בלאט 44 פון 48

הודעהפורסם: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:54 pm
דורך שבת אחים
Third migrant dies in Border Patrol custody in as many months
https://apple.news/Aemfy9xcBR3C66nu2GWBCJg

הודעהפורסם: דינסטאג פעברואר 19, 2019 10:15 am
דורך קאך_לעפל
וואשינגטאן – דאס אמעריקאנער פאלק איז געשלאגן געווארן ווי א דינער אין מיטן העלן טאג. די אומצאליגע רעכטדענקיגע פארש-קאמיסיעס פונעם רעפרעזאנטן הויז זענען ענדליך געקומען צו זייער לאנג דערווארטעטער אויספירן, אז די גרויזאמע רויטע רוסן האבן אין א פרעצעדענטלאזע שריט מאנאפאלירט די אויסגאנג פון די וואלן, און אז פרעזידענט טראמפ איז גאר א געהיימער אגענט פאר רוסלאנד, און זיין הויפט מיסיע איז בלויז צו פארניכטן די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע פון אינערווייניג. דאס אמעריקאנע באפעלקערונג איז שאקירט ביז גאר, אבער נישט די כיטרע סאציאליסטן. זיי האבן דאס שוין געוויסט גלייך פון אנהייב אז דער טראמפ איז א געמיינער קערל, וואס איז בלויז אויסן צו פארניכטן אמעריקע און אלעס וואס אמעריקע שטעלט מיט זיך פאר.

דער שיינענדער זון האט זיך ענדליך באוויזן אויפן האריזאנט. א נייע סאציאליסטישע רעגירונג ווערט איינגעשטעלט אין די פאראייניגטע שטאטן. די סאציאליסטן האלזן זיך און קישן זיך פון גרויס פרייד, די עמאציאנאלע צארטע לעגיסלאטורן האבן טרערן אין די אויגן פון גרויס-איבערגענומענקייט. די העלדין פונעם טאג פרוי קאָרטעז ווערט אויפגעהויבן א רויטער שטיל, און ארומגעפירט איבערן גאנצן רעפרעזאנטן הויז מיט טריומף. די ציושטע סאציאליסטן שאלן מיט גרויס פרייד, לעבן זאל קאָרטעז! לעבן זאל קאָרטעז! דאס איז א אומגלויבליכע מאַניפעסטאציע. היסטאריקער זאגן אלע איינשטומיג אז אזאנס האט נאך קיינמאל נישט פאסירט אינעם רעפרעזאנטן הויז ביז דאן.

נאך אינעם סאמען זעלבן טאג ווערן די גרעניצן פון די פאראייניגטע שטאטן ברייט צועפענט. אלע אומראלישע בערלינער מויערן ווערן ארונטער-געריסן מיט אויסטערלישע צארן דורך די ציושטע מאסן. א שטרום פון פארפאלגטע אימיגראַנטן פארפלייצן דאס לאנד. מערדער און פארגעוואלדיגער, בארימטע דראג לארדן און מיטגלידער פון אלערליי פארברעכערישע באנדעס לאזן זיך מאסנווייז ארויס צום ריכטונג פון די פרייע אמעריקאנער גרעניצן, וואו זיי ווערן אויפגענומען מיט אפענע ארעמס דורך די הומאנעריאיסטישע סאציאליסטן. די פארפאלגטע אימיגראַנטן ווערן באלד באזארגט מיט פרייע מעדיצינישע דעקונג און מיט ערציאונג און מיט וואוינונג, און מיט אלעם וואס פעלט זיך נאר אויס, אלעס אויף די רעכענונג פונעם רייכער פעטער שמואל.

ווי אימער איבער די וועלט עמיצער הרג'עט א מענטש, אדער פארגעוואלדיגט א מויד, אדער בארויבט א באנק, ווייסט ער פון בלויז איין איינציגסטע אדרעס וואו ער קען זיך ווענדן אין זיין נויט, דאס איז די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. וואו ער וועט ערפאנגן ווערן מיט אפענע ארעמס דורך די הומאנעריאיסטישע סאציאליסטן, און גלייכצייטיג באזארגט ווערן מיט אלעם גוטס.

די רעוואלוציע גייט נאך פול ווייטער. א שטרענגער פליען-פארבאט ווערט איינגעשטעלט אין די פאראייניגטע שטאטן, אלע פליגערס זענען געשטאנדעט אין די לופט פעלדער, אויס זארג אז זיי וועלן פארסמען די ציכטע ריינע לופט וואס די העלדין פונעם טאג פרוי קאָרטעז האט אונז אהערגעשטעלט מיט איר גרויס גענאנדע. פאראכטע גאזאלין סטאנציעס ווערן פארשלאסן מיט שלאס און ריגל. שווערע מיליאנען אמעריקאנער ארבייטער ווערן ענדליך באפרייט פון לאנגע יארן שווערע ריקען ברעכענדע צוואנגס ארבייט, און זעצן זיך ספאנטאן אין כולל אריין צו די הייליגע גמרא. רייכע לייט און מיטל פארדינער זענען געצווינגן צו באהאלטן זייערע איינקנופטן, אויס זארג פון א אבעלאווע פון די שטרענגע שטייער מאנער, וואס זענען אויסן צו קאנפעסקירן זייער האב און גוטס, צו דעקן די קאסטן פון אונזער גערטע טייערע געסט די הויכגעשעצטע פארפאלגטע אימיגראַנטן.

דאס לאנד האט ענדליך נאך לאנגע יארן אפגעאטעמט מיט פארלייכטערונג, די שווערע ראסיסטישע טראמפ עפאכע פון וועלכע דאס לאנד האט אזוי שטארק געליטן איז שוין ענדליך פאראיבער. אין די גאסן פון ניו יארק און סאַן פֿראַנסיסקאָ הערן זיך שוין ענדליך דער היימליכער נאסטאלאגישער שפאנישער שפראך, אזש אויב ווילט איר רעדן ענגליש קענט איר גיין קיין כינע. די פארפאלגטע אימיגראַנטן זענען ענדליך באפרייט געווארן פונעם יאך פון טיראניע, זיי קענען שוין ענדליך טוען וואס זייער הערצער באגערן, מ'קען שוין ענדליך רויבן און מארדן און פארגעוואלדיגן וועמען דאס הארץ גליסט. די ווייטע גייסטרייכע וויזיע פון שבת אחים און פרוי קאָרטעז איז ענדליך צושטאנד געקומען.

לעבן זאל די רעוואלוציע! לעבן זאל שבת אחים! לעבן זאל פרוי קאָרטעז! לעבן זאלן די סאציאליסטן!

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:13 am
דורך Easy Shopping
צו עס וועט זיין א וואנט ווייס איך נישט אבער איין זאך איז זיכער אז עמעזאן מאכט פרנסה

The Trump Border Wall Board Game
https://amzn.to/2XeGlz6

The Trump Presidential Wall Game – MAGA
https://amzn.to/2GXKulz

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 20, 2019 12:09 pm
דורך אונטער חכם
שבת אחים האט געשריבן:צווייטע ליגענט און פראפאגאנדע איז רופן די היינטיגע דייטשלאנד נאציס! שעמסט זיך נישט אין דיין פנים אריין??? די גרעסטע שטיצער אין געלט פאר מדינת ישראל היינטיגע צייטן. די איינציגסטע לאנד וואס האט אפען מודה געוועהן אין זייערע עבירות און וואס לערנען יעדען טאג מיט די קינדער וועגן די שואה רופט ער נאציס. די לאנד וואס באצאלט נאך עד היום הזה פארגיטונגס געלטער פאר אידן.... ווען גייט אמעריקע באצאלן געלט פאר די שווארצע אין די נאטיוו-אמעריקענער??? אדער כאטש מודה זיין אין זייער שמוציגע עבר???


אין יעדע אמעריקאנער סקול לערנט מען וועגן slavery, און איך מיין אז מען רעדט אויך סאך מער אין אמעריקע וועגן די שווארצע שקלאפעריי ווי אין דייטשלאנד וועגן די האלאקאוסט, און דייטשלאנד צאלט נישט קיין פארגיטיגונג געלטער נאר פאר מלחמה איבערלעבער אליינס נישט פאר זייערע קינדער.

Sent from my AQT80 using Tapatalk

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 27, 2019 5:59 pm
דורך שבת אחים
דער גרויסער (ליבעראלע) לויער דערשאוויץ וואס האט פארלוירן אלע זיינע דעבאטעס און קרעדיטיבילטי וועגן מדנ״ וואס נארמאלע מענטשען האבן נאך אמאל האלבוועגס אויסגעהערט וואס ער זאגט. היינט ווייסט מען שוין אז ווען סקומט צו מדנ״י גייט ער מיטן קאפ אין וואנט אריין און וועט אפילו שטיצן אזא נידערטרעכטיגע שמוציגע קאראפטירטע קינדערגארטן-שפיאן פאר פוטין אויב סלוינט זיך פאר זיינע אגענדעס. און ער וועט אפילו פארקויפן זיין נשמה און זיינע אידאלאגיעס פארן שטן ווי פארהארגענען די ענווייערמענט אאז״וו וואס דערשאוויץ האט זיין גאנץ לעבן געשטיצט סייענס. געוויסע נאנטע ארום אים זאגן אז ער וועפט אויף כח. אבער אזויפיל האט ער נאך געכאפט אז קאהן׳ס היינטיגע עדות קעגן טראמפ אין קאנגרעס איז ״שלעכטע נייעס״ פאר זיין בויפרענד.

:Trump ally Alan Dershowitz gets gloomy over Cohen hearing
This is not a good day for the president
https://www.rawstory.com/2019/02/trump- ... president/

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 27, 2019 7:57 pm
דורך גראף
געוויסע נאנטע ארום אים זאגן אז ער וועפט אויף כח.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

הודעהפורסם: פרייטאג מערץ 01, 2019 2:33 pm
דורך שבת אחים
Christie: Trump lied about things he didn't need to lie about
https://www.cnn.com/videos/politics/201 ... -politics/

Chris Christie says Southern District of New York should concern Trump more than Mueller probe
https://www.cnn.com/2019/03/01/politics ... index.html

הודעהפורסם: פרייטאג מערץ 01, 2019 2:34 pm
דורך שבת אחים
Otto Warmbier’s Parents: Kim Jong Un Is Responsible For Death Of Our Son
Fred and Cindy Warmbier spoke out after President Donald Trump said he believed the North Korean leader didn’t know about how their son was treated

https://www.huffpost.com/entry/otto-war ... abd14b2256

Trump on Otto Warmbier: I Believe Kim Jong Un When He Says He Didn’t Know

https://www.thedailybeast.com/donald-tr ... didnt-know

דער מטורף אינעם ווייסען-הויז נעמט אן די ווערסיע פונעם דיקטעטאר און רוצח פון נארט קארעא וואס האט ברוטאל אומגעברענגט א אומשולדיג געזונטע, יונגע אידישע-אמעריקאנער אויף זיין באזוך אין נארט קארעא אלץ טוריסט פאר גארנישט און פאר נישט...

חרפה און א בושה איז א understatement!.

און ער איז די פירער פון די פרייע וועלט?
רבש״ע וואו באהאלט מען זיך???

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 25, 2019 1:46 pm
דורך גראף
און נאך ווערן ריין געוואשן פון קאלוזשען האט דער פרעזידענט נאך א נקמה אין דער לויער מייקעל אווענאטי וואס האט נאך נישט לאנג צוריק געמיינט אז ער האט א טשאנס צו געווינען די פרעזידענטסי.....
ער גייט לכאורה יושב'נען.

https://www.cnbc.com/2019/03/25/michael ... fraud.html

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

הודעהפורסם: דאנערשטאג אפריל 25, 2019 12:49 am
דורך רביה''ק זי''ע
די טראמפ ווינט קומט אן קיין אוקראינע... דער לץ און קאמעדיער וולאדימיר זעלענסקי ווערט ערוועלט אלץ פרעזידענט פון אוקראינע.

Daily News

Youtube

הודעהפורסם: דאנערשטאג מאי 02, 2019 8:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קען מיר איינער מסביר זיין וואס דער משוגענער וויל דא???

https://www.nybooks.com/daily/2019/05/0 ... ot-enough/

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

הודעהפורסם: פרייטאג מאי 03, 2019 1:15 am
דורך גראף
קודם שטעלט מען אוועק א הנחה אז טראמפ איז א נאצי, פאשיסט, שאוועניסט, ראסיסט, רוצח, היטלער און סטאלין ביינעזאם. יעצט קען מען, מעג מען, און מען דארף, מען מוז שרייבן אלדאס בייז אויף עם. פארשטייט זיך כדי צו ראטעווען די מערב וועלט און פרייהייט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

הודעהפורסם: פרייטאג מאי 03, 2019 1:29 am
דורך רביה''ק זי''ע
די פראבלעם איז נאר אז דער מטורף פאנגט אן שוין נאכ'ן הנחה, ער באמיהט זיך ניטאמאל מסביר צו זיין פון וואו ער קומט. ער האקט סתם אין דער וועלט אריין אן מסביר זיין אויף וואס פונקטליך ער האקט, טראמפ טראמפ טראמפ, איי וואס ווען ווער וואו? אבער טראמפ!

הודעהפורסם: זונטאג מאי 12, 2019 10:13 am
דורך אישתישבי
זיינע טוויטס זענען א חידוש וואס ער האט מחדש געוועהן, און אפילו נעקסטע פרעזידענטען וועלען טוויטען וועט עס זיין העכסט געפילטערט און אויסגערעכענט מיט דער הסכמה פין זיינע מענטשן.

דאס איז זיכער אז ער פלעגט אליין טוויטען, מיט ספעללינג מיסטעיקס און צומאל פאלשע פאקטען וכו'. כמובן, פארקערט פין אלעמען האט ער מיט דעם קאנעקטעד צו זיין באזע, זעהנדיג אים אלץ א מענטש ווי זיי וואס מאכט מיסטעיקס און ווערט נעבעך געפייניגט דורך זיינע שונאים, און דערביי געשטארקט זיין באזע.

איבער צייט דאכט זיך מיר אז ער שרייבט שוין נישט אליין, נאר איז עטוואס מילדער געווארן, און הגם דער וואס טייפט און דריקט סענד מוז אים פאלגען ווען ער זאגט שרייב, ווערט עס סוף כל סוף געשריבן דורך א צווייטען, און האבן נישט דער אמאליגער כאראקטער.

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 1:39 am
דורך שבת אחים
Trump's long, bizarre history of accusing people of treason

https://www.msnbc.com/11th-hour/watch/t ... 0044229763

דער whistleblower איז א שפיאן! געדענקט אויב האלט מען אנדערש ווי טראמפ מיט זיינע מענטשען איז עס ממש אפענע TREASON!

וויפל מאל איך האב געהערט די לעצטע פאר יאהר פון די רעכטע שוטים. האסט פיינט טראמפ ווייל דו האסט פיינט אמעריקע. כאילו טראמפ איז אמעריקע!

טראמפ איז ממש די גרעסטע פאטריאט פאר אמעריקע! אזא פיינע מענטש, זיין גאנץ לעבן זיך אוועקגעבן פאר אמעריקע!

טראמפ האט ליב אמעריקע? ער האט זיך ליב! ער איז א קראנקער נארסיסט. און פערצופאל וואוינט ער אין אמעריקע. ער האט די גאנצע אמעריקע מיט זייער געזעצן און זייער Constitution אין דער ערד ווען ס׳קומט צו זיין כבוד און זיין געלט איז ער גרייט צו פארקויפן זיין גאנצע לאנד און מפקיר זיין זייערע בירגער פאר אביסל עטענשאון.

עני וועי ער איז במילא דערנאך. ער געוואונט נישט נאכאמאל. רוב אמעריקאנער קענען אים נישט סובל זיין. חסידים זענען נאך שטעקן געבליבן מיט אים. אבער די אמתע רעפובליקאנער דארפן זיין משוגע צוגיין מיט אים. ער מאכט עס נישט נאכמאל לויט אלע שיטות. ער האט אריינגעלייגט די וועלט די נאנטעסטע צו נוקליער מלחמה. דער קליינער קים דזשאונג לאכט אים אין פנים אריין און בויעט א באמבע. רוסלאנד און כינע זענען קיינמאל נישט געוועהן אזא שטארק. אמעריקע איז אפגעזונדערט פון אלע זייערע allies
מיט זעראו דיאלאג ווי קיינמאל ביפאר. די וועלט ווערט געפירט דורך אפאר דיקטעטארס רוסלאנד, נארט קארעא, כינע, איראן, סאודיע אראביע, בראזיל, און טראמפ.

מ׳שסט מענטשען אין די גאסן יעדן שני וחמישי. ספאנישע קינדער זענען אינטער בארבד- דראנטן פאר חדשים לאנג על לא דבר. די וועלט פלאקערט, די קינדער שרייען מ׳נעמט נישט קעיר פון די ענווייערמענט. די עקאנאמיע באבל ווייזן אלע סימנים פון א קראך! די Gap צווישן די ארימע און רייכע איז ביי די העכסטע ראטע אין אמריקאנער היסטאריע!

וכו׳ וכו׳

איך האב ענק געווארענט! ער קען נישט פירן קיין מדינה. ער קען נישט די סיסטעם. און האט זיך ארומגערינגעלט מיט אפאר רעכטע שוטים וואס ער טוישט יעדע שני וחמישי ווי זאקן! ער ווייסט נישט וואס ער טוט! ער הייבט נישט אן צו פארשטיין צו קיין גאווערמענט! ער מיינט ער איז עפעס א מאפיא באס! ער איז קיינמאל נישט געוועהן אין גאווערמענט פארדעם! ער איז א פשוטע לוזער וואס האט באנקראטירט א גאנץ לעבן איין ביזנעס נאכן צווייטן און באגנבט קליינע מענטשען! פארגעס פון פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן ער קיינמאל ניטמאל זיין פרעזידענט פון א סטריפ-קלאוב. ער צוקריגט זיך מיט יעדעם איינעם יעדער צווייטע מינוט!

טוה מיר א טובה!

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 1:52 am
דורך הנוי והנצח
דו שרייסט ווי א נישט גוטס, מסתמא ווייל דו זעהסט די חורבן וואס די דעמאקראטן מאכן זיך אליין אהן מיט דער גאנצע אימפיטשמענט צירקוס. וואס הייסט רוב אמעריקא קען אים נישט דערליידן? די לעצטע ראסמעססען אנקעטע ווייזט אז טראמפ האט 53% שטיצע ביים פאלק, און דאס איז נאך דער גאנצע אוקריינע "סקאנדאל". זיינע נומבערס זענען היינט העכער ווי קיינמאל בעפאר, אין אלע נאציאנאלע אנקעטעס. ביסט גערעכט די "אמת'דיגע" רעפאבליקאנער, די אלט געזעצענע מיט ראמני'ס און דזשעב בוש וועלן טאקע נישט מיטגיין מיט אים, אבער די היינטיגע רעפאבליקאנער פארטיי האט טראמפ איבערגענומען מיט אן אייזערנעם פויסט, און זיי שטיצן אים ביי 95%. יא יא, דער גרויסער "לוזער" וואס האט געוואונען אין 2016 גרייט זיך פאר א גרויסע געווינס אין 2020 א דאנק די דעמאקראטישע ראדיקאלן מיט זייערע מיאוסע שטיק. זאג נישט מען האט דיר נישט געווארענט!!

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 2:02 am
דורך שבת אחים
האלט דיך אן זייער שטארק מיט אים!

האלט דיך אן שטארק!

ער איז מעהר ווייניגער דערנאך! ער האט נישט קיין גיטע תירוץ פאר די נייע סקאנדאל! דא האט מען אים געכאפט מיט די הויזן אראפ!

אפילו ס׳געלונגט נישט פאר די דעמקראטן אים צו אימפיטשען אין סענאט איז ער נאכאלץ דערנאך! ער גייט פארלירן אפאר חדשים שפעטער די וואלן און דערנאך גייט אים לכאורה ניו יארק סיטי אינדייטן פאר טעקס fraud און ער גייט זיין ביזי דע נעקסטע פאר יאהר מיט לויערס.

קיין שום ערנסטע מענטש גייט מעהר נישט מאכן קיין ביזנעס מיט אים זיין נאמען איז פארשמירט געווארן אין די גאנצע וועלט.

לויט פארבס האט ער פארלוירן בערך א דריטל פון זיין פארמעגן זינט ער איז געלויפן פאר פרעזידענט. מהאט אראפגענומען זיין נאמען פון אסאך בילדינגס ווייל מענטשען האבן נישט געוואלט דארט וואוינען מעהר. מ׳האט ארויסגעווארפן זיין clothing line פון רוב דיפארטמענט סטארס אין די וועלט.

ער האט געמיינט אז ער גייט זיין די גרעסטע פריץ אויף די וועלט! און ער גייט שרייען און טשעפענען יעדעם איינעם יעדע שני וחמישי? די וועלט ארבעט נישט אזוי!

ווער ס׳לויפט נאך כבוד און פארלאנגט מען זאל אים א גאנצע צייט אפגעבן כבוד ווען ס׳קומט זיך אים נישט דאן לויפט די כבוד אוועק פון אים!

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 2:05 am
דורך שבת אחים
וועלכע פאול גיט אים 53 פראצענט???

שקר! דא האט איר א לינק צו אלע פאולס! קיין איינער גיט אים נישט מעהר ווי פופציג פראצענט! די לעצטע צוויי פאולס איז 41 פראצענט און 39 פראצענט!

https://projects.fivethirtyeight.com/tr ... l-ratings/

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 2:16 am
דורך הנוי והנצח
שבת אחים האט געשריבן:וועלכע פאול גיט אים 53 פראצענט???

שקר! דא האט איר א לינק צו אלע פאולס! קיין איינער גיט אים נישט מעהר ווי פופציג פראצענט! די לעצטע צוויי פאולס איז 41 פראצענט און 39 פראצענט!

https://projects.fivethirtyeight.com/tr ... l-ratings/


נישט קיין שקר! אין דעם לינק קענסטו זעהן אז אין דער אנקעטע פון סעפט. 19 ביז 24 האט ראסמעססען זיין שטיצע ביי גאנצע 53%!! קוק גוט נאכאמאל!! https://www.google.com/url?sa=t&source= ... zl4utEEXXG

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 2:24 am
דורך הנוי והנצח
דו חכם!! דער ליבעראלער ריעל קליער פאליטיקס נעמט אן עוורידזש פון אלע נאציאנאלע אנקעטעס, אבער דער אייניגע רעסמעססאן אנקעטע פון 2 טעג צוריק געבט טראמפ 53%, די העכסטע אין היסטאריע! און געדענק, אז זיי זענען געווען די איינציגע וואס האבן אקוראט פאראויסגעזאגט טראמפ'ס געווינס אין 2016! טראמפ האט אפילו געטוויט דערוועגן נעכטן, זעה בילד: https://twitter.com/realDonaldTrump/sta ... 08/photo/1

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 2:24 am
דורך שבת אחים
הנוי והנצח האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:וועלכע פאול גיט אים 53 פראצענט???

שקר! דא האט איר א לינק צו אלע פאולס! קיין איינער גיט אים נישט מעהר ווי פופציג פראצענט! די לעצטע צוויי פאולס איז 41 פראצענט און 39 פראצענט!

https://projects.fivethirtyeight.com/tr ... l-ratings/


נישט קיין שקר! אין דעם לינק קענסטו זעהן אז אין דער אנקעטע פון סעפט. 19 ביז 24 האט ראסמעססען זיין שטיצע ביי גאנצע 53%!! קוק גוט נאכאמאל!! https://www.google.com/url?sa=t&source= ... zl4utEEXXG


דא האסטו א דירעקט לינק צו זיי! נישט פון קיין צייטונגען!
http://m.rasmussenreports.com/public_co ... ex_history
סעפט. 25 געבן זיי אים 49 פראצענט!

און זיי זענען די העכסטע- זיי זענען א רעכטע בייעסט פאול! נישט אזוי קוקט מען. קוק אין 538 דרייסיג אנדערע פאולס ווייזן אז ער איז בערך 39-40

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 2:32 am
דורך הנוי והנצח
וואס הייסט געברענגט פון א צייטונג? דער צייטונג שיקט דיך א לינק צו יענע אנקעטע, און דארט זעהסטו אז אויף סעפט. 24 האט ער 53%, צו סגעפעלט דיר יא אדער נישט, דו קוקסט נאר אויף די היינטיגע, אלע פריערדיגע פון די לעצטע פאר טעג געבן אים העכער פופציג!! קודם טענה'סטו אז ס'איז נישטא אזא אנקעטע, און ווען מ'כאפט דיך ביים ליגנט זאגסטו אז ס'איז בייעסט? פארוואס זענען רוב לינקע פאולס אויך נישט בייעסט? פונקט דער וואס איז געווען די מערסט אקוראט אין אלע עלעקשאנס ער איז בייעסט? שעפעלע, דו ווייסט אליין דעם תירוץ. ס'איז נישטא פון וועם צו לאכן!!

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 2:33 am
דורך שבת אחים
הנוי והנצח האט געשריבן:דו חכם!! דער ליבעראלער ריעל קליער פאליטיקס נעמט אן עוורידזש פון אלע נאציאנאלע אנקעטעס, אבער דער אייניגע רעסמעססאן אנקעטע פון 2 טעג צוריק געבט טראמפ 53%, די העכסטע אין היסטאריע! און געדענק, אז זיי זענען געווען די איינציגע וואס האבן אקוראט פאראויסגעזאגט טראמפ'ס געווינס אין 2016! טראמפ האט אפילו געטוויט דערוועגן נעכטן, זעה בילד: https://twitter.com/realDonaldTrump/sta ... 08/photo/1


דו פארשטייסט וויאזוי פאולס ארבעט???

סקוקט נישט אויס! בכלל...

538 האט קיינמאל נישט געזאגט הונדערט פראצענט אז הילערי גייט געוואונען!

נאר זיי האבן געזאגט 70-80 פראצענט גייט הילערי געוואונען און דרייסיג פראצענט קען זיין אז טראמפ גייט געוואונען. דאס מיינט אז ווען מ׳זאל מאכן די וואלן הונדערט מאל וועט אויסקומען אז זיבעציג מאל וועט עס הילערי מאכן און דרייסיג מאל טראמפ!

יעצט קען מען זאגן מסתם 99 פראצענט אז טראמפ מאכט עס נישט נאכמאל. זיי האבן קוים געוואונען די ספעציעלע וואלן אין נארט קארליינע (צוויי וואכן צוריק) און א העווי רויטע דיסטריקט מיט קוים 2 פראצענט! טראמפ האט דארט געוואונען מיט 12 פראצענט- דאס מיינט אז זינט דאן האבן זיי פארלוירן אסאך גראונד! 10 פראצענט!

שטעל דיך פאר די דעמקראטן דארפן מורא האבן אז זיי גייען פארלירן ניו יארק און דארפן זיך בייסן די נעגל, און דערנאך געוואר ווערן אז זיי האבן נאר געוואונען מיט צוויי פראצענט- נאכדעם וואס די פרעזידענט איז געקומען קאמפיינען!!!

לאמיך דיר פרעגן אויב קענען זיי קוים געוואונען אין נארט קארליינע אין זייער רויטע שטאט מיינסטו אז ער גייט נאכמאל געוואונען די פירפול/בלויע מישיגען? איינמאל האט ער געוואונען די לאטערי! מיינסט אז זיי גייען יעצט געוואונען די לאטערי יעדע וואך?

די ערשטע מאל ער איז געלויפן האבן אים אסאך מענשטען געקענט באשטיין צו געבן א טשאנס פאר א outsider איינער וואס איז נישט געוועהן קיינמאל קיין פאליטשאן. אבער יעצט האבן זיי שוין איינגעזעהן אז זיי האבן געבעט אויף די wrong horse... זיי האבן שוין איינמאל איינגעזעהן מיט וועמען זיי האבן צוטוהן דא...

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 2:36 am
דורך שבת אחים
הנוי והנצח האט געשריבן:וואס הייסט געברענגט פון א צייטונג? דער צייטונג שיקט דיך א לינק צו יענע אנקעטע, און דארט זעהסטו אז אויף סעפט. 24 האט ער 53%, צו סגעפעלט דיר יא אדער נישט, דו קוקסט נאר אויף די היינטיגע, אלע פריערדיגע פון די לעצטע פאר טעג געבן אים העכער פופציג!! קודם טענה'סטו אז ס'איז נישטא אזא אנקעטע, און ווען מ'כאפט דיך ביים ליגנט זאגסטו אז ס'איז בייעסט? פארוואס זענען רוב לינקע פאולס אויך נישט בייעסט? פונקט דער וואס איז געווען די מערסט אקוראט אין אלע עלעקשאנס ער איז בייעסט? שעפעלע, דו ווייסט אליין דעם תירוץ. ס'איז נישטא פון וועם צו לאכן!!


איך האב דיר געשיקט א לינק צו זיי דירעקט! RCP ברענגט אויך אראפ די פאול און שרייבט 49 פראצענט! אפשר רעדסטו פון עפעס אנדערש...

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 2:41 am
דורך הנוי והנצח
שבת אחים האט געשריבן:
הנוי והנצח האט געשריבן:וואס הייסט געברענגט פון א צייטונג? דער צייטונג שיקט דיך א לינק צו יענע אנקעטע, און דארט זעהסטו אז אויף סעפט. 24 האט ער 53%, צו סגעפעלט דיר יא אדער נישט, דו קוקסט נאר אויף די היינטיגע, אלע פריערדיגע פון די לעצטע פאר טעג געבן אים העכער פופציג!! קודם טענה'סטו אז ס'איז נישטא אזא אנקעטע, און ווען מ'כאפט דיך ביים ליגנט זאגסטו אז ס'איז בייעסט? פארוואס זענען רוב לינקע פאולס אויך נישט בייעסט? פונקט דער וואס איז געווען די מערסט אקוראט אין אלע עלעקשאנס ער איז בייעסט? שעפעלע, דו ווייסט אליין דעם תירוץ. ס'איז נישטא פון וועם צו לאכן!!


איך האב דיר געשיקט א לינק צו זיי דירעקט! RCP ברענגט אויך אראפ די פאול און שרייבט 49 פראצענט! אפשר רעדסטו פון עפעס אנדערש...


נו, און אין דער דירעקטע לינק קוק אראפ אונטן, וועסטו זעהן אז די לעצטע פאר טעג האט ער 53, 52 פראצענט!! דא קומט נישט אריין צו טראמפ גייט געווינען צו נישט, איך ווייז דיר פשוט אז טראמפ האט היינט די בעסטע אנקעטע נומערן פון סיי ווען, אנדערש וואס דו האסט ליגנט געזאגט אז רוב אמעריקא האלט נישט פון אים. קיין נביא צו ער גייט געווינען בין איך נישט, אבער איך קען דיר יא זאגן, אז לויט די מהלך וואס די דעמאקראטן נעמען יעצט אהן געבן זיי נאר סחורה פאר א טראמפ זיג אין 2020 על אפך ועל חמתך!!!