וואס גייט מען שרייען?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1790 מאל

וואס גייט מען שרייען?

שליחה דורך שלום שטיסל »

[justify]אין די נייעס ווערט באריכטעט אז ס'ווערט פלאנירט א גראנדיעזע צוזאמקום פון צוואנציג טויזענט אידן אויסצושרייען די וויי געשריי פונעם יהדות החרדית קעגן די גזירות גיוס, ס'ווערט ארויסגעדינגן א מאסיווע סטעדיום ווי דארט גייען זיך צוזאמקומען די אלע וואס לעבן נישט רואיג ווילאנג די גזירות גיוס איז בתוקפו און מ'גייט שרייען און מוחה זיין זיין דערויף.

די שאלה איז אבער וואס גייט מען שרייען? אז מ'טאר נישט גיין אין מיליטער? וואס גייט דער גוי טראכטן ווען ער גייט דאס הערן? א לאנד וואס פלאגט זיך ביי דריי גרעניצן מיט מלחמות און איז די נומבער איינס שונא ביי אסאך לענדער אין די וועלט טאר נישט בעטן אז מ'זאל גיין אין מיליטער? אויב איז דאס נאר אויסצודריקן אונזער וויי געשריי דאן פארוואס קען די מחאה נישט פארקומען אין אונזערע בתי מדרשים, דער אייבערשטער הערט נאר מחאות וואס קומען פאר אין סטעדיעמס?

ועל הכול, וואס איז די גזירות גיוס, לויט מיין פארשטאנד דארף מען זיך שטעלן צום לשכת הגיוס און אויפווייזן אז מ'לערענט אין א ישיבה און מ'באקומט א פטור, און אזוי טוט טאקע כמעט גאנץ כלל ישראל אין ארה"ק ובתוכם סאטמאר און אלע עדה החרדית חסידות'ער, זענען אבער געוויסע קנאישע אידן און די פלג ירושלמי פארטיי אויפגעקומען אז מ'טאר זיך ניטאמאל שטעלן צום לשכת הגיוס, הייבט זיך אן א פראבלעם פון ארעסטן וכו', איז די שאלה זענען זיי גערעכט צו נישט, כ'מיין אז די עדה און סאטמאר האבן אנגענומען אז זיי זענען נישט גערעכט, נו פארוואס גייט סאטמאר פראטעסטירן?

ס'קען גאר זיין אז די מחאה איז א רעזולטאט פארן ארעסטירן די אייגענטומער פון הפלס, דארף מען אבער וויסן צו דאס וואס מ'באשולדיגט זיי איז טאקע נישט אמת, לויט ווי איך הער איז דא רעקארדירונגן ווי זיי מאכן פאוני קאללס צו פירמעס וואס אדווערטייזן אינעם יתד. אויך זינט די פרשה מיטן הפלס איז שוין ארויסגעקומען אנדערע וואס זענען גערודפט געווארן דורכן הפלס רעדאקטער במשך זיינע יארן אין יתד און שפעטער אינעם הפלס, צווישן זיי הרב בצלאל כהן, נו וואס ווערט יעצט געטוהן אנדערשט צו זיי פון וואס זיי האבן געטוהן צו יענעם?

מיר אלע ווייסן אז ס'זיצן אידן אין די טורמעס פארן מוחה זיין, מיר ווייסן אויך אז די מחאה איז צוגעגאנגען אויף א וועג פון בלאקירן שאסייען און ברענען גארביטשעס, פארן מוחה זיין אויף די ארעסטן דארף מען וויסן וועלכע גדולי ישראל האבן געשטיצט אזאנע פראטעסטן, און צו קומט זיי טאקע נישט קיין תפיסה, דאס ענדיגן די מחאות ווערט אנגערופן 'גזירות השתקה', און די קלאגעס קעגן הרב גרוסמאן רופט מען אן לעכערליכע לאגאלע קלאגעס, און היידא, צוואנציג טויזענט אידן גייען פראטעסטירן.

קען איינער ביטע מסביר זיין וואס אויף וואס מ'גייט פראטעסטירן?[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שלום שטיסל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 161 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר