ברעיקינג נוס: אויסזיכטן אז צוויי ברידער גייען רעדן צווישן זי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 434 מאל

ברעיקינג נוס: אויסזיכטן אז צוויי ברידער גייען רעדן צווישן זי

שליחה דורך נח בער »

ס'טוט זיך אויף טישן און בענק, מען ארבעט אויף א שלום אין סאטמאר, אבער יעדער ווייסט אז ס'גייט נישט געשען ווייל די זאליס פארלאנגען דעם גאנצן בית החיים (א זאך וואס זיי ווייסן אז ס'גייט קיינמאל נישט געשען), און די אהרונים פארלאנגען דעם נייעם שול אין וויליאמסבורג (א זאך וואס זיי ווייסן אז ס'גייט קיינמאל נישט געשען). איך קען נישט פונקטליך די דיטעילס, און כ'בין נישט אינטערעסירט אריינצוגיין יעצט דערין.

אבער אונטער אלעם שטייען צוויי ברידער וועלכע רעדן נישט איינער צום אנדערן שוין יארן לאנג, און זיי קענען פשוט נישט היינט פרייטאג ערש"ק ויחי אויפהייבן א טעלעפאן און אנווינטשן דעם ברודער א גוט שבת, ווייל משה גבאי און מאיר הירש (לויט די באריכטן) זענען זיך נאכנישט דורכגעקומען איבער זאכן וואס האבן נישט קיין שום שייכות צו די ברידערשאפט פון די צוויי ברידער.

דאס זענען רבי'ס פון גרויסע קהילות. יעדער פון זיי האט טויזנטער חסידים, וואס די חסידים האבן זיך שוין פלאצירט וואו זיי זענען ביז צו די קומענדיגע מחלוקה, און גייען נישט אריבערגיין פון איין ברודער צום צווייטן. יעדער ווייסט אז די מחלוקה איז אווער. ס'האט זיך מער-ווייניגער געסעטלט און יעדער האט וואס ער האט. אבער די צוויי ברידער האבן זיך פיינט איינער דעם אנדערן, זיי גייען נישט צו שמחות, זיי קריגן זיך, און יעדער האט מיט זיך האלב פון די משפחה וואס שטייען אויף זיין זייט, און זיי קענען נישט מאכן שלום ביז ווילאנג זיי באקומען נישט דעם אקעי פון אנדערע פרעמדע מענטשן.

ווען זיי וואלטן נישט געהייסן טייטלבוים נאר מאשקאוויטש און זיך אויפגעפירט אזוי, וואלטן זיי געווען אראפגעקוקט ביי יעדן איינעם און קיינער וואלט זיך נישט געוואלט מיט זיי משדך זיין.

יעדער געדענקט ווי מיט עטליכע יאר צוריק האט זיך גערודערט איבער די גרויסקייט פון די אחים האגער אז זיי רעדן איינער צום אנדערן און גייען צו שמחות. ביי מיך און דיך איז עס א דבר פשוט מאוד אז מיר רעדן מיט אונזערע ברידערס און מיר לעבן גוט מיט זיי, אבער ווען א רבי טוט עס איז עס גאר א גרויסקייט פון זיי.

לאמיר אפשטעלן די מעדנעס רייט עוועי. די טייטלבוימס זאלן זיי מוחל זיך אויפפירן ווי מעטשור מענטשן (ווי יעדער פשוט'ער איד פירט זיך אויף), און אנפאנגען צו גיין צו שמחות נארמאל איינער צום אנדערן, און ביז ווילאנג דאס געשעט נישט לאמיר זיי נישט געבן קיין שום רעספעקט ווייל זיי דעזערוון עס נישט.

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר