מארק צוקערבערג - פרעזידענט 2020

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

מארק צוקערבערג - פרעזידענט 2020

שליחה דורך העניך »

מארק צוקערבערג איז דער בארימטער גרינדער פון פעיסבוק. דער 32-יעריגער יונגערמאן איז פון די רייכסטע מענטשן אויף דער וועלט - סיי אין געלט און סיי אין איינפלוס.

צוקערבערג'ס לעצטיגע פובליק אקטן זענען שטארקע אנדייטונגען אז ער פלאנט צו לויפן פאר פרעזידענט אין 2020, ווען ער וועט שוין זיין עלטער פון 35 יאר אלט ווי עס פארלאנגט זיך פון געזעץ.

אויף דעם יאר 2017 האט צוקערבערג זיך אונטערגענומען צו באזוכן אלע 50 אמעריקאנער שטאטן, און זיך טרעפן מיט פשוט'ע פאלקסמענטשן און הערן זייערע דאגות און זארגן.

אין נאך אן אנדייטונג אויף זיינע פאליטישע אספיראציעס, האט צוקערבערג געלאזט אפהערן מיט עטליכע וואכן צוריק אז ער זעט שוין היינט דעם ווערד פון רעליגיע טראץ דעם וואס ער איז אמאל געווען אן אטעאיסט. ווי באקאנט ווייזן אנקעטעס אז אמעריקאנער ווילן נישט קיין אטעאיסט פאר פרעזידענט.

אין א פרישן פובליק שריט, האט צוקערבערג נעכטן פארדאמט טראמפ'ס באשלוס צו אפשטעלן אימיגראציע פאר מוסולמענער פון זיבן לענדער, ארויסברענגנדיג אז זיינע אור-עלטערן און זיין ווייב'ס עלטערן האבן נאר זוכה געווען צום אמעריקאנער חולם א דאנק אימיגראציע.

עס איז נישט דא וואס צו רעדן אז אין דער היינטיגער אטמאספערע האט צוקערבערג אן ערנסטן שאנס צו געווינען די פרעזידענטשאפט. קודם כל איז ער גאר רייך - פיל רייכער פון דאנעלד טראמפ. אזוי אויך וועט ער שטארק אפעלירן צום ליבעראלן יונגען דור. אבער נאך פיל מער פון דעם, צוקערבערג שטייט איבער דער מאכטפולסטער געצייג וואס א פאליטיקאנט קען נאר האבן צו זיין דיספאזיציע: סאשעל מידיע. טראמפ האט אין גרויס טייל געווינען א דאנק פעיסבוק, און עס איז נישט דא קיינער וואס קען אויסנוצן פעיסבוק פאר זיינע אינטערעסן מער ווי דער גרינדער אליין.

אוודאי וועט צוקערבערג דארפן זיך אפשיידן פון פעיסבוק ווי נאר ער וועט אפיציעל מעלדן זיין קאנדידאטור, כדי ס'זאל נישט אויסזען ווי ער נעמט אדווענטעדזש פון זיין פירמע און פון זיינע הונדערטער מיליאנען מעמבערס. אבער עס איז לא ימלט אז ער וועט געניסן פון פעיסבוק אויף א פארנעם וואס מ'קען ניטאמאל אפשאצן.

צוקערבערג טוט גוט אז ער לאזט שוין פאלן רמזים אויך זיינע פלענער, ווייל אין דער יעצטיגער דעמאראליזירטער צושטאנד פון דער דעמאקראטישער פארטיי האט ער די געלעגנהייט זיך ארויפצורוקן ווי דער ליבעראלער שטימע פון שכל און אפארטוניטי.

לדעתי זענען פאראן גרויסע שאנסן אז אין יאנואר 2021 וועלן מיר איינשווערן מארק צוקערבערג ווי דעם 46סטן פרעזידענט פון אמעריקע.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר