לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:54 pm

Third migrant dies in Border Patrol custody in as many months
https://apple.news/Aemfy9xcBR3C66nu2GWBCJg
I do not believe in freedom of will. Schopenhauer's words, "Man can indeed do what he wants, but he cannot want what he wants", accompany me in all life situations and console me in my dealings with people, even those that are really painful to me

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5792
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4741 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3432 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג פעברואר 19, 2019 10:15 am

וואשינגטאן – דאס אמעריקאנער פאלק איז געשלאגן געווארן ווי א דינער אין מיטן העלן טאג. די אומצאליגע רעכטדענקיגע פארש-קאמיסיעס פונעם רעפרעזאנטן הויז זענען ענדליך געקומען צו זייער לאנג דערווארטעטער אויספירן, אז די גרויזאמע רויטע רוסן האבן אין א פרעצעדענטלאזע שריט מאנאפאלירט די אויסגאנג פון די וואלן, און אז פרעזידענט טראמפ איז גאר א געהיימער אגענט פאר רוסלאנד, און זיין הויפט מיסיע איז בלויז צו פארניכטן די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע פון אינערווייניג. דאס אמעריקאנע באפעלקערונג איז שאקירט ביז גאר, אבער נישט די כיטרע סאציאליסטן. זיי האבן דאס שוין געוויסט גלייך פון אנהייב אז דער טראמפ איז א געמיינער קערל, וואס איז בלויז אויסן צו פארניכטן אמעריקע און אלעס וואס אמעריקע שטעלט מיט זיך פאר.

דער שיינענדער זון האט זיך ענדליך באוויזן אויפן האריזאנט. א נייע סאציאליסטישע רעגירונג ווערט איינגעשטעלט אין די פאראייניגטע שטאטן. די סאציאליסטן האלזן זיך און קישן זיך פון גרויס פרייד, די עמאציאנאלע צארטע לעגיסלאטורן האבן טרערן אין די אויגן פון גרויס-איבערגענומענקייט. די העלדין פונעם טאג פרוי קאָרטעז ווערט אויפגעהויבן א רויטער שטיל, און ארומגעפירט איבערן גאנצן רעפרעזאנטן הויז מיט טריומף. די ציושטע סאציאליסטן שאלן מיט גרויס פרייד, לעבן זאל קאָרטעז! לעבן זאל קאָרטעז! דאס איז א אומגלויבליכע מאַניפעסטאציע. היסטאריקער זאגן אלע איינשטומיג אז אזאנס האט נאך קיינמאל נישט פאסירט אינעם רעפרעזאנטן הויז ביז דאן.

נאך אינעם סאמען זעלבן טאג ווערן די גרעניצן פון די פאראייניגטע שטאטן ברייט צועפענט. אלע אומראלישע בערלינער מויערן ווערן ארונטער-געריסן מיט אויסטערלישע צארן דורך די ציושטע מאסן. א שטרום פון פארפאלגטע אימיגראַנטן פארפלייצן דאס לאנד. מערדער און פארגעוואלדיגער, בארימטע דראג לארדן און מיטגלידער פון אלערליי פארברעכערישע באנדעס לאזן זיך מאסנווייז ארויס צום ריכטונג פון די פרייע אמעריקאנער גרעניצן, וואו זיי ווערן אויפגענומען מיט אפענע ארעמס דורך די הומאנעריאיסטישע סאציאליסטן. די פארפאלגטע אימיגראַנטן ווערן באלד באזארגט מיט פרייע מעדיצינישע דעקונג און מיט ערציאונג און מיט וואוינונג, און מיט אלעם וואס פעלט זיך נאר אויס, אלעס אויף די רעכענונג פונעם רייכער פעטער שמואל.

ווי אימער איבער די וועלט עמיצער הרג'עט א מענטש, אדער פארגעוואלדיגט א מויד, אדער בארויבט א באנק, ווייסט ער פון בלויז איין איינציגסטע אדרעס וואו ער קען זיך ווענדן אין זיין נויט, דאס איז די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. וואו ער וועט ערפאנגן ווערן מיט אפענע ארעמס דורך די הומאנעריאיסטישע סאציאליסטן, און גלייכצייטיג באזארגט ווערן מיט אלעם גוטס.

די רעוואלוציע גייט נאך פול ווייטער. א שטרענגער פליען-פארבאט ווערט איינגעשטעלט אין די פאראייניגטע שטאטן, אלע פליגערס זענען געשטאנדעט אין די לופט פעלדער, אויס זארג אז זיי וועלן פארסמען די ציכטע ריינע לופט וואס די העלדין פונעם טאג פרוי קאָרטעז האט אונז אהערגעשטעלט מיט איר גרויס גענאנדע. פאראכטע גאזאלין סטאנציעס ווערן פארשלאסן מיט שלאס און ריגל. שווערע מיליאנען אמעריקאנער ארבייטער ווערן ענדליך באפרייט פון לאנגע יארן שווערע ריקען ברעכענדע צוואנגס ארבייט, און זעצן זיך ספאנטאן אין כולל אריין צו די הייליגע גמרא. רייכע לייט און מיטל פארדינער זענען געצווינגן צו באהאלטן זייערע איינקנופטן, אויס זארג פון א אבעלאווע פון די שטרענגע שטייער מאנער, וואס זענען אויסן צו קאנפעסקירן זייער האב און גוטס, צו דעקן די קאסטן פון אונזער גערטע טייערע געסט די הויכגעשעצטע פארפאלגטע אימיגראַנטן.

דאס לאנד האט ענדליך נאך לאנגע יארן אפגעאטעמט מיט פארלייכטערונג, די שווערע ראסיסטישע טראמפ עפאכע פון וועלכע דאס לאנד האט אזוי שטארק געליטן איז שוין ענדליך פאראיבער. אין די גאסן פון ניו יארק און סאַן פֿראַנסיסקאָ הערן זיך שוין ענדליך דער היימליכער נאסטאלאגישער שפאנישער שפראך, אזש אויב ווילט איר רעדן ענגליש קענט איר גיין קיין כינע. די פארפאלגטע אימיגראַנטן זענען ענדליך באפרייט געווארן פונעם יאך פון טיראניע, זיי קענען שוין ענדליך טוען וואס זייער הערצער באגערן, מ'קען שוין ענדליך רויבן און מארדן און פארגעוואלדיגן וועמען דאס הארץ גליסט. די ווייטע גייסטרייכע וויזיע פון שבת אחים און פרוי קאָרטעז איז ענדליך צושטאנד געקומען.

לעבן זאל די רעוואלוציע! לעבן זאל שבת אחים! לעבן זאל פרוי קאָרטעז! לעבן זאלן די סאציאליסטן!
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1543
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1605 מאל

הודעהדורך Easy Shopping » מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:13 am

צו עס וועט זיין א וואנט ווייס איך נישט אבער איין זאך איז זיכער אז עמעזאן מאכט פרנסה

The Trump Border Wall Board Game
https://amzn.to/2XeGlz6

The Trump Presidential Wall Game – MAGA
https://amzn.to/2GXKulz
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך Easy Shopping אום מיטוואך פעברואר 20, 2019 1:41 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
Easy Shopping
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3129
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 12:25 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

הודעהדורך אונטער חכם » מיטוואך פעברואר 20, 2019 12:09 pm

שבת אחים האט געשריבן:צווייטע ליגענט און פראפאגאנדע איז רופן די היינטיגע דייטשלאנד נאציס! שעמסט זיך נישט אין דיין פנים אריין??? די גרעסטע שטיצער אין געלט פאר מדינת ישראל היינטיגע צייטן. די איינציגסטע לאנד וואס האט אפען מודה געוועהן אין זייערע עבירות און וואס לערנען יעדען טאג מיט די קינדער וועגן די שואה רופט ער נאציס. די לאנד וואס באצאלט נאך עד היום הזה פארגיטונגס געלטער פאר אידן.... ווען גייט אמעריקע באצאלן געלט פאר די שווארצע אין די נאטיוו-אמעריקענער??? אדער כאטש מודה זיין אין זייער שמוציגע עבר???


אין יעדע אמעריקאנער סקול לערנט מען וועגן slavery, און איך מיין אז מען רעדט אויך סאך מער אין אמעריקע וועגן די שווארצע שקלאפעריי ווי אין דייטשלאנד וועגן די האלאקאוסט, און דייטשלאנד צאלט נישט קיין פארגיטיגונג געלטער נאר פאר מלחמה איבערלעבער אליינס נישט פאר זייערע קינדער.

Sent from my AQT80 using Tapatalk
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 602
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך פעברואר 27, 2019 5:59 pm

דער גרויסער (ליבעראלע) לויער דערשאוויץ וואס האט פארלוירן אלע זיינע דעבאטעס און קרעדיטיבילטי וועגן מדנ״ וואס נארמאלע מענטשען האבן נאך אמאל האלבוועגס אויסגעהערט וואס ער זאגט. היינט ווייסט מען שוין אז ווען סקומט צו מדנ״י גייט ער מיטן קאפ אין וואנט אריין און וועט אפילו שטיצן אזא נידערטרעכטיגע שמוציגע קאראפטירטע קינדערגארטן-שפיאן פאר פוטין אויב סלוינט זיך פאר זיינע אגענדעס. און ער וועט אפילו פארקויפן זיין נשמה און זיינע אידאלאגיעס פארן שטן ווי פארהארגענען די ענווייערמענט אאז״וו וואס דערשאוויץ האט זיין גאנץ לעבן געשטיצט סייענס. געוויסע נאנטע ארום אים זאגן אז ער וועפט אויף כח. אבער אזויפיל האט ער נאך געכאפט אז קאהן׳ס היינטיגע עדות קעגן טראמפ אין קאנגרעס איז ״שלעכטע נייעס״ פאר זיין בויפרענד.

:Trump ally Alan Dershowitz gets gloomy over Cohen hearing
This is not a good day for the president
https://www.rawstory.com/2019/02/trump- ... president/
I do not believe in freedom of will. Schopenhauer's words, "Man can indeed do what he wants, but he cannot want what he wants", accompany me in all life situations and console me in my dealings with people, even those that are really painful to me

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5792
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4741 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3432 מאל

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

הודעהדורך גראף » מיטוואך פעברואר 27, 2019 7:57 pm

געוויסע נאנטע ארום אים זאגן אז ער וועפט אויף כח.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 804
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 627 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 446 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג מערץ 01, 2019 2:33 pm

Christie: Trump lied about things he didn't need to lie about
https://www.cnn.com/videos/politics/201 ... -politics/

Chris Christie says Southern District of New York should concern Trump more than Mueller probe
https://www.cnn.com/2019/03/01/politics ... index.html
I do not believe in freedom of will. Schopenhauer's words, "Man can indeed do what he wants, but he cannot want what he wants", accompany me in all life situations and console me in my dealings with people, even those that are really painful to me

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5792
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4741 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3432 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג מערץ 01, 2019 2:34 pm

Otto Warmbier’s Parents: Kim Jong Un Is Responsible For Death Of Our Son
Fred and Cindy Warmbier spoke out after President Donald Trump said he believed the North Korean leader didn’t know about how their son was treated

https://www.huffpost.com/entry/otto-war ... abd14b2256

Trump on Otto Warmbier: I Believe Kim Jong Un When He Says He Didn’t Know

https://www.thedailybeast.com/donald-tr ... didnt-know

דער מטורף אינעם ווייסען-הויז נעמט אן די ווערסיע פונעם דיקטעטאר און רוצח פון נארט קארעא וואס האט ברוטאל אומגעברענגט א אומשולדיג געזונטע, יונגע אידישע-אמעריקאנער אויף זיין באזוך אין נארט קארעא אלץ טוריסט פאר גארנישט און פאר נישט...

חרפה און א בושה איז א understatement!.

און ער איז די פירער פון די פרייע וועלט?
רבש״ע וואו באהאלט מען זיך???
I do not believe in freedom of will. Schopenhauer's words, "Man can indeed do what he wants, but he cannot want what he wants", accompany me in all life situations and console me in my dealings with people, even those that are really painful to me

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5792
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4741 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3432 מאל

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

הודעהדורך גראף » מאנטאג מערץ 25, 2019 1:46 pm

און נאך ווערן ריין געוואשן פון קאלוזשען האט דער פרעזידענט נאך א נקמה אין דער לויער מייקעל אווענאטי וואס האט נאך נישט לאנג צוריק געמיינט אז ער האט א טשאנס צו געווינען די פרעזידענטסי.....
ער גייט לכאורה יושב'נען.

https://www.cnbc.com/2019/03/25/michael ... fraud.html

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 804
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 627 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 446 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 25, 2019 12:49 am

די טראמפ ווינט קומט אן קיין אוקראינע... דער לץ און קאמעדיער וולאדימיר זעלענסקי ווערט ערוועלט אלץ פרעזידענט פון אוקראינע.

Daily News

Youtube
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2355
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2254 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1409 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 02, 2019 8:55 pm

קען מיר איינער מסביר זיין וואס דער משוגענער וויל דא???

https://www.nybooks.com/daily/2019/05/0 ... ot-enough/
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2355
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2254 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1409 מאל

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

הודעהדורך גראף » פרייטאג מאי 03, 2019 1:15 am

קודם שטעלט מען אוועק א הנחה אז טראמפ איז א נאצי, פאשיסט, שאוועניסט, ראסיסט, רוצח, היטלער און סטאלין ביינעזאם. יעצט קען מען, מעג מען, און מען דארף, מען מוז שרייבן אלדאס בייז אויף עם. פארשטייט זיך כדי צו ראטעווען די מערב וועלט און פרייהייט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 804
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 627 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 446 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 03, 2019 1:29 am

די פראבלעם איז נאר אז דער מטורף פאנגט אן שוין נאכ'ן הנחה, ער באמיהט זיך ניטאמאל מסביר צו זיין פון וואו ער קומט. ער האקט סתם אין דער וועלט אריין אן מסביר זיין אויף וואס פונקטליך ער האקט, טראמפ טראמפ טראמפ, איי וואס ווען ווער וואו? אבער טראמפ!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2355
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2254 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1409 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג מאי 12, 2019 10:13 am

זיינע טוויטס זענען א חידוש וואס ער האט מחדש געוועהן, און אפילו נעקסטע פרעזידענטען וועלען טוויטען וועט עס זיין העכסט געפילטערט און אויסגערעכענט מיט דער הסכמה פין זיינע מענטשן.

דאס איז זיכער אז ער פלעגט אליין טוויטען, מיט ספעללינג מיסטעיקס און צומאל פאלשע פאקטען וכו'. כמובן, פארקערט פין אלעמען האט ער מיט דעם קאנעקטעד צו זיין באזע, זעהנדיג אים אלץ א מענטש ווי זיי וואס מאכט מיסטעיקס און ווערט נעבעך געפייניגט דורך זיינע שונאים, און דערביי געשטארקט זיין באזע.

איבער צייט דאכט זיך מיר אז ער שרייבט שוין נישט אליין, נאר איז עטוואס מילדער געווארן, און הגם דער וואס טייפט און דריקט סענד מוז אים פאלגען ווען ער זאגט שרייב, ווערט עס סוף כל סוף געשריבן דורך א צווייטען, און האבן נישט דער אמאליגער כאראקטער.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1640
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 866 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 7 געסט