בלאט 1 פון 1

די סעטה ריטש מיסטעריעזע מערדעריי

נשלח: זונטאג מאי 21, 2017 1:48 am
דורך קורקלענד
איינער פון די עיקר יסודות אויף די גאנצע טראמפ-רוסלאנד באשולדיגונגען איז די די.ען.סי. אימעילס. יענץ איז געווען די סאמע ערשטע זאך וואו די דעמאקראטן האבן אנגעהויבן ארויף ברענגען רוסלאנד און גלייך דעראויף צוקלעבן טראמפ דערצו.

קיין גרויסע באווייזן אדער פאקטן וואס זענען עטוואס זאכליך זענען נאך ביז היינט נישט אפירגעקומען. אבער פארט הערט זיך נישט די גרידער און גערויש פון חלומות און ספעקולאציעס אויף.

צוביסלעך האלטן און איין אוועקפאלן איין ראיה נאכן אנדערע אז רוסלאנד זאל נאר האבן געהאט סיי וועלכע שייכות מיט די העקינג פונעם די.ען.סי. און אזוי וואלט די גאנצע יסוד פונעם קשר אויך געזאלט מיטפאלן. אבער קיינער רעדט נישט דערפון.

איינער פון די גרעסטע קאנטראווערסיעס און די די.ען.סי. אימעיל ליעק איז די פרשה פון סעטה ריטש. סעטה איז יוגענטליכע אקטיוויסט וואס איז געווען א שטארקע סאנדערס חסיד און אקטיוויסט און האט אויך געארבעט פאר די די.ען.סי. גלייך נאך וואס וויקיליעקס האט אנגעהויבן ארויסשטעלן די אימעילס איז סעטה ברוטאל ערמארדעט געווארן אין וואשינגטאן אויף א גאר מיסטעריעזע אופן. די פאליציי האבן שנעל פארמאכט די אינוועסטיגאציע מיטן אויסרייד אז ס'איז געוועזן א דורך געפאלענע האלד-אפ.

זינט דאן קומען ארויס מער און מער ראיות אז סעטה איז גאר געווען דער וואס האט איבערגעגעבן די אימעילס פאר וויקיליעקס. אלס א גאר שטארקע סאנדערס חסיד איז ער געווען שטארק אויפגעברויזט אויף די די.ען.סי. נאך וואס זיי האבן באהאנדלט סאנדערס שטארק אומדעמאקראטיש.

יעצט איז אפיר געקומען די קאנטראווערסיאלע קים דארט קאם פון ניו זילאנד מיט א סעריע פון טוויטס אז ער איז געווען נאענט מיט סעטה און ווי אויך אז ער האט געהאט א חלק אין די אימעיל סקאנדאל.