרוש און רחוב חנן, שליחות'ער וואס איז זיי איז אנגעהאנגען געווען שווערע דעצידירנדע, און קריטישע באשלוסן. מיין הארץ ווערט פארשטומט מיט ווייטאג זעענדיג אז דאס וואס מיר האבן אזוי געציטערט, און זיך געפארכטן איז אין ענדע אנגעקומען, זיבעצן יאר שפעטער.

די בארירנדע זכרונות, מישן זיך אויס מיט די תפילה געשרייען וועלכע שפאלטען הימלען, קומענדיג פון די ארומיגע קארידארן, פון כלל ישראל וועלכע פאלגן נאך מיט טיפע זארגפולע הערצער די צושטאנד פונעם גאון. מיר טוען בייוואוינען, ווי אט אט און די מלאכים ושרפים טוען מנצח זיין, די גרויסע נשמה גרייט זיך אומצוקערן צו איר יוצר, אויסגעלייטערט און אויסגערייניגט פון הונדערט יאר זיך פלאגן אויף תורה אן א הפסק. די יאמערליכע געשרייען פון שמע ישראל, אדון עולם, און קבלת עול מלכות שמים.

איז דען דא א מער צוגעפאסענע ארט וואו מקבל צו זיין עול מלכותו יתברך, ווי דא שטייענדיג נעבן עמיצער וואס זיין גאנץ לעבן איז געווען איין שטיק עול מלכות שמים? די פעדער איז ארים ארויסצוברענגען און פארשטעלן די דערהויבענע געפיהלן אויסגעמישט מיט ווייטאג וואס האט געהערשט דאן אין צימער בעת דער פייערדיגע זויל איז צוריק צו זיין הויך ארט. עס איז מיר נישט איבערגעבליבן מער ווי ארויס גיין צום ווארטענדע ציבור אינדרויסן, און זיי איינמעלדן מיט אומבאשרייבליכע ווייטאג און שאקירונג די ברכה "ברוך דיין האמת" די ביטערע אויסגעשריי וואס האט אויסגעבראכן הערנדיג די בשורה איז נישט בכוחי אפצומאלן.

דורכאויס די קומענדיג 24 שעה, פונעם הסתלקות, האבן אין מיין קאפ געווירבלט און געשטורעמעט די מחשבות און זכרונות. איך האב אזויפיהל געלערנט און בייגעוואוינט, געזען און געהערט אין זיין מחיצה. יעצט איז נישט די צייט צו סארטירן די זאכן ווי ס'ברויך צו זיין. אבער כדי בארוהיגן מיין צעשטורעמטע זעהל, האב איך גענומען די פעדער אין האנט און פרובירט אראפצולייגן אויף פאפיר עטוואס ציטאטן און זכרונות. בענקענישן צו די טעג ווען זיין גרויסע ליכט האט געשיינט אויף אונז.

די ערשטע מאל וואס איך האב זוכה געווען אים צו קענען לערנען פונדערנאנט, איז געווען שנת תשל"ג ביי די באקאנטע פרשה "האח והאחות". מרן זצוק"ל, פונעם טאג וואס ער האט זיך אפגעשיידט פון דיינות, האט ער זיך איינגעשפארט אין זייין תורה-ווינקל און נישט מער עוסק געווען אין עניני הכלל. אבער דאן איז געגרינדעט געווארן ישיבת מועצת גודלי התורה. ווען עס זענען דעמאלט ספעציעל איינגעלאדנט געווארן אויך די גדולי הדור וועלכע זענען נישט געווען מיטגלידער אין די מועצה. ווי מרן הגרש"ז אויערבאך, הגרי"מ פיינשטיין, האדמו"ר מסטריקוב זי"ע און יבלחט"א מרן הגר"ש וואזנער שליט"א. איך האב דאן געהאט די זכיה צו זיין דער שליח פון די הויפט רבנים פון די מועצה איינצולאדענען דעם גאון זצוק"ל צו א ספעציעלע זיצונג מיט חברי המועצה. די גאון זצוק"ל איז דאן ארויס פון זיין שטייגער אנטייל צונעמען. זיך ארויסשטעלנדיג מיט אנטשלאסנקייט אנטקעגן די שרעקליכע הארבע פירצה.

צוזאמען מיט מרן הגרש"ז, האט ער זייער שארף גערעדט דערקעגן, און ממש ארויס פון זיין וועג. איך האב זוכה געווען צו זיין פון די אנוועזנדע אינעם צימער און זען וויאזוי די גודלי התורה זי"ע האבן זיך באצויגן צו זיין דעה מיטן גאנצן הכנעה און הארכזאמקייט, און זיך פאראייניגט צו זיין אייזן-פעסטע שטעלונג. צו יענע צייט בין איך אומצאליגע מאל געגאנגען צו אים מיט שליחות'ער פון מרן הגרש"ז זצוק"ל, ווען זיי גלייכן אויס און פאראייניגן זייער שטעלונגען אין די דאזיגע הארבע פרשה וואס האט גורם געווען אסאך חילול השם ליידער.

פון דאן אן, האט מיין לעבן געעפנט א נייע קאפיטל. ביי יעדן עת מצוא, און ביי יעדן ענין וואס איז געשטאנען אויפן סדר היום בין איך ארויף צו זיין היים און פאר אים פארגעשטעלט די ענינים. בשעת ווען ער איז מכריע מיט זיין קלארע דעת תורה און פארשטאנד וויאזוי מען האט זיך צו פירן. די באראטונגען זענען ספעציעל קריטישער געווארן דעמאלט ווען איך בין געווארן א מיטגליד אין די ירושלים'ער שטאטראט קאמיסיע אונטערן מאיאר טעדי קאלאק, וועלכער האט זיך קעגנגעשטעלט יעדן דבר שבקדושה. אסאך בייזוויליגע פלענער זענען דאן געלעגן אויפן טיש, ווען אונז מנהלים קעמפן דערקעגן פעלזן פעסט, שטעלנדיג אן עקשנות'דיגן קאמף אלץ מיט די אנווייזונגען און הדרכה פון מרן זצוק"ל און די איבריגע גדולי הדור אין הייליגען שטאט.

עס זענען געווען געוויסע פרשה'ס וועלכע זענען געבליבן ספעציעל איינגעקריצט אין זכרון, א שטייגער ווי דאס אויפשטעלן א טיאטער אין הארץ פון ירושלים; אויפשטעלונג פון די מורמוני צענטער; אויפשטעלן אן אמפיטיאטער (אפענע רומיש-סטיל שפילפלאץ) נאנט צו די איבערבלייבענישן פון בית מקדשינו; דאס עפענונג פון טיטאטער אום שבת; ערלויבן געמישטע סווימינג פול'ס, און אזוי נאך צענדליגע מערכות, וואו איך מיט מיינע מיטהעלפער זענען געצווינגען געווען ארויסצוהעלפן אגודת ישראל, זיי צו קענען באהאנדלען, און זיך באפאסן דערמיט.

דורכאויס די אלע מערכות זענען מיר געווען אין שטעדיגע באראטונג מיט מרן הגרי"ש וועלכער איז געווען אויף איין זייט מיט אלע גדולי הדור אין ירושלים אין שפיץ פון כ"ק מרן אדמו"ר הלב שמחה פון גור, און מרן הגרש"ז אויערבאך, און מיט זיי די רבנים, חברי מועצת גדולי התורה וועלכע האבן געוואוינט אין ירושלים. יענע יארן איז זיין טיר געווען אפן פאר מיר און זיין אויער וויליג אויסצוהערן אלעס מיט געדולד און פארשטענדעניש, און ענטפערן אויף אלע ציבורישע ווי פערזענליכע אנפראגעס צוגלייך.

ווען עס איז געקומען צו ענינים פון ציבור אין אלגעמיין, פלעג מיר הגרש"ז מייעץ זיין איך זאל גיין זיך אדורכרעדן מיט מרן הגרי"ש, זאגענדיג: "געווענליך איז אלץ וואס ער באשטימט און באשליסט, אויך אנגענומען ביי מיר". אלע געדענקען ווי הגרש"ז האט פראטעסטירט געגן אים באטיטלען "פוסק הדור" מיט וועלכער ער איז באקרוינט געווארן. איינמאל האב איך אים געזאגט: "מען טוט דאך הגרי"ש אויך באטיטלען אזוי?!" ער האט מיך אנגעקוקט מיט וואונדער און געזאגט: "דו פארגלייכסט מיך צו אים?! רבי יוסף שלום איז באמת 'פוסק הדור', אבער וואס האב איך מיטן דור?''...
עס איז אוממעגליך מגזים צו זיין רעדנדיג פון די פריינדליכע הערצליכע באציאונגען וועלכע האט געהערשט צווישן די צוויי ארויפגעקוקטע תורה ריזן. טויזנטע מאלן האבן זיי זיך געטראפן, און איך האב זוכה געווען צו זיין א עדות צו זייער משא ומתן אין לערנען, ווען עס איז מקוים געווארן צווישן זיי די והב בסופה און אויך פון אנהויב. א קענבארע טייל פון די דאזיגע באגעגענישן זענען פארגעקומען אין די חול המועד טעג, ווען שוין די ערשטע טאג באלד נאך שחרית, איז צווישן זיי ווי פארגעקומען א פארמעסט ווער עס ווערט פעדערן דעם צווייטן מיט א באזוך.

לאמיר זיך פאר א רגע צוריקקערן צו הנהגת הכלל – כ'דערמאן זיך, ווען איך פלעג קומען צו זיין וואוינונג, אין די ערשטע צייטן פון זיין טראגן די עול אחריות פונעם ציבור. האט די צדיקת די רבנית מיך איידל אויסגעמוסר'ט "פארוואס קומט איר אים שטערן פון זיין לערנען? מיר האבן אויפגעשטעלט אונזער שטוב, מיט איין ציהל, ער זאל קענען לערנען אומגעשטערט, בהתמדה רבה, אינדערצייט וואס זיין איינציגע ווילן און שטרעבן איז זיצן און לערנען רוהיג יום ולילה. וואס האט לעצטנס פאסירט אז עסקנים קומען און שטערן אים?" הגרי"ש פלעג צושמייכלען הערנדיג די רעבעצינ'ס ווערטער וועמען ער האט אזוי געשעצט און מכבד געווען. ס'איז מיר נישט געבליבן, מער ווי צו ענטפערן אז מיין פעטער הגרש"ז, ער איז דער וואס האט מיר געהייסן קומען צו אים מיט אלע ציבורישע אנגעלעגנהייטן. הערנדיג מיין תשובה איז די רעבעצין בארוהיגט געווארן.

אסאך ווערט פארציילט און ארומגערעדט איבער זיין אויסטערלישע התמדה און יגיעה אויף די תורה"ק. די עיקר און תמצית פון זיין לעבן איז געווען צו זיצן און הארעווען אויף תורה, 'ובאהבתה ישגה תמיד'. אלץ איינער וואס האט זיך אסאך געדרייט אין זיין הויז, וועל איך קיינמאל פארגעסן די צייטן וואס איך האב זוכה געווען אים צו זעהן זיצן און זיין גענצליך פארזונקען אין די טיפענישן פון א סוגיא, ווען ער זעט נישט און הערט נישט וואס עס טוט זיך ארום אים. חול המועד האט ער זיך געפירט, צו וויילן ביי זיין איידעם א זוהן פון מיין פעטער הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט"א אין שכונת בית וגן.

ווען איך האב אים באזוכט חוה"מ סוכות, פלעג מיך זיין טאכטער הרבנית לאה אויערבאך ע"ה וועלכע איז נפטר געווארן צוויי יאר צוריק, - לאזן שטיין אין קיך און אריינקוקן אין סוכה. די בילד איז געווען אומבאשרייבליך. – א לאנגע צייט בין איך געשטאנען צוגענאגלט אויפן פלאץ און נישט געקענט אראפנעמען מיין אויג פון הגרי"ש וואס זיצט און פלאגט זיך אין תורה, מיטן זיסן גמרא בענקעדיגע גמרא ניגון, ווען ער פריידט זיך מיט אזא שמחה און השתוקקות, פונקט ווי א אינגע בחור וואס האט אקארשט נאר אנגעהויבן לערנען גמרא. די רעבעצין אויערבאך ע"ה פלעג זאגן. "איך קען אזוי שטיין שעות! דאס איז מיין גן עדן! דאס איז דאס גרעסטע יו"ט'דיגע שמחה מיינע, צוהערן ווי מיין טאטע לערנט" אוי.. הלאוואי ווען מען קען צוריקברענגען די דאזיגע הערליכע דערהויבענע שעות.

עס איז בכלל נישט געווען זיין שטייגער און דרך, צו ערשיינען צו גרויסע מאסנווייזע עצרת'ן, און זיך אויפשטעלן רעדן פאר א ציבור. אבער ווען ער האט ערשיינט ברבים, האט זיין עצם ערשיינונג אויפגעוועקט גרויס ערפורכט און שעצע געפיהלן. ווען איך בין געקומען צו אים מיט א שליחות פון דער בעל לב שמחה זי"ע אים איינצולאדענען אנטייל צונעמען ביי גרויסע פראטעסטן ווי למשל די מערכה געגן דאס עפענען טיאטער אום שבת, וועלכע זענען אפגעהאלטן געווארן ביים כותל, כיכר השבת. אזוי אויך די הפגנות געגן די ספארט סטאדיום, און מורמוני צענטער, האט ער תיכף איינגעשטימט און אן וואקלענישן עס אנגענומען. און ווירקליך, האט זיין ערשיינונג האט איבערגעלאזט א גרויסע רושם און השפעה, געבנדיג אהן א שיעור חיזוק און מוט פאר די עסקנים אין זייער קאמף.

צענדליגע יארן האט הגרי"ש געוואוינט אין די זעלבע איינפאכע ד' אמות מיט פשטות און באשיידנקייט. כ'געדענק ווען איך האב באגלייט דער דעמאלטיגער מעיאר טעדי קאלאק, בשעת ווען ער איז געגאנגען באזוכן די גדולי ישראל פרובנדיג זיי צו באוועגן און משכנע זיין, זיי זאלן אויפגעבן די קאמפן איבער אויפשטעלן די סטאדיום אין שועפת. - די באזוך האט ער אויך אפגעשטאט דאן, ביי די לב שמחה און אויך הגרש"ז זי"ע. - ווען מיר זענען ארויס פונעם הויז פון גאון הגרי"ש האט אפילו דער 'קאלאק', וועלכער איז געווען אזוי ווייט פון די הייליגע באגריפן זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן פונעם בילד וואס ער האט בייגעוואוינט, צוזען די מינימאלע לעבנס באדיניגונגען אין וואס הגרי"ש האט געוואוינט, פרעגנדיג, וויאזוי מיר קענען צולאזן אז אונזערע גרויסע לייט זאלן לעבן אין אזעלכע אומשטענדן. יענע באזוך האט געלאזט אויף אים א שטארקע רושם.

עוד חזון למועד, צופארציילן מער באריכות איבער זיינע לעכטיגע הדרכות, זיינע קלארע הכרעה'דיגע פסקים, און זיין שטיין אויפן פראנט אין די קאמפן צווישן אור מיט חושך. ספעציעל וועט בלייבן איינגעקריצט אין זכרון זיין הארטע עקשנות'דיגע שטאנד ביי די היסטארישע פרשה פון קברים-גרובינגען ביי די האטעל גני חמת אין טבריה. ווען ער איז דאן ארויס פון זיין גדר און פאראייניגט גאנץ כלל ישראל אונטער א פשרה'לאזע מויער אנטקעגן די וואס ווילן איר אונטערברעכן.

א באזונדערע קאפיטל נויטיגט זיך אפצושרייבן זיינע שטעלונגען און פסקים, ווי ער האט זיך אוועקגעשטעלט ווי א פעסטע וואנט אנטקעגן יעדן פראוו פוגע צו זיין אין די הייליגע ריינע חינוך, אפילו מיט א האר. יעדע אזא פלאן איז געשטרויכלט און אפגעשלאגן געווארן, אדאנק זיין פעסטע קענגערשאפט און תקיפות'דיגע התנגדות. איך וועל נישט פארגעסן זיין דרייסטע שטעלונג ביי די פרשה בג"צ עמונאל וואס האט יעדעם אויפגעוויזן ווי ווייט ער וועט גיין ווען עס רעדט זיך פון די ריינע קריגל אויל – די לויטערע חינוך פון ילדי ישראל. ביי אזא פאל איז נישטא קיין פשרות.

בלויז אראפצושרייבן די ווערטפולע אוצרות וועלכע איך האב זוכה געווען אנצוקלייבן, ביי מיינע אפטע באזוכן דורכאויס די צענדליגע יאר, אויפטוען פארן כלל, סיי אין ציבורישע, און סיי אין פרעזענליכע נושאים, ווי אויך אלע ימים טובים, חוה"מ, און קבלת ברכתו ערב ר"ה ויו"כ, ביי די שמחות פון קינדער, קען איך אנשרייבן גאנצעטע חיבורים. אבער אצינד ווען די טרערן טוען נאך ווייקן די אויגן, די הענט מידע, יעדעס הארץ ווייטאגט, און די קאפ קרענקט, וועל איך מוזן אראפלייגן דעם פעדער מיט צער, און איינזונקען צוריק אין מיינע בענקענישן און לעכצענישן צום גאון עולם עמוד התורה והיראה, צום אוהב ישראל וועלכער איז געווען און איז מער נישטא, און וואס זיין געדענקעניש וועט פון אונז קיינמאל ווערן פארגעסן.
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 283 מאל

הודעהדורך לעמיל » דינסטאג יולי 24, 2012 10:48 am

זייער שיין איבער געשריבען, ווי האט ער עס געזאגט?
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 816 מאל

הודעהדורך פעדער » דינסטאג יולי 24, 2012 12:03 pm

עס איז צו מיר געשיקט געווארן פון אים אליין. אבער איך שטעל מיך פאר ער האט עס געשריבן אין המודיע.
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 283 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג יולי 24, 2012 12:37 pm

איך מיין אז דא אין קאווע שטיבל וואס באשטייט רוב חסידי סאטמאר באלאנגט נישט קיין אריכות בשבחו של אותו גאון ז״ל, ודי כי קצרתי
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יולי 24, 2012 12:43 pm

היסטאריקער האט געשריבן:איך מיין אז דא אין קאווע שטיבל וואס באשטייט רוב חסידי סאטמאר באלאנגט נישט קיין אריכות בשבחו של אותו גאון ז״ל, ודי כי קצרתי

:lol:
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

הודעהדורך פעדער » דינסטאג יולי 24, 2012 12:51 pm

היסטאריקער!
איז מעגליך אז דו האסט פארבלאנדזשעט פון צימעס אהער?
איך האב געוואוסט אז צימעס מוז בלייבן אן אנדערע קאליר.
אויב די גבאים האלטן אז ס'האט נישט קיין ארט אין קאווע שטיבל גלייב איך אז, זיי וועלן אויספירן זייער ארבעט בשלימות. אבער דערווייל איז דער פלאץ דא אינדעפענדענט. יעדער האט א רעכט צו באשרייבן וואס ער וויל און וועלכע קרייז ער וויל, ווילאנג עס איז נישט מיט קיין פאליטישע מאטיוון, און ספעשל ווען מ'רעדט דא פון א ערליכע איד, וואס לעבט שוין במילא נישט. ער קען דיך מער נישט טשעפענען.
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 283 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג יולי 24, 2012 12:57 pm

ער האט ״מיך" קיינמאל נישט געטשעפעט, מפני כבודו וועל איך נישט ענטפערן לגבי די נושא

הנלע״ד כתבתי
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל

הודעהדורך יאנקל » דינסטאג יולי 24, 2012 12:58 pm

היסטאריקער האט געשריבן:ער האט ״מיך" קיינמאל נישט געטשעפעט, מפני כבודו וועל איך נישט ענטפערן לגבי די נושא

הנלע״ד כתבתי

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=33&t=1138
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3799 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג יולי 24, 2012 7:58 pm

היסטאריקער האט געשריבן:איך מיין אז דא אין קאווע שטיבל וואס באשטייט רוב חסידי סאטמאר באלאנגט נישט קיין אריכות בשבחו של אותו גאון ז״ל, ודי כי קצרתי

איך האב געדארפט דאבעל טשעקען מיין אדרעס באר זעכער צו מאכן אז איך געפון זיך אין די ריכטיגע סייט, יו אר קידינג, רייט?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6949
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5530 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7592 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יולי 24, 2012 8:11 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:איך מיין אז דא אין קאווע שטיבל וואס באשטייט רוב חסידי סאטמאר באלאנגט נישט קיין אריכות בשבחו של אותו גאון ז״ל, ודי כי קצרתי

איך האב געדארפט דאבעל טשעקען מיין אדרעס באר זעכער צו מאכן אז איך געפון זיך אין די ריכטיגע סייט, יו אר קידינג, רייט?

אשפג.
חוץ מזה: זענען דען נישט רוב לייענער פון די איד/בלאט חסידי סאטמאר און דאך האבן זיי באריכטעט הרב אלישיב'ס פטירה?
ועוד: דייקא ווייל רוב לייענער זענען חסידי סאטמאר, זאל זיין אן אריכות בשבחו. זיי הערן דאס דאך נישט אין ערגעץ און זיי קענען חלילה נאך אריינפאלן אין אן עקאו טשעמבער.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג יולי 24, 2012 8:14 pm

אויך מיר א באריכט... דער איד'ס קאווערעדזש גרעניצט זיך כמעט מיט ליצנות. די ערשטע העלפט שרייבן זיי פון וואו ער שטאמט און די לעצטע האלפט רעכנט מען אויס אלע קינדער וואס ער האט איבערגאלאזט. ס'נישט דא וואס נאכצוזאגן פון דארט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג יולי 24, 2012 8:15 pm

פעדער לאך דיך אויס, און פייף אריין אין די אלע וואס פריוון דיך צו אנטמוטיגן. גיי אן! מיר האבן אלע הנאה פון דיין שיינע ארבעט. ס'איז באמת א געשמאק צו לייענען וואס דו שרייבסט נאר. זאל עס אפילו זיין פון פרעה נכה.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3351
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2856 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג יולי 24, 2012 9:27 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:איך מיין אז דא אין קאווע שטיבל וואס באשטייט רוב חסידי סאטמאר באלאנגט נישט קיין אריכות בשבחו של אותו גאון ז״ל, ודי כי קצרתי

איך האב געדארפט דאבעל טשעקען מיין אדרעס באר זעכער צו מאכן אז איך געפון זיך אין די ריכטיגע סייט, יו אר קידינג, רייט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5789
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8080 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2638 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט