כ"ק אדמו"ר מ'פּישטי שליט"א ראקט ל"ג בעומר אין וויליאמסבורג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך יוחנן פיש » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 3:43 pm

עס איז נישט קיין ווינדער ווי ווייט ער איז אנגעקומען....

ער רידערט שוין ארים וועגן מלוה מלכה'ס א שיינע פאר יאר, אין מאנסי איז דא א גרויסער עולם יעדע וואך, ווי אויך וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל, און אין לעיקוואוד, וואס דאס אליין רעדט מען די פין א קנאפע 500 אידן.

למעשה זענען דא אפאר אידן וואס זאגן אז זיי זענען געהאלפן געווארן, מיטן כח פין מלוה מלכה, מיט קונדער (זיין גבאי רובינשטיין איינער פין זיי) מיט זיך ראטעווען פין תפיסה, וכהנה

דעיס וואס דער המון לאכט איז ווייל סאיז טאקע פאני, ווייל באמת קען מען לאכן פין יעדען כוויל נישט פורש בשמם זיין, אבער פאר אים געלאנגט עס.

כקען אסאך נארמאלע אינגעלייט און עלטערע מענטשען וואס זענען זיינע מענטשען, כווייס נישט חסידים, אבער זענען נאנט מיט אים, און רעדן זייער שיין וועגן אים, קיינער האלט נישט אז ער איז דער רשכבה"ג אדער פועל ישועות, מקובל וכדומה.

און צוגאב צום מלוה מלכה, האט ער א ליסט פין אלע משתתפים, און איז מתפלל פאר זיי מיטן אויסזאגען תהילים יעדן טאג (תהילים כולל) ער גייט יעדען ערב ראש חודש צום קבר דוד המלך מיט די נעמען פין די משתתפים, און האלט אן א קשר מיט זיי.

ער איז א גוטער בעל מספר, און א יודע ספר, א גוטער שמיסער, ער נעמט אויף מענטשען מיט א מורעדיגער ווארימקייט, און גיבט חיזוק פאר צובראכענע אידן, און אידן מבקשים פאלן פאר אים, און לויט ווי אזוי סקוקט אויס וועט ער ווערן א גרויסער רבי.
יוחנן פיש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 1:38 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 4:34 pm

ער איז דער ׳בעל התהילים כולל׳? נא זאג אזוי. אפשר פון דארט קומט אלע השפעות זיינע. זיי פארציילן דאך שווערע שטיקער מופתים.
דער ברודער (הסב״ק מוויזניץ) האט [טיילווייז] מצליח געוועהן צובאהאלטן זיין גאונות און זיין גדלות פון די וועלט אבער פון מיר [היות כ׳בין אויפגעוואקסן מיט אים און געוועהן אזוי נאנט צו אים] האט ער נישט מצליח געוועהן צובאהאלטן זיין גרויסקייט און גאונות....

הגה״ק ר׳ חיים האגער מ׳אנטיניא זצ״ל בעל טל חיים
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5380
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3169 מאל

הודעהדורך ערליכער איד » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:44 pm

הרני אוכל דגים עם דוד מלכא משיחא.....
אנטשולדיגט ליצינות האט אויך א שיעור....
ערליכער איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:45 pm

ער זאגט נישט עם ער זאגט לכבוד סעודת
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1229
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 697 מאל

הודעהדורך ערליכער איד » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:50 pm

און דאס בענטשן ליכט ביי הבדלה מיט אלע פאקסן ארום.. וכו׳ וכו׳
אלעס איין שטיק ליצינות

איך האלט אז דער פישטי וואלט זיך געדארפט אויסטוען די הויזן און ארום טאנצן, וואלט ער געהאט א גרעסערן עולם קוקער׳ס....
ערליכער איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 10:29 pm

ערליכער איד האט געשריבן:
איך האלט אז דער פישטי וואלט זיך געדארפט אויסטוען די הויזן און ארום טאנצן, וואלט ער געהאט א גרעסערן עולם קוקער׳ס....

Maybe one day...
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1229
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 697 מאל

Re: כ"ק אדמו"ר מ'פּישטי שליט"א ראקט ל"ג בעומר אין וויליאמסבו

הודעהדורך יהודי פשוט » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 10:31 pm

איך בין זיך מצרף צו די רייד פון קאצקע צוקער, איך קען נישט פארשטיין מיט וואס דער אינגערמאן וואס רופט זיך ווערעצקי'ער רבי האט זיך אזוי פארזינדיגט אז מען דארף איהם אזוי אראפ רייסן, איך האב זיך אביסל נאכגעפרעגט ביי אזעלכע וואס געדענקען איהם נאך אלץ בחור זיי זאגן אז ער איז אלץ געוועהן זייער אן ערליכער און א וואוילער, ער האט אלץ גע'דאווענט גאר גאר לאנג און געזאגט אסאך תהילים וכו',...
נו און אז ער פירט א מלוה מלכה ברבים און לאמיר שוין זאגן אז אלעס וואס ער טוט דארט מיינט ער נישט אמת'דיג נאר ער שפילט... נו וואס איז שלעכט... די האסט נישט ליב צו שפילן? נישט קיין פראבלעם! אבער יענער האט ליב... און אויב די האסט אויך ליב צו שפילן נעם די קאנטינענטל אויף נעקסטע וואך און שפיל די אויך...
איך האב נאך פון קיינעם נישט געהערט אז דער ווערעצקי'ער זאל אמאל האבן גע'טשעפעט איינעם אדער וויי געטוהן איינעם.... איז ממילא פארשטיי איך נישט וואס די רדיפות זענען... אז די גלייכסט נישט זיין מלוה מלכה גיי נישט אבער צו וואס עפעס אראפ רייסן???
"ליוו ענד לעט ליוו"
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

הודעהדורך ערליכער איד » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 12:05 am

איך כהאב גערעדט מיט כ"ק מרן אדמו"ר מלאשאנץ שליט"א
עס הייסט ער גייט אויך אפדינגען איין וואך מוצש"ק דעים קאנטענעטיל האל...
אבער ער זאגט מיר ער האט נאך נישט קיין געלט פאר אייזיק האניג מיט דעים אינגעל גרין מיט שירה וכו' וכו' ......

איך פערצופאל בין א אנהעגער פון
כ"ק אדמו"ר ר' ניסים בלעק זאל זיין געזונט..
איך ווארט שוין ער זאל קומען פירען טיש און ווילאמסבורג און דער עולם זאל שטיין אויף די פארענשעס.......
ערליכער איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 1:30 am

יהודי פשוט האט געשריבן:איך בין זיך מצרף צו די רייד פון קאצקע צוקער, איך קען נישט פארשטיין מיט וואס דער אינגערמאן וואס רופט זיך ווערעצקי'ער רבי האט זיך אזוי פארזינדיגט אז מען דארף איהם אזוי אראפ רייסן, איך האב זיך אביסל נאכגעפרעגט ביי אזעלכע וואס געדענקען איהם נאך אלץ בחור זיי זאגן אז ער איז אלץ געוועהן זייער אן ערליכער און א וואוילער, ער האט אלץ גע'דאווענט גאר גאר לאנג און געזאגט אסאך תהילים וכו',...
נו און אז ער פירט א מלוה מלכה ברבים און לאמיר שוין זאגן אז אלעס וואס ער טוט דארט מיינט ער נישט אמת'דיג נאר ער שפילט... נו וואס איז שלעכט... די האסט נישט ליב צו שפילן? נישט קיין פראבלעם! אבער יענער האט ליב... און אויב די האסט אויך ליב צו שפילן נעם די קאנטינענטל אויף נעקסטע וואך און שפיל די אויך...
איך האב נאך פון קיינעם נישט געהערט אז דער ווערעצקי'ער זאל אמאל האבן גע'טשעפעט איינעם אדער וויי געטוהן איינעם.... איז ממילא פארשטיי איך נישט וואס די רדיפות זענען... אז די גלייכסט נישט זיין מלוה מלכה גיי נישט אבער צו וואס עפעס אראפ רייסן???
"ליוו ענד לעט ליוו"

איך אגרי מיט וואס די זאגסט אבער מיר באדערט דאס אז מ'מאכט משוגע מענטשן. ווילסט פראמאטן סעודת מלוה מלכה? גא עהעד. ווילסט מאכן אן אפיציעלע פלעי, קענסט עס רופן "אינטערן מלוה מלכה". אבער קום נישט מיט פארגלייזטע אויגן רעדן צו די לעכט און בענטשן די קנאבל. בחורים און יונגעלייט וואס זעהן דאס באקומען שפעטער א קאלטקייט צו פריערדיגע צדיקים מיינענדיג אז ביי זיי איז אויך אלס געווען געווען א שפיל.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2252
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2346 מאל

הודעהדורך קרעקער » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 7:41 am

מה שאין כן ווען גאלאנטע רבי אדער רבי זיידעל מאכט דע זעלבע זאך ברענגט עס א ווארימקייט צו פריערדיגע צדיקים
קאט דע קרויט
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 525 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 9:25 am

100 פראצענט, איך גיב אים גערעכט, אז עס איז דא אן עולם וואס האט ליב זיין עבודה, קומט אים רעכט. און אלע וואס זענען נישט זיינע חסידים דארפען נישט זיין ביזי מיט חוזק'ן וכו', ווען מען מאכט חוזק ווייזט עס אז מען האט פשוט מורא אז עס איז יא יש דברים בגו.

זיינע מנהגים זענען מן הסתם וויאזוי מען פירט זיך ביי זיינע זיידעס, זאל ער ווייטער אנגיין. זיין מנהג פון צינדען לעכט ביי מלוה מלכה זענען נישט אנדערש ווי צינדען ליכט אין בעסמעדרעש אויף יארצייטן וואס מען זאגט דארט תחינות וכו'.

סך הכל איז ער מחזק אידען, און דאס איז א גוטע זאך.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1180
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 642 מאל

הודעהדורך ערליכער איד » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 1:15 pm

דער בעלעדע'ר איז כאטש א שטיקעל יודע ספר,
אבער ער......

מען רעדט דא פון עבודה! וואס עבודה ווען עבודה?
דאס וואס ער זאגט אריין הויעך אויפן מייק הרני אוכל דגים ....
דעי עבודה מיינסטו?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ערליכער איד אום מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 1:20 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ערליכער איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 1:17 pm

דו ווייסט פאר א פאקט אז ער קען נישט אדער שטעלסט זיך פאר אזוי?
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 987
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

הודעהדורך יוחנן פיש » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 1:45 pm

און ווען די זאגסט "לכבוד שבת קודש" ווען די עסט די חלה מיט פיש, לאכסטו אויך?

וואס האבן די אלע NAME BRAND רביס מער לייסענס ווי אים?

גראדע אין ספה"ק באר מים חיים שרייבט (כדענק נישט פינקטליך וועלכע וואך) און אין צעטיל קטן ברענגט רבי ר' אלימלך פין רבינו יונה, אז ביי יעדע עסן זאל מען זאגען "לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה, אין אני אוכל להנאת גופי חס ושלום וכו'

די אינטערשטער שורה אז לייצים זענען אלעמאל געווען און וועט אייביג זיין, אנגעהויבן ביי אונזער זיידע אברהם ביזן לאשאנצער רבין, וואס איך זעה נישט אנדערש ווי אלע אדמורים בזמננו, אפשר זענען זיי אסאך מער, ווייל פין זיי קענסטו אמאל הערן א גוט ווארט, משא"כ די ואס זיצן על סיר הבשר, און געבן גארנישט פארן עולם, חוץ נעמען.... וד"ל
יוחנן פיש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 1:38 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 2:05 pm

סתם פאר נייגעריקייט, וויאזוי דיעלט זיין טאטע מיט די גאנצע ראביסעווע? כמיין ער איז דאך אויך א רבי, האט מען אמאל געהערט אז די זוהן זאל ווערן א רבי בחיי אביו?
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 987
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 9:47 pm

סמבטיון האט געשריבן:סתם פאר נייגעריקייט, וויאזוי דיעלט זיין טאטע מיט די גאנצע ראביסעווע? כמיין ער איז דאך אויך א רבי, האט מען אמאל געהערט אז די זוהן זאל ווערן א רבי בחיי אביו?

צע'הרג'ט מיט אים. נישט צוליב רביסטעווע, נאר ווייל ער איז טויט משוגע דער זון ל"ע.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1205
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 731 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 9:55 pm

אישתישבי האט געשריבן:100 פראצענט, איך גיב אים גערעכט, אז עס איז דא אן עולם וואס האט ליב זיין עבודה, קומט אים רעכט. און אלע וואס זענען נישט זיינע חסידים דארפען נישט זיין ביזי מיט חוזק'ן וכו', ווען מען מאכט חוזק ווייזט עס אז מען האט פשוט מורא אז עס איז יא יש דברים בגו.

זיינע מנהגים זענען מן הסתם וויאזוי מען פירט זיך ביי זיינע זיידעס, זאל ער ווייטער אנגיין. זיין מנהג פון צינדען לעכט ביי מלוה מלכה זענען נישט אנדערש ווי צינדען ליכט אין בעסמעדרעש אויף יארצייטן וואס מען זאגט דארט תחינות וכו'.

סך הכל איז ער מחזק אידען, און דאס איז א גוטע זאך.

איך גיב אויך רעכט פאר די וואס חוזקן, ס'געט זיי חיזוק און זיי שעפן חיות. געזונטערהייט ווילאנג ס'ברענגט פרייליכקייט און צופרידענהייט, אויב אבער נעמען עס איינער פון די חוזק'ערס צום הארצן דאן האב איך אויך זיי יא אביסעלע רחמנות, בנוגע די חסידים און נאכפאלגערס זיינע גלייב איך אויך אז זיי שעפן חיזוק פון די חוזק'ערס, חסידות האט אזוי געבויט שטאלץ יארן לאנג.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1510
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1443 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 786 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:47 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:סתם פאר נייגעריקייט, וויאזוי דיעלט זיין טאטע מיט די גאנצע ראביסעווע? כמיין ער איז דאך אויך א רבי, האט מען אמאל געהערט אז די זוהן זאל ווערן א רבי בחיי אביו?

צע'הרג'ט מיט אים. נישט צוליב רביסטעווע, נאר ווייל ער איז טויט משוגע דער זון ל"ע.


א שאד זיי זאלען זיין צוקריגט.

דער טאטע מאכט אויך דער פשטו?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1180
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 642 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 2:03 am

ניין. כ'מיין אז דאס קומט פון די מאמע.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1205
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 731 מאל

הודעהדורך סמבטיון » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 10:55 am

איך האב זיך אביסל נאכגעפרעגט, אבי גערעדט, ער לעבט זיך יא גוט מיטן טאטן, קען זיין אז ער האלט נישט פון זיינע מעשים אבער זיי קומען זיך דורך. גראדע דעם טאטן קען איך גוט, גאר א טייערע יוד מיט א גאלדן הארץ. טאקע א פארשלעפטער אבער א צדיק פון א יוד.
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 987
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

הודעהדורך ערליכער איד » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 6:58 pm

איך האב מיך אויך אביסל נאכגפרעגט,
דער שוטה דער פישטי האלט אז ער איז אסאך א גרעסער רבי ווי זיין טאטע...
ווייל דער עולם קומט דאך צו אים, לאכן!! נעבעך...
ער מאכט דעם טאטן גאר באוואוסט ביי יעדן איינעם נעבעך......
ער האלט אז דער טאטע זיינע דארף אויך קומען ארום לאכן ביי פישטי רגליכם כאפן קנאבל..

הרוצה לשקר ירחיק עדותו,
ער קומט דאך פון ארץ ישראל ווי דארט קען שוין דער עולם זיין עבודה.. פון יארן,
דארט גייט עס אים נישט, דארט האט ער נישט קיין מנין
קומט ער נעבעך צו די אמעריקאנער פארקויפן לאקשן מיט קנאבל...
ערליכער איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 7:11 pm

רעד דיך איין, די קליפס פין ארץ ישראל זענען היבש קלאר פיל מיט מענטשן וואס שלאגן זיך פאר קנאבל.

אזוי איז עס, חסידים דארפען רבי'ס מער ווי רבי'ס דארפען חסידים.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1180
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 642 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 7:30 pm

וכמאמר החכם, אן אונגארישער דארף א רבי ווי א שוואנץ דארף א קאפ.

נאר נאך דער שלום בער סורוצקין חתונה האב איך געלערנט אז ס'איז נישט נאר אן אונגארישער.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7413
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2665 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7004 מאל

הודעהדורך ערליכער איד » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 7:41 pm

אישתישבי האט געשריבן:רעד דיך איין, די קליפס פין ארץ ישראל זענען היבש קלאר פיל מיט מענטשן וואס שלאגן זיך פאר קנאבל.

אזוי איז עס, חסידים דארפען רבי'ס מער ווי רבי'ס דארפען חסידים.


איש תישבי על שמו נקרא..
איך גלייך זייער דאן ניק נאמען עס שמעקט פון קרעצטקיער מלוה מלכה..
דערלאנג אהער ביטע איין קליפ פון ארץ ישראל יעך כהאב נאכנישט געזען אזא זאך
ערליכער איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך שושן פורים » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 7:55 pm

ערליכער איד האט געשריבן:איך כהאב גערעדט מיט כ"ק מרן אדמו"ר מלאשאנץ שליט"א
עס הייסט ער גייט אויך אפדינגען איין וואך מוצש"ק דעים קאנטענעטיל האל...
אבער ער זאגט מיר ער האט נאך נישט קיין געלט פאר אייזיק האניג מיט דעים אינגעל גרין מיט שירה וכו' וכו' ......

איך פערצופאל בין א אנהעגער פון
כ"ק אדמו"ר ר' ניסים בלעק זאל זיין געזונט..
איך ווארט שוין ער זאל קומען פירען טיש און ווילאמסבורג און דער עולם זאל שטיין אויף די פארענשעס.......


ביים פישטי'ער מיינסטע וואקסט יא געלט אויפן בוים?
יעדע וואך ביי מלוה מלכה בשעתן עקסטאזיש אויסשרייען דעם פשטו כאפט ער דאך אליינס אראפ א האנטפול פונעם בלעססד גארליק, און צוביסלעך נאך א שטיק צייט האטזעך עס אנגעזאמלט צו א שיינע סכום גענוג פאר גרין, האניג, און קאנטינענטאל
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 531
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 636 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron