קורקלענד האט געשריבן:איך בין אויך שוין פלענטי ארום געפארן אונזער לאנד אין די לענג און אין די ברייט, און כסדר געכאפט שמועסן מיט אלע סארטן מענטשן. און קיינמאל זיך נישט באגעגנט מיט שבת'ס עקספיריענס. אין ביזנעס קומט מיר אויס אסאך צו האנדלען מיט די רעדנעקס, אסאך פון זיי זענען עקלהאפטיג אבער זיי האבן גארנישט קעגן אידן, זיי דיסקרימינירן יעדן אייניג. איך האב זיך אבער נישט ליעב צו דינגען אויף אזעלכע פאקטן, ווייל די גאנצע ויכוח ווערט א געשריי פון 'הי סעד שי סעד' און ווער ס'שרייט העכער זעהט אויס ווי די געווינער. דעריבער ווען ער קומט מיט 'זיינע' פאקטן איגנאריר איך עס און א גוטן טאג.
קורקלענד האט געשריבן:איך האב אזוי ערווארטעט און ארויסגעקוקט, אז פיינעלי זאל אונזער אלעמען באקאנטען אנטי-מלחמה, אנטי מיליטערישע וועלט'ס פרעזנס, פרא שלום ניק, וואס איז זייער באקאנט דא אונטער א ניק @שבת אחים, זאל אפיר קומען און אפּלאדירן די אמעריקאנער פּרעזידענט פאר זיין העראישע אקטן פון זיך ארויסציען פון סיריע און אפגאניסטאן!
שוין יארן לאנג וואס שבת רעדט זיך אפ דא אין שטיבל אויף די שרעקליכע רציחות וואס אמעריקע מיליטער זייעט אן איבער די גאנצע וועלט, וויאזוי זיי האבן אזוי אומגליקליך געמאכט אזויפיל מענטשן בעת ווען די מיליטערישע עליט מיט זייער קאפיטאליסטישע דעפענס פירמעס שארן גאלד אין נאר פון רציחה!
אצינד האב איך געפילט אז ער וועט אפלאדירן טראמפ נאך איין מאל ספעציעל פאר די אקט, אבער זעהט אויס אז זיינע פרינציפן זענען נישט באזירט אויף די אנגעבליכע סיבות, איך מיין אז ס'ווענדט זיך אין די קאליר האר וואס די פרעזידענט טראגט....
שבת אחים האט געשריבן:דער פרעזידענט מיט זיינע רעכטע קריסטליכע רעפובליקאנער-נאציס וואס לייגן אריין קליינע ספאנישע קינדער אין cages און האלטן זיי איינגעשפארט אוממענטשליך פאר חדשים לאנג, פאר גארנישט און פאר נישט איז עס אקעי מיט דיר אבער די סאציאליסטן רופט ער נאציס!!! נישטא ווער סזאל וויינען... אט פונקט דאס האבן די נאציס געטוהן פאר די אידן מיט זיבעציג יאהר צוריק.
דער פרעזידענט וואס זאגט אפען אז אונז אמעריקאנער הארגענען פונקט אזוי Journalist ווי די היינטיגע ״פוטין רעזשים״ איז ביי דיר א גאנצע העלד!? אבער די פרייעסטע נארמאלסטע לענדער אויף די וועלט ממש רופסטו נאציס!?
טוה מיר א טובה!
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווער דיזי. גוטע נייעס איז, ווען זאכען ווערן שלעכט. ווייל דעמאלס זעט שוין ׳יעדער׳ איין? די ווערטער ׳יעדער זעט איין׳ הערן זיך עפעס באקאנט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
קאך_לעפל האט געשריבן:אז מ'דערלעבט דערלעבט מען.
ניו יארק איז געווען די ערשטע צו ליידן פון די נייע סאציאליסטישע ווינטן וואס האבן אנגעהויבן צו בלאזן אין לאנד.
די בארימטע עמעזאן פירמע האט זיך געגרייט אויפצושטעלן איר נייער הויפטקוואטיר אין לאנג איילענד. א שריט וואס וואלט ווען צוגעברענגט 25 טויזענט פרישע ארבייט פאזיציעס, זיי האבן זיך אבער צוריקגעצויגן דערפון. מערסטייל צוליב די קעגנשאפט פון די פרישע סאציאליסט אלעקסאנדריע קאָרטעז. גיבערנאטור קאומא וועלכע איז זעלבסא א געשוואורענער דעמקראט איז שרעקליך אויפגעברויזט, אבער אצינד וועט ער שוין ווארשיינליך איינזען דאס חורבן וואס סאציאליזם ברענגט אויף דער וועלט.
דאקאגען קאָרטעז האט נישט גענוג וועגן זיך אויסצודרוקן איר נארישע פרייד איבער איר אנגעבליכער מעכטיגע געווינס. זי האט היינט געזאגט אז דאס צייגט אז דאס פאלק האט דאס ווארט, און נישט דער רייכסטער מאן אין לאנד, (וואס איז אייגענטליך אויך א דעמקראט)
פרוי קאָרטעז איז דאך אזא שמאלקעפיגע באשעפעניש און אזא נארישע פרוי, אזש מאנכע זענען ביי די מיינונג אז זי איז נאך מער משוגע ווי זי קוקט אויס. זי איז א געפאר פאר די וואוילזיין פון די מענטשהייט. עס גייט איר נישט אן קיין ארבייט פאזיציעס, גארנישט! די גאנצע באפעלקערונג זאל לעבן אויף די רעכענונג פון די רעגירונג, און אז די לופט זאל זיין זויבער, זי געטרויעט נישט ג-ט צו פירן זיין וועלטל ווי ער פארשטייט, זי וויל וויל אים העלפן צו רעגולירן די לופט, א סארט פארזעעניש....
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט