וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך חכם-לב »

פריש פון קריאת התורה די וואך וואו מיר האבן נארוואס געליינט איבער פרעה הרשע וואס האט אונטערדרוקט אונזער הייליג פאלק, בחומר ובלבנים, בפרך, וויל איך זיך אפשטעלן איבער אונזער היינטיגן אמעריקאנעם פרעזידענט וואס ווי א פרע אדם ער האט געטוהן א מעשה רשע די פארגאנגענע פרייטאג נאכמיטאג אום 4:42 נאכמיטאג צו צופרידנשטעלן זיין הונגעריגן עגא און זיינע קליינשטעטלדיגע שטיצער וואס ווילן האלטן אמעריקע פאר א ווייס/קריסטליך/ענגליש רעדענדע לאנד, און האבן אלע געפייערט זיגרייך ווען טראמפ האט צום ערשטן מאל דערמאנט ביי זיין קאמפיין אין די פריימעריז דעם קליינקעפיגע געדאנק וואס ער האט גערופן ''די מאסלים בען''.

ראשית כל דיבור, איך וויל קלארשטעלן, לב מלכים ושרים ביד השם, איך האף און איך בעט אז דער אייבעשטער זאל אריינבלאזן א רוח טהרה אין פרעזידענט טראמפ, ער זאל פירן דאס פאלק אז עס זאל נאר פון אים ארויסקומען חסד, צדק און יושר.

אביסל געבן צו פארשטיין פון וואס עס האנדלט זיך. פרעזידענט טראמפ האט פרייטאג נאכמיטאג אום 4:42 הארט פאר כניסת השבת אונטערגעשריבן אן 'עקזעקיוטיוו ארדער' (דאס איז נישט קיין געזעץ אבער דאס איז א סארט כח וואס א פרעזידענט האט צו טוהן עפעס וואס איז אין די אינטערעס פון נאציאנאלע זיכערהייט) וואס (1) פארביטעט אלע פליטים וואס אנטלויפן פון קריג צו קומען קיין אמעריקע אין די נעקסטע 120 טעג, (2) פליטים פון די סיריע קאנפליקט קענען בכלל נישט קומען קיין אמעריקע, און (3) פאר ניינציג טעג קען קיינער פון זיבן מדינות נישט אריינקומען קיין אמעריקע, אפילו זיי האבן א 'גרינ-קארד' דאס הייסט א לעגאלע וואוינרעכט אין אמעריקע, (ווי אויך מענטשן וואס האבן צוויי בירגערשאפטן צום ביישפיל קאנאדא-איראק) די מדינות זענען; איראן, איראק, ליביע, סאמאליע, סודאן, סיריע און תימן. די אלע לענדער האבן א מערהייט פון מוסלימענער באפעלקערונג.

די אויסרייד פאר דעם צודרייטן באפעל און נבל'ישען גזירה איז אז דאדורך וועט מען פארמיידן צוקונפטיגע טעראריסטישע אקטיוויטעטן אין אמעריקע. וואס ווי באקאנט איז דא אין די לעצטערע יארן זינט 9/11 אן אויפשטייג אין טעראריסטישע אקטיוויטעטן דורך פארשידענע ראדיקאלישע מוסלימענער גרופעס און דאס האט געהאט נאכווייען אין אסאך לענדער ליידער.

די טענה איז לעכעריג, די גזירה איז טיפשות'דיג און נאכמער, די גזירה איז אין קעגענזאץ צו יעדן מענטשליכע פארפליכטונג וואס א אדם ישר האט צו אנ'אנדער מענטש, סיי על פי תורה און סיי פון די אנגענומענע מאראלישקייטן וואס איז אנגענומען ביי ציוויליזירטע מענטשן.

קודם כל די טענה איז לעכעריג און קינדעריש, עס זענען פארהאן ניין-און-פערציג לענדער וואס פארמאגן א מערהייט מוסלימענער, און נאך צענליגע וואס האבן א מינאריטעט פון זיי, צוואנציג פראצענט פון די וועלטס בעפעלקערונג זענען מוסלימענער, פארוואס עפעס נאר זיבן לענדער? קלערט איינער אז דאס איז געמאכט געווארן צו העלפן איינעם? צוואנציג היידשעקערס פון סאודיע אראביע האבן איבערגענומען פליגערס פיל מיט ציווילע מענטשן צו נוצן אלס מלחמה אינסטרומענטן קעגן ציווילע מענטשן, אבער פון איראן? איראניש איז איראן אויפן ליסטע און סאדיע אראביע נישט. (ווער ס'ווייסט אביסל וועגן פרינץ אוואליד ווייסט אויך פארוואס...).

זיי רעדן אלע פון די טעראריסטישע אטאקע אין סען-בערנאדינא וואס האט פאסירט אריבער א יאר צוריק דורך א פארפאלק אין קאליפארניע וואס האט גע'הרג'ט פערצן מענטשן, די פראבלעם? דער מאן איז געווען אנ'אמעריקאנער בירגער און ביידע פון זיי האבן געשטאמט פון פאקיסטאן וואס איז נישט פון די זיבן לענדער. אומאר מאטין וואס האט אפאר מאנאטן שפעטער גע'הרג'ט ניין-און-פערציג מענטשן אין א קלאב אין פלארידא, איז געבוירן געווארן אין ניו יארק, אן אמעריקאנער בירגער.

די צווייטע נקודה איז די טיפשות פון דעם 'ארדער', ס'קען זיין אז דאס איז א געמישאכטס פון רשעות און טיפשות, אפשר גאר טיפשות'דיגע רשעות, ווייל דאס אפעקטירט אריבער א האלבע מיליאן מענטשן וואס וואוינען לעגאל אין אמעריקע פאר צענליגע יארן און קענען נישט יעצט ארויסגיין פונעם לאנד, נישט פאר געשעפטן, נישט פאר אקעדעמיע און נישט באזוכן פאמיליע, און דאס גלייכן, און נאך הונדערטער טויזענטער מענטשן, פראפעציאנאלן, דאקטורים פון פארשידענע לענדער ארום די וועלט וואס וויבאלד זיי זענען בירגער פון איינע פון די לענדער קענען זיי נישט אריינקומען קיין אמעריקע.

אבער דער עיקר פראבלעם איז די אוממענטשליכקייט און שלעכטקייט וואס ליגט אין די פארקרומטע באפעל (דאס איז נישט קיין געזעץ, דערפאר רוף איך עס באפעל).

אמעריקע איז א לאנד וואס איז געגאנגען אין מלחמות צו העלפן די אונטערדריקטע, אמעריקע איז געווען א לאנד וואס איז געווען שטאלץ צו העלפן באקירוועטע און האט געהאט די כבוד צו זיין דער וואס האט זיך אימער ארויסגעשטעלט פאר מענטשן-רעכטן. יעצט זענען זיי מהפך הקערה על פיה און שעמען זיך נישט צו זאגן אז זיי וועלן זיך אוועקדרייען פון צוקוקען צו די צער בעל החיים פון אומגליקליכע מענטשן וואס ווערן באלעסטיגט. פאר צענליגע יארן ווען מען האט נאר דערמאנט 'אמעריקע' פאר אנ'אונטערדריקטער צו אין אפריקע אין ראוואנדע אדער אין אייראפע אין פוילן האט זיך זיין באוויסן בארואיגט, ער האט געוואוסט אז ישועתו קרובה, גייט דער גס רוח און ער פאטאגראפירט נאך זיין מעשה רשע מיט א שטיינערדיג הארץ, בשעת מענטשליכע בלוט גיסט זיך, אומשולדיגע מענטשן ווערן געשעדיגט, ס'גייט אים נישט אן דאס אז מענטשן ווערן גע'הרג'ט און געפייניגט און לעבן אין פחד בלילות פון פארשאלטענע טעראריסטן, יעדער טעראריסט מיט זיין שיטה, דער שיסט צו מאכן געלט, דער פאר שנאה, דער פאר פאליטיק און דער פאר זיינע פרומע אידעעלאגיעס, און ס'זענען דא אומשולדיגע קינדער אנע עלטערן וואס זענען פארכאפט אינמיטן פון די געפעכט, ס'זענען דא מענטשן וואס פילן דעם ביטערן טעם פון טעראר טאג איין און טאג אויס, ארימע מענטשן וואס קענען נישט אנטלויפן, און וואס? נישט נאר וואס מען העלפט זיי נישט, נישט נאר וואס ער נעמט ארויס ביי זיי דאס ביסל האפענונג, נאר מען בויט א סדומישע שיטה פון רשעות און אומרעכט, מ'זיצט גלייכגילטיג על סיר הבשר, און מ'באשולדיגט זיי אז זיי אליין זענען טעראריסטן! מ'דערשרעקט דעם אייגענעם פאלק ווי כביכול דער סירישע קינד איז א רוצח, מ'מאכט דעם נרדף פארן רודף, דאס איז א גרויסער עוולה און געמיינקייט וואס מען טאר נישט פארשווייגן, מרשיע צדיק איז תועבת השם.


אונז, אלס אידן בני אברהם יצחק ויעקב, דער פאלק וואס איז געבענטשט געווארן אז מיר זענען רחמנים וגומלי חסדים, דארפן זיין אויפגעשוידערט ווען מיר הערן פון אזא היטלעריסטישע אומרעכט קעגן מענטשן וואס זענען אריבער צוואנציג פראצענט פון די וועלטס בעפעלקערונג. אונז דארף מיר זיך זארגן פאר א נרדף, אפגעזען פון וואו ער שטאמט, עס דארף אונז שטערן אז מען לייגט א שילד אויף פרידליכע שטילע מענטשן ווי גלייך זיי וואלטן געווען מאסן מערדער, מ'באהאנדלט מענטשן ווי עופות אין שטייג, ניין, דאס איז נישט נארמאל, דאס איז נישט מענטשליך; דאס איז חיושקייט. מה הוא רחום אף אתה רחום, עס איז א פליכט אויף א יעדן איד און אויף יעדן רעכטדענקענדען מענטש צו נישט שטיין גלייכגילטיג ווען מען ארעסטירט ארענטליכע און ערליכע מענטשן על לא עוול בכפם, מען פירט זיי ארום נישט ווי מענטשן - נאר ווי בהמות, מ'האלט זיי נישט פאר מענטשן - נאר פאר חיות. וגם דמם הנה נדרש.

יא, די אראבישע וועלט האט א פראבלעם פון טעראריזם, עס איז פארהאן א טייל וואס האבן א זייער ראדיקאלן שיטה, טעראריסטן וואס זענען מפקיר בלוט, מופקרים, רוצחים, שופכי דם נקי. אמעריקע דארף דאס פראבירן צו באקעמפן, מען דארף נאכגיין די ראדיקאלישע אימאם'ס און זוכן וויאזוי צו העלפן אז די יונגווארג זאל זיך נישט אנשטעקן אין די מגיפת הרוצחים אבער מיט יישוב הדעת, יושר און רחמנות. מען טאר אבער נישט צולאזן אז אנשטאט ארבעטן מיט שכל זיך צו לאזן פארפירן פון פאלשע געפילן, און קיינמאל אנשטאט נוצן די קאפ זאל מען נוצן די פעדער.

"הִגִּיד לְךָ אָדָם מַה טּוֹב וּמָה ה' דּוֹרֵשׁ מִמְּךָ, כִּי אִם עֲשׂוֹת מִשְׁפָּט, וְאַהֲבַת חֶסֶד, וְהַצְנֵעַ לֶכֶת עִם אֱלֹהֶיךָ"

(מיכה ו' ח')


[איך ווייס אז ס'זענען דא אזעלכע וואס טראכטן, וואס גייט דיך אן...? ס'דאך גוים. שלום עלי נפשי. וואס דארף דאס אנגיין פאר א איד? בעצם וויל איך מיך נישט מתייחס זיין צו אזא נארישע שלעכטיקייט, אבער איך וועל נאר שרייבן א קלייניקייט, עס שטייט אין אבות חביב 'אדם' שנברא בצלם (אבות ג' יד) מען רעדט אויך פון גוים. נינוה און סדום זענען נישט געווען קיין אידישע בעפעלקערונג אבער זעקת סדום ועמורה כי רבה.]

איך וויל איבערבעטן די חשובע ליינער, כ'האב דאס געשריבן בחיפזון און ס'קען זיין אז דאס איז נישט אזוי קלאר ארויסגעברענגט. ישמע חכם ויוסיף לקח.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חכם-לב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 223 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר